בלאט 26 פון 26

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:36 pm
דורך שמן למאור
עס האט זיך פארלאנגט אן עקסטערע אפהאנדלונג אויפן נושא...

Re:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:21 pm
דורך כספי
יאיר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:18 am אויב גאט האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מענטשליכע ראסע נאכ'ן ליידן פון זיי אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??
:like
ואני הק' מוסיף ואומר: אויב גאט ב"ה האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף מיין נשמה נאכן ליידן פון איר אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??

Re: קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:20 pm
דורך כרם זית
די אונטערשריפט פון @ברוךשפינוזה "פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?"", שטימט מיט ברוך שפינוזה הראשון'ס מהלך אז אלס איז ג-ט (פאנטעאיזם), ממילא איז דאך די וועלט אלהות ממש וואס איז דאך די מקור החכמה און קען באמת אסאך אויסלערנען...

(פארשטייט זיך אז לויט שפינוזה מוז נישט זיין אז ג-ט איז די מקור החכמה, וויבאלד ער איז דאך פינקט אזוי די מקור הטפשות, פארט ליופי המליצה כתבתי הנ"ל. וה' הטוב - שכתב את הנ"ל - יכפר.)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:22 pm
דורך ברוך שפינוזה
פון טפשות קען מען זיך אויך אסאך אויסלערנען, וסימנך איזהו חכם הלומד מכל אדם :)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:54 pm
דורך מי אני
@קהל'ס נער'ס אונטערשריפט איז דאס וואס איינשטיין האט געשריבן, אז ווען ער קען ווען אלעס איבערטוהן, וואלט ער געווען א פּלאָמבער (אדער פּעדלער). דאס האט מיר דערמאנט פון וואס דזשאן וויליאם גארדנער, די סעקרעטאר פון עדוקעישאן אונטער פּרעזידענט לינדאן דזשאנסאן, האט געזאגט:
The society which scorns excellence in plumbing as a humble activity and tolerates shoddiness in philosophy because it is an exalted activity will have neither good plumbing nor good philosophy: neither its pipes nor its theories will hold water

Re: קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
א גוטער בעל מימרא איז געווען ווינסטאן טשוירטשיל. ער איז געווען סיי א מיליטערישער פיהרער און אויך א זשורנאליסט.

ער האט געקענט אנאליזירן א מצב און עס ארויסברענגען אין איין סענטענס.

אויך האב איך געזעהן גוטע ווערטלעך פון א פילאזאף פון די מיטעלע יארן (זיינע). והנה..."זאכן זענען קיינמאל נישט אזוי גוט ווי מ'האט געהאפט. אדער אזוי שלעכט ווי מ'האט מורא געהאט".

אויך האב איך געזעהן א גוט ווערטל...די קאנווענשן פון די "פראקרעסטינעטארס" איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען...ווייל זיי האבן געהאלטן אין איין "פראקרעסטינעיטן"...!