בלאט 26 פון 214

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 3:55 pm
דורך ישראלי
איך האב אסאך מאל נישט וואס צו טוען ממילא וויל איך ליינען און שרייבן ארטיקלען. אבער וואס קען איך טוהן אז פונקט יעצט האב איך נישט וואס צו שרייבן און איך דארף ענדיגן די פערציג ווערטער? ס'איז שוין פערציג ב''ה יישר כח.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:44 pm
דורך ארבעט שווער
קיינמאל זאגן ניין אדער ווערן פארלוירן ווען איינער זאגט דיר ניין,
אייביג באגיי דיר מיט וואס ס'איז עוועילבעל טאמער נישט מאך עס עוועילבעל,
טאמער קענסט עס נישט מאכן עוועילבעל פרוביר עפעס אנדערש וואס קען יא,
"יא" דו קענסט עס באווייזן,
זיי נישט ביזי מקנא זיין יענעם,
ארבעט שטיל אבער עררייך דיין ציל

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:48 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
ומותר אדם מן הבהמה 'אין'
ב"ה אז מיר קענען יא זאגן 'ניין' (ווען ס'פעלט זיך אויס)

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:59 pm
דורך ארבעט שווער
מיר קענען זאגן ניין אבער ס'איז קיינמאל נישט א אפשין חוץ די לעצטע...

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 2:12 am
דורך דובר משרים
בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות.
אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט עקפערימענטירער)

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 2:20 am
דורך רויטע וואנצעס
מיט איין האנט שלום עליכם, מיט די צווייטע האנט א קלאפ אין פלייצע פאר אן אלטע פריינט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:07 am
דורך נופת צופים
דובר משרים האט געשריבן:בעצם בין איך נישט קיין פרעמדער דא, נאר היות איך האב אפאר וויכטיגע מודעות צו שרייבן אין א געוויסע אשכול וואס איך קען עס נישט טון מיט מיין געווענליכן ניק, האב איך מים אויסגעוועלט דעם נייעם ניק וואס אגב האט מער שייכות צו מיינע מודעות.
אסאך וועלען הנאה האבן, און דער וואס נישט, אויך נישט געפערליך. קיין טענות וועלן זיי נישט האבן (איך בין דאך נישט עקפערימענטירער)

עקספערימענטירער, קוק וואס דו האסט אנגעמאכט דא. איך דארף יעצט אויך מאכן א נייע ניק? [emoji1]

קידדינג עסייד, שלום עליכם. אונז ווארטן מער צו הערן מה יצא מפי הדובר.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 9:00 am
דורך הויזן טראגער
ארבעט שווער האט געשריבן:קיינמאל זאגן ניין אדער ווערן פארלוירן ווען איינער זאגט דיר ניין,
אייביג באגיי דיר מיט וואס ס'איז עוועילבעל טאמער נישט מאך עס עוועילבעל,
טאמער קענסט עס נישט מאכן עוועילבעל פרוביר עפעס אנדערש וואס קען יא,
"יא" דו קענסט עס באווייזן,
זיי נישט ביזי מקנא זיין יענעם,
ארבעט שטיל אבער עררייך דיין ציל

אויב די ניין איז נישט עוועילעבעל מאך עס עוועילעבעל....

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:46 pm
דורך גענוג
זייער א שווערע פראגע געפרעגט: פארוואס איך האב מחליט געווען ארויפצוקומען דא אויף קאווע שטיבל ווער איז דען נישט אינטערעסירט דא ארויסצוקומען,
און ב"ה אז עס איז יעצט אנגעקומען לידי מעשה אז איך האב די זכי' דא צו ערשיינען בשעה טובה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:09 pm
דורך חסידי לאומי
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל = מיר זוכן חברים נאכצוגיין דעם אמת
און/אדער אייערע אינטערעסן = ס'איז גאנץ קלאר אינעם נאמען
מצב = אסאך בעסער
יארגאנג = ווי א טאג
חסידות = מעזיבוז/אינטערנאציאנאל
טאלאנטן = הזמן יוכלו והם לא יוכלו
שאיפות = ביאת משיח, גאולה השלימה, בנין בית המקדש, עבודת ה' ועוד ועוד
פלענער = טוב שלא לומר דבר שלא נשמע, ועוד חזון
אדער וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים = ווען יודן האבן זיך ליב מיט אן אמת קען מען האלטן אנדערש זיך ווייטער רעספעקטן און ליב האבן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:52 pm
דורך יעקב איש תם
איך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:07 pm
דורך שמעקעדיג
חסידי לאומי האט געשריבן:טאלאנטן = הזמן יוכלו והם לא יוכלו

WOW WEE
שלום און וועלקאם,

ווי אויך שלו' עליכם פאר יעקב איש תם, נישט געוואוסט אז א תם קען לערנען אין קאלעדזש,
אדער אפשר טוט עס אויסשארפן דעם קעפל, בבחי' עדות ה' נאמנה מחכימת פתי.

