בלאט 26 פון 110

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:56 pm
דורך אוהב ספרים
ער האט געוואינט א תקופה אין ירושלים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:01 pm
דורך באבובער
אבער דער הרב ח"י ראטמאן האט דאך געוואוינט אין בני ברק.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:19 pm
דורך אוהב ספרים
באבובער האט געשריבן:
אבער דער הרב ח"י ראטמאן האט דאך געוואוינט אין בני ברק.


ובכן .....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
ברוך דיין האמת. ווייב פון ר' צדוק לייב שפיטצער פון ווילמסבורג יעצט נפטר געווארן, איינער ווייסט ווען די לויה איז?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 8:12 am
דורך [NAMELESS]
אפאר וואכן פאר'ן חתונה מאכן איר עלצטע טאכטער ה"י

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:10 pm
דורך זלמן זאפיר
ברוך דיין האמת ר' משה רייכמאן פין טראנטא

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:00 pm
דורך איך אויך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ברוך דיין האמת. ווייב פון ר' צדוק לייב שפיטצער פון ווילמסבורג יעצט נפטר געווארן, איינער ווייסט ווען די לויה איז?

צדוק פון פאפא? מיט די לאנגע בארד?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:07 pm
דורך פרישער
א פרוי רחל גרינפעלד עליה השלום אראפ געקלאפט געווארן אין וויליאמסבורג פרייטאג, דורך א געילע חדר באס, זו איז דו געוועיזענע פרוי פון המנוח נחמן חייפ גרינפעלד ע"ה, זו האט אויסגעהויעכט שבת פארטאגסט נאך שווערע באמיאינגען איר צו ראטעווען דאס לעיבן,

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש: ר' איסר עהרנפעלד ע"ה איז געוועין א כרכא דכולא בי'. א איד א ת"ח. ר'האט א יעדן באגעיגנט מיט א שמייכל און א גוט ווערטל. כ'מיין ער האט אויכעט מנדב געוועין די קאווע אין ראדני א געוויסע תקופה. איך האב געהאנדלט מיט איהם א שטיק צייט קויפן און פארעכטן רעידלעך אויף ישיבה באסעס. ס'געווען א געשמאק צו האנדלען מיט איהם. יהא זכרו ברוך. :cry:

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:אוי וויי דאס הארץ רייסט, דער יונגווירט איז א צדיק פון א איד!! א אמעריקאנער איד אן אנטיק!! קוקט אויס ווי א אורחי-פורחי פעדלער אבער א טייערע תמימות'דיגע מסירת נפש איד א לב טוב, איך האב שוין לאנג פאנטאזירט אז ער מוז זיין א ל"ו צדיק

איך האב אויכעט אן ענליכע פאנטאזיע. ווייל ער זעהט און הערט ווי מ'שמייכלט זיך אונטער פון איהם און ער מאכטצעך נישט וויסנדיג. א גוואלדיגער בעל מידות און עניו. מ'הערט נישט קיין הויעך ווארט פון איהם. שייף עייל שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי'.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך אויך האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ברוך דיין האמת. ווייב פון ר' צדוק לייב שפיטצער פון ווילמסבורג יעצט נפטר געווארן, איינער ווייסט ווען די לויה איז?

צדוק פון פאפא? מיט די לאנגע בארד?


יא

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:58 pm
דורך איך אויך
א וואזשנע איד דער ר' צדוק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:09 am
דורך zurich
וואס מיינט וואזשנע?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:19 pm
דורך קאווע טרינקער
רעביצין פון מהר"א מבעלזא.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:53 pm
דורך סאשי פיש
מזיווג שני

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:03 pm
דורך חד גדיא
.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
א ביטערע טראגעדיע אין בארא פארק. א דרייסיג יעריגע פרוי מרס שטעקל איז נפטר געווארען נאכדעם וואס א דאקטאר האט איבערגעלאזט עפעס אין איר גוף נאך א מיסקערידזש, און זי האט באקימען א שרעקליכע אינפעקשאן.
פינף יתומים'לעך נעבעך

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 7:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בד"א
מיימאנאדעס שפיטאל כאטש ?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וועלכע שפיטאל.
איר שוועסטער איז אפאר יאהר צוריק אומגעקימען אין א קאר עקסידענט ל"ע

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:04 pm
דורך קינות גירושין
Oh vy I cry

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 11:43 pm
דורך אויס מענטש
יא מיימאנאדיס!
נעבעך געווען שוואך לעצטע פאר וואכן די דאקטוירים האבן גזאגט אז סאיז מאנא און נאכדעם עמאניע אבער דעם מיטוואך איז זי אריינגעפירט געווארן און מען האט געזען אז זי האט געהאט אינטערנעל בליטינג און ליידער איז איר בלוט שוין געווען אינפעקטעט און פרייטאג ביים זמן יצאה נשמתה
בשורות טובות

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 11:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זאל דע פאמיליע כאטש אויסזייגן דעם שפיטאל מיט יעדע קלאגע וואס נאר מעגליך

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 11:51 pm
דורך אויס מענטש
דהיינו ?