נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 2:26 pm
קרעקער וואו קען מען זעהן זיין דרשה ?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=162
שמואל הלוי האט געשריבן:אין בעפארברייטונג צום כינוס זעה איך איבעראל אדווערטייזט א נייע כשר'ע סעלפאן (דענק נישט פונקטליך די נאמען, עפעס לינק...), און די בני יואל קהלה רעכנט אויס אלע מעלות דערפון, דהיינו מ'קען בשו"א נישט טעקסטן, מ'קען נישט נעמען קיין בילדער, מ'קען זיך נישט פארבינדן צום אינטערנעט, און די לעצטע איז נאך די בעסטע "עס האט נישט קיין העברעעאיש".
שמואל הלוי האט געשריבן:קאל אריין אין אפיס פון די בני יואל הויפטקווארטיר און פרעג, וואס ווילסטו פון מיר???
ראשעקאל האט געשריבן:פון כה"כ
די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי
ווי ער קומט ארויס שארף אז א סאטמאר'ער יוד טאר נישט אהן גיין
מען קען עס הערן אויף די נאמבער
718-362-8800 מען זאל דריקן 3-4-3
זר זהב האט געשריבן:יא איך גיי צום כינוס, ס'איז היסטאריש. כ'וויל קענען זאגן יארן ארום אז איך בין געווען.
שרייבער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:יא איך גיי צום כינוס, ס'איז היסטאריש. כ'וויל קענען זאגן יארן ארום אז איך בין געווען.
איז דאס די איינציגע סיבה, צו ס'איז דא נאך א סיבה? ווייל דיין רב הייסט גיין, צו ווייל דו האלטסט אז דער רבי ז"ל וואלט אויך געהייסן גיין?
דורך דעם אינטערנעט יעדער איינער האט זיך דער תירוץ, מ'דארף עס האבן וועגן פרנסה, איך בין נישט באקאנט אזוי ווייט אין די כלי אין דעם אינטערנעט, מ'האט מיר אבער פארציילט און יעדער ווייסט עס שוין, עס גייט זיין דא אין אפאר וואכן ארום די גרויסע אסיפה מ'גייט דא רעדן וועגן די אינטערנעט, און אין פארשידענע זאכן וויל מען דארט מאכן א הארבן איסור אז דער כלי האינטערנעט דאס איז דאך אבי אבות הטומאה דאס איז נאך ערגער ווי א טעלעוויזשאן, ווען איינער ברויך עס טאקע זייער וויכטיג האבן פאר פרנסה, פאר ביזנעס, איך בין נישט באקאנט ווי ווייט דאס גייט, אפילו מיט א פילטער, דארף מיר אונז אבער צו וויסן אונז ברויך מיר נישט צו ווארטן אויף די גרויסע אסיפה אז זיי וועלן אונז זאגן וואס אונז האב מיר צו טוהן, אונז דארף מיר אליינס צו טוהן אפילו נאך פאר די אסיפה, יעדער איינער דארף זיין בראש וראשון לדבר שבקדושה ווער עס האט די כלי די אינטערנעט אפיציעל איז דאך דא א תירוץ מ'דארף עס האבן וועגן פרנסה, ס'איז אבער דא ליידער אסאך אינגעלייט, ס'איז דא נאך א כלי איך בין אויך נישט באקאנט אזוי ווייט, דאס איז א טעלעפאן וואס מ'האט עס אין טאש וואס ליידער בעוונותינו הרבים דורך די כלים וואס מ'ברויך צוקענעקטן צו די אינטערנעט, בעוונותינו הרבים אויף די קליינע טעלעפאנס וואס מ'האט אין טאש קען מען ליידער זען בעוה"ר פונקט אזוי ווי מ'זעהט אויף די כלי אינטערנעט, דאס ברויך מען נישט פאר קיין פרנסה.
שמואל הלוי האט געשריבן:(קרעדיט: שמואל הלוי פון קאווע שטיבל)
יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.
