בלאט 26 פון 50

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:16 am
דורך [NAMELESS]
דרש האדמו''ר מטשאטה במתיבתה קדישה דקווינס בהרי הקעטסקילס, ובתוך דבריו אמר חריפות נפלא, וכי על מה סומכין הני כותבי המאמענט? על דברי הגר''ח קנייבסקי שאמר שקרובים אנו לימי המשיח, וכי מה לו לר' חיים לעניני המשיח? הרי הסכים להדפסת ספר 'הגאון' וכבר אמר בעל הנועם אלימלך שמי שמדבר או מעיין בכתבי המחלוקת בין הגר''א לבעש''ט אין לו חלק לעוה''ב, א''כ מה לו לר' חיים לדבר על ענין שאין לו חלק בו,

(כך שמעתי בשם בשם ולא ברור לי דיוק אמיתות הדברים)

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:21 am
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג האט געשריבן:און רימינוב'ער רבי איז ביי דיר גארנישט?? :lol: :lol:

הממ. רימינב'ער רבי דערשרעקט מיר גראדע יא אביסל ווייל ביי לייבי קלעצקי האט ער געשיקט זיינע חסידים צו די פונקליכע גאס ווי לוי ארון וואוינט און זיי געהייסן דארט זיכן סא עפעס זאגט ער ;)

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:56 am
דורך קאצקע ציקער
IMG-20150726-WA0100.jpg


סיריעסלי?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 8:42 am
דורך גרויסע מענטשעלע
כהאב נישט ליב צו זאגן קריטיק אבער כהאב די ערשטע מאל געקויפט די מאמענט.
כבין געוועהן שאקט א פלענע זייפן בלאז זייער גוטע טערעסאנטע העידליינס אבער די ארטיקעל אליין חלשות ממש שרעקליך געשריבן.

וואס איז פשט ? איז עס נאר ביי מיר אזוי ?

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:06 am
דורך געוואלדיג
מאלן וואסער איז אויך א קונץ.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:16 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כהאב נישט ליב צו זאגן קריטיק אבער כהאב די ערשטע מאל געקויפט די מאמענט.
כבין געוועהן שאקט א פלענע זייפן בלאז זייער גוטע טערעסאנטע העידליינס אבער די ארטיקעל אליין חלשות ממש שרעקליך געשריבן.

וואס איז פשט ? איז עס נאר ביי מיר אזוי ?

גראדע זענען זיי געווען אסאך בעסער אין אנפאנג, לעצטנס פאנפענען זיי אריין אין די סיבות קען זיין פיל פאכיג, אבער לדעתי איז עס בעיקר ווייל זיי קומען ארויס וועכענטליך, און ווי געלונגען זיי זאלן נאר זיין איז כמעט אוממעגליך צו צושטעלן וועכענטליך געלונגענע אויסגאבעס פאר א חרדי׳שע ציבור, איי פארוואס קען עמי, משפחה, (בינה פאר פרויען) יא צושטעלן געלונגענע אויסגאבעס וועכענטליך? ווייל זיי האבן אסאך א גרעסערע פעלד וואס זיי מעגן באשרייבן ווי די חרדי׳שע.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:18 pm
דורך ירח בן יומו
פריעד באטשי האט געשריבן: איי פארוואס קען עמי, משפחה, (בינה פאר פרויען) יא צושטעלן געלונגענע ארטיקלען וועכענטליך? ווייל זיי האבן אסאך א גרעסערע פעלד וואס זיי מעגן באשרייבן ווי די חרדי׳שע.

איך האב נישט געוואוסט אז די רעפארמע געבן ארויס די אלע צייטינגן

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
אוי, האסט מיר געכאפט אויף א ווארט, מאך דיר נישט נאריש, האסט זייער גוט פארשטאנען וואס איך מיין.
איין דוגמא וועל איך דיר ברענגען: ציונות-אגודה והמסתעף, ודי בזה.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 1:42 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:
IMG-20150726-WA0100.jpg


סיריעסלי?

