בלאט 26 פון 46
נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:34 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו די אש מים רוח עפר טעאריע נעמט זיך, אבער די גריכן רוימער טערקן פערסן באבילאניער סיריער און ארץ ישראל איינוואוינער האבן אלע געזען שניי פערזענליך אדער געהערט דערפון זייענדיג די הערשער פון ריזיגע אימפעריעס וואס זעען שניי און וועטערס אונטער די פרירונגס פונקט רעגלמעסיג .
נאר אויב עס שטאמט פון די עגיפטער איז בכלל מעגליך צו שפעקולירן.
באמערקונג: ווען אונז, נישט פילנדע אינדיווידואלן און גרופעס זאגן ..."ארץ ישראל איינוואוינער"...מיינען מיר נישט די טמא'נע און פארשאלטענע ציונים שר"י, ימ"ש און עפ"ל, נאר די אמת'ע , לעגיטימע איינוואוינער. די פאר וועמען ס'געהער די אל אקצא מעטשעט. דאס פאלק פון דעם געערטן און הויכגעשעצטן חאדזש-אמין אל חוסייני...רוען זאלל ער אין ליכטיגן מוסלאמינישן גן עיידן מיט זיינע 5000 בתולות. (אז א פשוט'ער שאהיד באקומט 72, איז דאך כל שכן וקל וחומר אז דער הייליגער מופטי האט א גרעסערן מספר. וקל להבין. ולא להרגיש(...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 6:42 am
דורך ישראל קאפקע
מען רעדט פון צוויי-דריי טויזנט יאר צוריק.
(נאר צו באפרידיגן אן אבסעסיע איז דאס אויך גוט).
נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 10:55 am
דורך berlbalaguleh
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:40 am
דורך טמיר
Adorama איז א גרויסע פאטא סטאר אויפן זעלבן סקעיל און קאמפעטישאן פאר b&h. אויך אונטער בעלות פון היימישע אידן. אונטערעסאנט אז עס איז נישט אזוי באקאנט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:43 am
דורך [NAMELESS]
זעט אויס אז ס'איז דיר נישט באקאנט נאך אן אינטרעסאנטן פאקט, אז דער בעה"ב פון b&h [ר' הערשל שרייבער] איז א פלומעניק פון דער בעה"ב פון Adorama [ר' משה מענדל מענדלאוויטש].
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:49 am
דורך הרב_שלום
Adorama איז גרויס אין ווערט געפירט דורך רודף צדקה וחסד ר' משה מנדל מענדעלאוויטש מיט דעם אלעם איז עס נישט א צענטל אזוי גרויס ווי B&H
פינקי וועבער און מאטי אילאוויטש האבן עטליכע יאהר געארבייט אין B&H
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:49 am
דורך הרב_שלום
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:22 am
דורך [NAMELESS]
הרב_שלום האט געשריבן:Adorama איז גרויס אין ווערט געפירט דורך רודף צדקה וחסד ר' משה מנדל מענדעלאוויטש מיט דעם אלעם איז עס נישט א צענטל אזוי גרויס ווי B&H
פינקי וועבער און מאטי אילאוויטש האבן עטליכע יאהר געארבייט אין B&H
?
וואו זעסטו זיין רדיפת צדקה וחסד.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 7:56 am
דורך טמיר
פון א קורצע זוך אויפן געוועב, זעט אויס אז b&h האט 1500 ארבייטערס, און adorama 300. עס איז טאקע נישט קיין פארגלייך
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:06 am
דורך שמעקעדיג
אז מייקראסאפט ווארד האט אזא אינטרעסאנטן פיעטשור...
.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:43 pm
דורך ונבנתה העיר
אברהם חיים (דמיתקריא 'הענרי') ראזענבלאט בן החסיד יאסעלע ראזענבלאט דערציילט אז ער האט באזוכט אינעם ווייסן הויז ביים צווייטן וועלט קריג און פרעזידענט רוזעוועלט האט געהאט זיין טאטע'ס רעקארדירונגען.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 6:52 am
דורך petergrifin
קען מען דען וויסן אויב ס'איז אמת? למשל זעהן רוזעוועלטס זאכן אין א מוזיאון?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 8:25 am
דורך וואלווי
יא, אין אפסטעיט ניו יארק אין הייד פארק איז דא FDR Presidential Library & Museum נישט צי ווייט פין דא, אגב איז דא דארט אויך איינע פין די ווענדערבילט מענשאנס.
http://www.fdrlibrary.marist.edu/ http://www.nps.gov/hofr/index.htm
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 9:54 am
דורך שמעון וואלף
אדנירם האט געשריבן:זעט אויס אז ס'איז דיר נישט באקאנט נאך אן אינטרעסאנטן פאקט, אז דער בעה"ב פון b&h [ר' הערשל שרייבער] איז א פלומעניק פון דער בעה"ב פון Adorama [ר' משה מענדל מענדלאוויטש].
הערשל איז אן איידעם ביי ר' לייביש מענדלאוויטש ז"ל א ברידער פאר משה מנדל. אויך חיים יודא גאלדשטיין פון 47 סט פאטא (ווער געדענקט נאך) איז דארט אן איידעם.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 6:59 am
דורך שמעקעדיג
אז נישט אלע צייט זאנעס אין דער וועלט איז אפגערוקט מיט גאנצע שעות, פאראן מקומות אפגערוקט מיט האלבע און 3/4 שעות, צב"ש אינדיע און נאך.
http://www.timeanddate.com/time/time-zo ... sting.html
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:45 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אברהם חיים (דמיתקריא 'הענרי') ראזענבלאט בן החסיד יאסעלע ראזענבלאט דערציילט אז ער האט באזוכט אינעם ווייסן הויז ביים צווייטן וועלט קריג און פרעזידענט רוזעוועלט האט געהאט זיין טאטע'ס רעקארדירונגען.
ונבנתה העיר: און ס'איז דא א ווארשעווער איד וואס פארציילט אז ער געדענקט ווען ר'איז אמאל געווען ביי היינריך הימלער ימח שמו וזכרו אין א פרייטיג נאכמיטאג האט ער געהערט ווי ער בעט פון זיין גוי'טע אז זי זאלל איהם געבן נאך א שטיקל פון דעם אפגעבאקענעם פאטעיטא קוגל. און אויך האט מען פארציילט אז שבת אינדערפריה האט ער אייביג ליעב געהאט צו עסן אייער קוכל מיט הערינג, און פארטרינקען מיט א גלעזל שליוואוויץ...!
נ.ב.: ונבנתה העיר. אנטשולדיגט. צו דיינע מעשיות רעאגיר איך געוויינליך נישט מיט סארקאזם. אזוי ווי צי ,ישמעאל ק----'ס מעשיות. נאר מיין תגובה קומט צו ווייזן אז טראץ זיין ליעבהאבן זאכן פון די אידישע קולטור, האט ער נאכאלץ געקענט זיין גלייכגילטיג און נישט פילבאר צו די אידישע צרות און פיין. אפילו ווען מ'נעמט אין באטראכט אנדערע פאליטישע חשבונות מיט וואס ער האט זיך געמוזט רעכענען...!
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 10:39 pm
דורך יואב
אז כ"א כסלו קען געפאלן אינמיטן פון דער וואך.
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:56 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:52 am
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:13 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס:...וואס זאגסטו...? זאג א ביסל העכער. איך הער נישט...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:20 am
דורך רויטע וואנצעס
.
(יעצט איז בעסער?)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:21 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:.
(יעצט איז בעסער?)
יא. א סאך בעסער...

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:54 pm
דורך ונבנתה העיר