זייער הארציג געשריבן. געשפירט א סקרוך אין הארץ
דא איז אין אידיש:
בין טרויעריג
.ס’איז זייער טרויעריג —
.מ’מעג זיין טרויעריג —
.מאמי, איך בענק זיך אזוי שטארק נאך דיך
.איך בענק זיך אויך, שעפעלע —
.דו האסט מיך געמאכט פאר א מאמע. איך האב אסאך געלערנט פון דיך —
.איך האב עס נישט גרינג געמאכט פאר דיך
.טאקע נישט —
.איך האב דיך אייביג אבער ליב געהאט —
.מאמי, איך בענק זיך שוין אכט לאנגע יארן
.און דו האסט מיר צוגעזאגט אז אט אט וועלן מיר שוין זיין אלע אינאיינעם
?פארוואס האסטו מיר יעצט פארלאזט
… —
?מאמי
.איך בין דא —
.מאמי, איך האב געהאט אזויפיל צער איבער די יארן
.איך ווייס —
.אונז אויך —
?האסטו נחת פון מיך
.אונז האבן אייביג געהאט נחת פון דיר —
.אונז האבן שטענדיג געזען אז דו ביסט א מענטש צווישן מענטשן און א בעל-מדות —
.דאס איז א דאנק דיר, מאמי. האסט אונז נישט געגעבן קיין אנדערע אויסוואל
.די אנדערע זאכן וואס איך האב דיך אויסגעלערנט האסטו נישט אייביג אויסגעפאלגט —
.טאקע נישט
.און דו האסט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט
.אוודאי נישט! דו האסט בועט געווען אין אלעס וואס איז ביי אונז הייליג און טייער —
איך האב אייביג געשטרעבט צו טון וואס איז ריכטיג. איך בין נאכגעגאנגען דעם אמת, אזויווי דו האסט מיך
.אויסגעלערנט
.יעצט זע איך דאס. איך בין אין עולם-האמת —
…אבער מאמי, דו ווייסט אז איך גלייב נישט
.אבער איך האב יא געגלייבט —
.און דו רעדסט צו מיר —
.מאמי, איך וויל דיך נישט אפלאזן
.דו מוזט נישט —
.קענסט אייביג רעדן צו מיר —
.מאמי, איך האב דיך אזוי ליב געהאט. און איך האב אזוי געדארפט דיין ליבשאפט
.ס’טוט מיר וויי אז איך האב נישט אויסגעפירט מיין צוזאג —
.אבער איך גיי זיכער מאכן אז ס’וועט באלד געשען —
.אבער דו וועסט נישט דארט זיין מיט אונז
.און דאס טוט מיר אזוי וויי
.יא, ס’טוט זייער וויי —
?מאמי
.יא, זיסעלע —
.איך גיי ווייטער אנגיין. איך גיי לעבן גוט
.אוודאי וועסטו —
.איך געב דיך נישט קיין אנדערן אויסוואל —
!און עס געזונט .gym פארגעס נישט צו גיין אין —
?מאמי
.יא, צדיקל —
.קענסט מיך זינגען המלאך? איך בין שלעפעריג
?ביסטו נישט אביסל צו אלט פאר דעם —
?ביסטו דען נישט געווען אביסל צו אינג פאר וואס דו האסט געטון
.ביסט גערעכט —
.לאמיר עס זינגען איינער פארן אנדערן —