קאצקע ציקער: די מימרות פון הרב אייזן איז די באוואוסטע קאנסיפירעסי טעאריע, וואס זייערע אנהענגערס און נאכפאלגערס זענען פון די גרעסטע שונאי ישראל און אנטיסעמיטן. סיי די באהאלטענע און סיי די אפענע. די זעלבע ברואים וועלכע פרעדיגן אז אמעריקע וועט פארוואנדלט ווערן אין איין גרויסן קאנצענטראציע און מארד לאגער, די זעלבע חיות טרף האלטן אז די אידן האבן אנגעשטעלט די 9/11 וואוירלד טרעיד סענטער באמבארדירונגען. ס'איז מיר נאר א חידוש אויף די רעדאקטארן פונ'ם מאמענט אז זיי האבן לעצטנס אריינגעברענגט נארישע און אבערגלויביגע, קרי בעיבישע טעאריעס און באבע מעשיות פון דיבוקים ,אפאקאליפטישע בויך סברות און געבאקענע מעשיות.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 2:05 pm
דורך ירח בן יומו
פריעד באטשי האט געשריבן:אוי, האסט מיר געכאפט אויף א ווארט, מאך דיר נישט נאריש, האסט זייער גוט פארשטאנען וואס איך מיין.
איין דוגמא וועל איך דיר ברענגען: ציונות-אגודה והמסתעף, ודי בזה.

זיי קענען טאקע נישט באשרייבן ציונית אגודה וכדומה, אבער לעומת זה קומט צו אסאך באשרייבונגן וועגען זיין אנטי ציוני-אגודה, הפגנות וכו'.
סוכ"ס איז דאס א שוואכע תירוץ נישט צו קעען צושטעלן עפעס זאכליך.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דא נאך צענדליגע אדער הונדרעטע טאפיקס וואס קען נישט ווערן באשריבן אין א היימישע ״יודישע״ אויסגאבע, וואס קען יא באשריבן ווערן אן צענזור אין די היימישע ״ענגלישע״ אויסגאבעס.
די ציונות-אגודה האב איך נאר אנגעכאפט אלטס א דוגמא.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט זיי, עס קוקט מיר נישט אויס ווי סתם געמאלן וואסער. אבער פון מיר איז נישט קיין ראי', איך בין נישט דער גרויסער דזשורנאליסט און פארשטייער דערצו.
איך גלייך דער יש אומרים, די קליינע נייעסלעך, און די ביזנעס אפטיילונגען גאר שטארק. די אינטערוויואס אויכעט, ווילאנג עס איז נישט צו פערסאנעל.
קען זיין אז וויבאלד אנהייב האבן זיי גענומען די "באמבע" טאפיקס, און יעצט פארגלייכט מען עס צו די ערשטע פאר אויסגאבעס, איז עס טאקע אביסל דיסעפוינטינג, אבער אין דורכשניטליך איז עס גאנץ פיין.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:41 am
דורך ליפא
IMG-20150729-WA0029.jpg

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:20 am
דורך ונבנתה העיר
נודה ביהודה.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:38 am
דורך ליפא
IMG_20150729_113746.jpg

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:40 am
דורך ירח בן יומו
ונבנתה העיר האט געשריבן:נודה ביהודה.

נהלל, נודה ונהלל

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 12:44 pm
דורך קאצקע ציקער
אה זיי ציען שוין ציריק דעי חברה , זיי האבן מסתם באקימען אסאך קאמפלעינס אויף זייער צודרייטע ארטיקל איבער משיח פארגלעטן זיי עס יעצט

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נודה ביהודה.

נהלל, נודה ונהלל

ירח בן יומו: ס'איז א שיינע מליצה. אבער מ'דארף וויסן דעם חילוק פון נודה ביז נודע. כ'גלייב נישט אז ר' יחזקאל לנדא, אב"ד דק"ק פראג האט נישט געוואוסט דעם חילוק. אדער ס'איז איהם נישט אנגעגאנגען... :roll:

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 6:39 pm
דורך קאסטנער
ליפא האט געשריבן:
IMG_20150729_113746.jpg

גייט נאך מיט די זעלבע גלעזער פין דעלמאטס ביז היינט?!

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
קאסטנער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
IMG_20150729_113746.jpg

גייט נאך מיט די זעלבע גלעזער פין דעלמאטס ביז היינט?!

נעוודאי, די סטיילס ריקן זיך יעדע צוויי-דריי צענדליג צוריק צום אלטען.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
מיכאל איז רעכטס

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
ביי א חתונה אין בית רחל

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין צודרייט פאר דעם מיכאל ארטיקל. שוין לאנג נישט געלייענט אזא צויבערהאפטע , געשמאקע און דורכדרינגליכע אינטערוויוא וואס ברענגט ארויס אלע זייטן מראשית ימיו עד עתה.

צום מאמענט: כה לחי! ווי ניעד מאר.

און אגב האט איך זיך געריסן פאר געלעכטער פון דעם אינטערוויוא מיטן ADHD קינד....