בלאט 26 פון 66
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:11 pm
דורך שמואל פרימו
בנוגע די מאדנע צוואה, אז די דירה געהערט צו נחום... איז דאס נישט נחומ'ס ארבעט? - אמער, ער איז דאך שטענדיג געווען ביזי מיט די דירה, און פארוואס צבי אריה וואוינט דארט, און ער איז געקומען פון אנטווערפן דאס צו מסדר זיין, ווייל ער דארף א דירה פאר זיין שטערצעלע. ווידער אין יענע תקופה, ווען די בובע מלכה האט בלויז דערקענט נחום און נישט שלומ'ען, איז דען נישט מסתבר אז נחום האט דעמאלס געזען דערצו אז די בובע זאל שרייבן אזא צוואה?
און ווער ווייסט... אפשר איז דאס די סיבה פארוואס ער האט אהינגעשיקט ליבי'ן צו שלאפן דארט, ער האט געוואלט אז זי זאל זיין דער וואס וועט טרעפן די צוואה... נעם אין באטראכט, אז נחום האט אנגעזאגט ליבי צו באהאלטן די צירונגען - אזוי ווי ליבי זאגט פאר קיווע'ן זעלבסט.
א גוטער באנדיט דער נחום.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:28 pm
דורך שמואל פרימו
אגב; וואס איז די מעשה מיט די נארישע חלומות פון שולם... כ'מיין, פאסירן אזעלכע זאכן אין ריעל לייף? - מענטשן זאלן זען בהקיץ טויטע מענטשן, א שטייגער ווי דבורה ביים יום-הלדת? - אויך קיווע זעט קינדער וואס זיצן אויף בענק בהקיץ... וואס איז דאס? - איז שטיסל א רעאליסטישע סידרה?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:58 pm
דורך סביב העולם
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:02 pm
דורך יהושע חיים
דרמה בשלוש סעודת אצל האדמור מזלוטשוב בטיש בשבת
ביקש מהגבאי שישיר לאסדר לסעודתא - המינסקר ניגון
הגבאי שאל: מה זה השיר?
האדמור ענה: חלק ב פרק ט
הגבאי: אהההה שטיסל
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:10 am
דורך באשטעטיגט
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:22 am
דורך סביב העולם
איינער קען דאס אפלודן אין א mp3 file?
ניגון מינסק mp3
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 3:05 am
דורך המדבר
עונה 1
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:26 am
דורך לבי במזרח
ווייסט איינער ווי מען קען זען עונה 1 סטרימינג? און אויב נישט קען מען עס ערגעץ דאונלאודען? איך זע עס נישט אין די דראפבאקס לינק פון סביב היקר. ישר כח אין עדווענס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:29 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 11:07 am
דורך סמבטיון
היינט אינדערפרי, טרעט איך לאנגזאם אריין אינעם קאכעדיגן בור, מיט איין האלב פארשלאפענע פוס, און איך זינג מיר אזוי אינטער דעם מינסקער ניגון, מיטמאל ווי און א כאר, העלפן מיר צו אזא דריי פיר יונגעלייט, אזש די התעוררות איז געוועהן גאר גרויס, פלוצלינג הערט זיך א קול ארויס פונעם שאוער, מאמע, פון ווי איז דער ניגון?, דער עולם האט אויסגעשאסן און אזא געלעכטער אז די וואסער האט זיך געהויבן ביז איבער די ברעג..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 12:57 pm
דורך לבי במזרח
כלבאשבוע האט געשריבן:http://www.dailymotion.com/user/beni-gutman123/1
א גרויסן שקויעך!!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 2:53 pm
דורך פרייוויליג
סמבטיון האט געשריבן:היינט אינדערפרי, טרעט איך לאנגזאם אריין אינעם קאכעדיגן בור, מיט איין האלב פארשלאפענע פוס, און איך זינג מיר אזוי אינטער דעם מינסקער ניגון, מיטמאל ווי און א כאר, העלפן מיר צו אזא דריי פיר יונגעלייט, אזש די התעוררות איז געוועהן גאר גרויס, פלוצלינג הערט זיך א קול ארויס פונעם שאוער, מאמע, פון ווי איז דער ניגון?, דער עולם האט אויסגעשאסן און אזא געלעכטער אז די וואסער האט זיך געהויבן ביז איבער די ברעג..
איך האף אבער אז דאס איז אויך נישט געווען א חלום..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:21 pm
דורך פישערער רבי
קיווע מיט זיין שווער פעטער נוחעם
IMG_20151227_183514.jpg
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:01 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דער קיווע שלעפט זיך ארום מיט א גל-פז בעג וואו ער גייט און וואו ער שטייט.. קוקט אויס אז דאס איז א חרידישע פעטיש.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:11 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז שטיקי..
די ישראלים דרייען זיך דאהי מיט א G&G בעג...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:35 pm
דורך סמבטיון
ווי גוט נחום זאל נאר נישט זיין, קען ער נישט באהאלטן זיין פרענקישע נאז, בדרך אגב, אויב כהאב נישט קיין טעות פלעגט ער עקטן ביי גרובייס, דאכצעך ביי הדוב המרקד איז נחום די פריץ.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:19 am
דורך קאצקע ציקער
רשעים ארורים...
עונה 2 פרק 3
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:29 am
דורך יואליש
כ'ווייס נישט אויב איינער האט שוין אנגעמערקט: די ניגון וואס גיטי שפילט אויפן אקארדיען איז די רוסישע ניגון וואס יו"ט עהרליך זינגט אלס "דער גענעראל".
https://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQyrg
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:20 am
דורך ראוונע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:23 am
דורך פישערער רבי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:37 am
דורך פישערער רבי
ואדקאינן ביה איימעצער ווייסט טאקע וואס מיינט פונקט שטערצאלע? פון וואו איז דאס גענומען?
כ'וואלט געזאגט מל' שטערן אזוי ווי זי האט געטראכט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:40 am
דורך יואליש
ביי אונז האט מען געניצט דאס ווארט שטערצל פאר א דעקעל פון א טאפ. וואס זאגן די שפראך קענער?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:07 pm
דורך פרייוויליג
אוי! די שמיצל אויף דער בארד.. טאטע זיסע... איך זאג אייך, די סרטים וואלטן קיינמאל נישט געקענט געשפילט ווערן דורך גויים. די איינציגסטע וואס פארשטייען אונז, איז אונזערע פרייע ברידער און שוועסטער..