אלענפאלס, בואכם לשלום, זייט אונז מהנה מיט אייער פעדער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:34 pm
דורך אדנירם
שמעקעדיג האט געשריבן:
חסידי לאומי האט געשריבן:טאלאנטן = הזמן יוכלו והם לא יוכלו

WOW WEE
שלום און וועלקאם,

ווי אויך שלו' עליכם פאר יעקב איש תם, נישט געוואוסט אז א תם קען לערנען אין קאלעדזש,
אדער אפשר טוט עס אויסשארפן דעם קעפל, בבחי' עדות ה' נאמנה מחכימת פתי.

אלענפאלס, בואכם לשלום, זייט אונז מהנה מיט אייער פעדער.

[tag]יעקב איש תם[/tag] - יושב אהלים, ער זיצט באהלה של קאלעדזש.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:48 pm
דורך געוואלדיג
אויב טאקע אוהלים של קאלידזש ושל תורה דן איז פיין און וואויל.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 4:20 pm
דורך נשמת אדם
אז מען דארף עפעס אויף טוהן אין אידישקייט, ווענד מען זיך צום מקור הישועות "קאווע שטיבל" און מען איז דארט מפרסם דעם רעיון לפרטיה ודיקדוקיה מיט אלע מפרשים בטוט"ד, און מען ווערט געהאלפן קודם ארבעים יום, ויהי לפלא.

נשמת אדם

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 5:49 pm
דורך שמיגעגי
איך בין א פרישער אינגערמאן וואס וואינט אין מאנסי, איך האלט מיר פאר אן אויפגעקלערטער. איך ליג זייער אין חסידות. (ווען איך זאג חסידות, מיין איך די אמת'ע דרך הבעל שם טוב הק', און כ'בין זייער קעיגען דאס וואס מ'רויפט היינט אן חסידות) איך האב זייער ליב צו שמייכעל'ען, און כ'בין זייער באהווענט ניט אלעס וואס טוט זיך דא אויפען וועלט. (צו זאל עס זיין מיט מוזיק, צו פילעמס...וכדומה) איך בין איבערהויפט קריעיטיוו, מיט א שטארקע ליבשאפט צו ארט און פאטאגרעפי.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 6:01 pm
דורך אדנירם
[tag]שמיגעגי[/tag], אויב אלס וואס דו מאלסט זיך אראפ איז אמת, דעמאלס ביזטו שוין גארנישט אזא 'שמיגעגי'...

אדרבה, פתח פיך ויאירו דבריך!

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:07 pm
דורך שמיגעגי
כ'בין נאך נישט געהעריג מסודר, אבער כ'וועל נישט שולדיג בלייבן.
און גראדע איז אלעס אמת.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:08 pm
דורך געוואלדיג
יהללוך זר, אבער אויב ולא, דאן פיך.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:42 pm
דורך מעווריק
קאווע שטיבל דינט מיר אלץ א רואיגע שטיבל נאך א טאג שווערע ארבעט ווי איך קען מיך אביסל אויסליפטערן אין אויסקלארן דעם מוח. איך קען מער נישט דולדן צי האלטן מיינע קאמענטארן פארשפארט ביי מיר אין קאפ, לאז א צווייטער אויך הנאה האבן אין הערן וואס אני ובית דין שלי האלטן אין קלערן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:56 pm
דורך חאצקעל שניידער
מעווריק האט געשריבן:קאווע שטיבל דינט מיר אלץ א רואיגע שטיבל נאך א טאג שווערע ארבעט ווי איך קען מיך אביסל אויסליפטערן אין אויסקלארן דעם מוח. איך קען מער נישט דולדן צי האלטן מיינע קאמענטארן פארשפארט ביי מיר אין קאפ, לאז א צווייטער אויך הנאה האבן אין הערן וואס אני ובית דין שלי האלטן אין קלערן.

ווער איז די בית דין? די ווייב רופט מען ביינונז חסידישע אידן די בני בית.[emoji18][emoji18][emoji18]

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:06 am
דורך געוואלדיג
מן הסתם ג' רועי בקר.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:10 am
דורך אבישי בן פורת
איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\