בלאט 26 פון 55

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:34 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
פארשטיי איך נישט פארוואס דער עולם איז אזוי שאקירט וועגן די פרייד פאראדע וואס זי פלאנט צו מאכן, זי איז שוין יארן לאנג אן אנדרייער אנטקעגן אידישקייט און מסורה. זי מיינט נישט קיינעמס רעכטן וד״ל.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:14 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:27 pm זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
איך גלייב אבער נישט אז א איד וועט איר פאר'מסר'ן, לאמיר צוזאמען חלומען :lol: :twisted:

אוודאי נישט... א איד וועט זיך אידענטיפיצירן אלס א גוי פאר א האלבע שעה והכל על מקומו יבא במחלוקת...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:50 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 10:27 pm זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
לכאורה רעדט מען נישט דא פון פארשפרייטן אומלאגאלע מאחורי סארט זאכן מיט געמיינע בילדער אין די גאסן. סך הכול וועט זי פארפרייטן דאס וואס מען לערנט היינט אין קינדערגארטן אין די ליבעראלע ניו יארקע פאבליק סקולס. דאס איז שוין איבער גענוג אפילו פאר רוב ערוואקסענע אין קרית יואל צו הערן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:27 am
דורך שמן למאור
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:07 pm איך מיין אז חסידים שרעקן זיך נישט מער פיו א לגבט פאראדע ווי סתם א מאראטאן. ביידע זענען אין חסידים'ס אויגן טמא'נע גויים סך הכול וועט מען נישט ארויס לאזן די קינדער יענע טאג. זי רעדט זיך איין אז זי סטראשעט די קאמיוניטי אסאך מער ווי זי סטראשעט באמת. זי וועט מאכן א פערמיט און ברענגען פאליציי און די חסידים וועלן איינשפארן די קינדער אפאר שעה ווייל ס'דא טמאנע גויים וואס מאכן א טמאנע פראטעסט. אפשר בעד ציונות אפילו, און שוין א טאג שפעטער קען זי ווייטער שרייען צו די פיר ווענט.

ס'איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ.

די גרעסטע געווינס פאר איר וועט זיין אויב זאל מען זיך צוטון מאכן פון איר אויף דעם לעוול. איר גאנצע זאך איז פירסום. אז זי קען איינשפארן גאנץ קרית יואל פאר א טאג, איז אין לך נצחון גדול מזה.

און וואס מיינסטו? זי האט אפשר טאקע נאר די יכולת צו מאכן איין מאל א קנאקעדיגע פרייד פאראדע ווי עס וועלן זיך צאמקומען א גרויסע עולם, אבער אז עס געלונגט וועט זי עס מאכן מער אפט מיט א קלענערע עולם, מען קען דאך נישט איינשפארן די קינדער אויף אייביג.

זאת ועוד, דארפסט נאר איין יונגל אין חדר וואס קומט פון אביסל אן אויפגעקלערטע שטוב, אדער וואס האט עפעס געהערט פון זיין עלטערע ברודער, און די גאנצע חדר וועט שוין וויסן איבער וואס די "טמא'נע גוים" פראטעסטירן... ותוצאותיו מי ישורנה רח"ל.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:36 am
דורך מן הסתם
איז מען מחוייב צו געבן א פערמיט?

אויב למשל די חברה ווילן קענען זיי מאכן א פאראדע אין עימיש טאון?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:39 am
דורך מן הסתם
מ'רעדט דאך נישט פון לאקאלע דיסידענטן וואס ווילן פראטעסטירן, מ'רעדט פון אוטסייד טראבל מעיקערס, האט נישט די לאקאלע קאמיוניטי די רעכטן צו פראקטיצירן זייער רעליגיעזע טראדיציעס צו האלטן זייערע קינדער און זייער קאמיוניטי אוועק פון די פארשידענע מינים ומינים שונים..?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:50 am
דורך עמרם
די פראבלעם איז אז ניו יארק סטעיט זענען אזעלכע לינקע ליבעראלן אז זיי קענען באשטיין אז די פאראדע זאל זיין, טאקע אין א היימישע געגענט,

קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:01 am
דורך סבא דבהתא
טעכניש קען מען לעגאל גארנישט טוהן אויב קומען אפאר פאררוקטע בריות מיט לגבט שילדן און הייבן אן שפאצירן אין די ק”י גאסן, זיי דארפן ניטאמאל א פערמיט פאר אזא זאך ווילאנג זיי שטעלן נישט אפ די פארקער אדער בלאקן נישט די סיידוואלק. אמעריקע איז א פרייע מדינה און די זעלבע פרייהייט וואס גאראנטירט אונז צו פראקטיצירן אונזער רעליגיע אפענערהייט איבעראל, גאראנטירט זיי אויכעט זייערע משועגעס’ן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:31 pm
דורך משה עבד נאמן
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:50 am קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י
:lol: :lol: :lol:

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:56 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:59 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:27 pm
דורך פארשטענדליכער
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:59 pm איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
דהיינו?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:28 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
משה עבד נאמן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:31 pm
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:50 am קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י
:lol: :lol: :lol:
עה, מטארנישט האבן אליינס א מדינה!!!!

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:31 pm
דורך איך אויך
אבער זיי קענען דשוינען דשולענד וואס איז שוין א עקזיסטירענע מדינה [ביידע האבען 'פארברענטע חסידים'].

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:37 pm
דורך סבא דבהתא
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:59 pm איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
האט גארנישט מיט שואה געליטענע... ביליאנען גוים איבער די וועלט (אפי’ נישט אזעלעכע רעליגיעזע) האבן די זעלבע פראבלעם

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:10 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
פארשטענדליכער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:27 pm
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:59 pm איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
דהיינו?
אז ווען א קו איז אריין אין לעיבער איז דער 5 יעריגע קינד געקומען לויפן צום טאטע אז די קו דארף הילף צו געבוירן. מ'האט נישט באהאלטן פון די קינדער א וועלט מיט זאכן פאר "נאו ריזען"

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:16 pm
דורך town1
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:56 pm סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.
אפשר גייסטו ארום צו אלע חדרים און זאגסט אלעס פאר קינדער?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:26 pm
דורך סבא דבהתא
גייט למעשה פארקומען די פאראדע?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:44 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
זי זאגט ס׳וועט זיין א סורפרייז.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איי עם פראוד טו בי א סאטמארער....

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:50 pm איי עם פראוד טו בי א סאטמארער....
סאו עם איי...! מאי קא משמע לן...?!

(באט נאט עי גימ"ל, ח"ו. הס מלהזכיר

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:03 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
town1 האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:16 pm
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:56 pm סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.
אפשר גייסטו ארום צו אלע חדרים און זאגסט אלעס פאר קינדער?
וואלט געווען ריכטיג! נישט איך, נאר אלע חדרים זאלן עדיוקעטן די קינדער. א קולטור/קאמיוניטי וואס א קינד קען קאליע ווערן אין א סקונדע דארך אויסגעפינען עפעס וואס ער האט נישט געדארפט, און קען נאך מיט שלעפן א גאנצע כיתה, איז נישט קין געזינטע קולטור/קאמיוניטי. באמת דארפן די מוסדות אפשמיעסן צו עדיוקעטען אלע קינדער אויף איין מאל..................איך ווייס אז נישט יעדע וועט גלייכן וואס איך שרייב, אבער אזוי האלט איך.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
ר' יום טוב ליפמאן צונז: איך בין נישט מסכים מיט דיר. ווייל אויב ס'איז דא א זאך וואס קינדער פון א געוויסע עלטער דארפן נישט צו וויסן. פשוט ווייל זייער שכל איז נאכנישט גענוג רייף צו פארשטיין די זאכן. דאמאלס איז נישט קיין נפקא מינה אויב דער קינד געפינט דאס אויס פון א חבר אדער צוזאמען מיט די גאנצע כיתה.