הדד האט, ווי שטענדיג, אזו עלאקוואנט ארויסגעברענגט דעם געדאנק וואס יאנקל האט פריער דערמאנט וועגן חינוך. צו דעם שטעל איך קודם אויך צו דאס וואס איך האב אקורשט געענדיגט זאגן פאר מר. קאווע טרינקער. אבער איך וויל צולייגן נאך א נקודה. הירשל ציג האט ממש פריער ארויף געלייגט דא אין ק"ש א לינק צו א פאוסט זיינעם, ווי ער ברענגט ארויס אז געוויסע רבנים (וועלכער זענען פון די וואס זענען פארנומען אלץ צו זאגן פארן עולם וואס צו טון און בעיקר, וואס נישט צו טון) זענען נישט אין טאטש מיטן מציאות. זיי ווייסן נישט וויפיל יסודות אין אידישקייט ס'פעלט פאר פיל יונגעלייט. לויט דעם, קען מען נישט באשולדיגען די רבנים/עסקנים פארן אינוועסטירן אין די נישט ריכטיגע זאך - זיי ווייסן פשוט נישט אז אונטער דער אינטערנעט פראבלעם ליגט באהאלטן א פיל גרעסערן פראבלעם, וואס אויב מ'וועט נישט קעיר נענן דערפון וועט דאס אזוי אויפרייסן איין שיינעם טאג אז ס'כאפט א פחד נאר צו טראכטן דערפון!!
קארל האט געשריבן:די אדמורי"ם האלטן נאך דערווייל נישט ביים קאאפערירן. האדמו"ר בן-ציון ה"ש מבאבוב האט נאר געוואלט אונטערשרייבן לטובת דעם מעמד אויב דער סקווערער רבי האט שוין אונטערגעשריבן. אבער האדמו"ר מסקווירא צעגערט נאך.
יידל האט געשריבן:קארל האט געשריבן:דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.
ווען וואס דו זאגסט איז אמת, איז עס טאקע א ביטער געלעכטער. אבער איך קען נישט גלייבן אז דו ווייסט וואס דו רעדסט. ס'זיצן אויף דעם די גרעסטע עסקנים [אין די ענינים] ביי כלל ישראל ווי ר' ישראל משה דירענפעלד און זיינס גלייכן. די חברה קומען נישט סתם אזוי אן קיין פלאן. די חברה לויפן שוין ארופ צו עשירים טעג און וואכן. דו האלטס אז איין עושר וועט ארויסשלעפן א פיפציגער פון זיין טיש אן וויסן פארוואס ער געט עס? און דא רעדט מען נישט פון הונדערטערס, ניטאמאל פון טויזענטערס, דא רעדט מען פון שווערע געלטער! ווי איך הער קאסט סיטי פילד איבער א האלב מיליאן דאלאר אפצודינגען! דאס רעכנט נישט אריין עדווערטייזמענט, טראנספארטאציע, סאונד סיסטעמס, בענקלעך, עסן/טרינקען וכו'.קארל האט געשריבן:טייל פון די פלענער:
א סעקונדע נאר. האסטו נישט א מינוט צוריק געזאגט אז "עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער"?
קאווע טרינקער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.
די 600 (אדער מער) מענטשען וואס זענען געקומען ------ """""""נישט געצווינגענער הייט"""""""" ------- ליל שישי אין קארלסבורג (וואס כ"ק ר' יחזקאל ראטה האט גראדע משמיע געווען ברכת קדשו באותו מעמד) ווייזט אז דער וואס וויל און פארשטייט אז מ'דארף האבן א פילטער, וועט אויסנוצען די געלעגנהייט פון כאפן א שפאציר ליל שישי און הנאה האבן פון א טעכניקער בחנם.
לויט ווי איך הער פלאנען זיי צו מייסד זיין א פאון נאמבער ווי מ'קען רופן יעדע נאכט אויף עצות בנוגע אינטערנעט, און יעדע נאכט וועט א צווייטער טעכניקער מקדיש זיין מזמנו בחנם צו העלפן אידען וואס זיכען הילף.
וואספארא געלאנגענע רעיון דאס איז!
און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,