סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: ער האט זיך א סאך מאל אויסגעדרוקט בחייו אז ער ווילל אז דער (דאמאלס) סיגעטער רב זאלל זיין דער ממלא מקום.

הורוויץ פון מאנשעסטער אדער צוויבל? עפעס א מקור צו דעם?

נישט אז איך האלט אז ער וואלט נישט געדארפט זיין ממלא מקום, נאר איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד: ווייל דו האסט נישט געהערט מיינט נאך גארנישט. די גמ' האט אן אויסדרוק אויף דעם..."לא ראינו אינו ראיה"...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

בעל עגלה: די דברי יואל האט געבויעט סאטמאר פאר א קהילה נישט פאר א חסידות דהיינו אז ער האט געוואלט ס’זאל זיין טובים מיט אקרוט’ן וכולי אויף א סיסטעם פון א קהילה נישט אז מזאל טיילן ירושות שטילערהייט און ס’זאל ווערן דיקטאטארשאפטן.
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

תרמב האט געשריבן:בעל עגלה: די דברי יואל האט געבויעט סאטמאר פאר א קהילה נישט פאר א חסידות דהיינו אז ער האט געוואלט ס’זאל זיין טובים מיט אקרוט’ן וכולי אויף א סיסטעם פון א קהילה נישט אז מזאל טיילן ירושות שטילערהייט און ס’זאל ווערן דיקטאטארשאפטן.

אבסלוטלי גערעכט! ליידער איז עס געווארן א נחלת יחיד ! ועל זה ידוו הדווים!.
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

תשמ"ה ווען עס איז געווען די וואוט פון די הנהלת הקהלה צו מען זאל אויפנעמען מהר"א אלץ מרא דאתרא איז די ברך משה ארויס פארן וואט זאגענדיג אז ער וויל נישט מען זאל מיינען אז מען נעמט אים אויף וועגן אים נאר אלץ כבוד עצמו,

קומט נישט אריין קיין ווארט ירושה, מען קען נישט ירשנען קיין מרא דאתרא, מען האט אים אויפגענומען ביי א וואוט פון די ז' טובי העיר, אזוי ווי די הלכה פארלאנגט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:תשמ"ה ווען עס איז געווען די וואוט פון די הנהלת הקהלה צו מען זאל אויפנעמען מהר"א אלץ מרא דאתרא איז די ברך משה ארויס פארן וואט זאגענדיג אז ער וויל נישט מען זאל מיינען אז מען נעמט אים אויף וועגן אים נאר אלץ כבוד עצמו,

קומט נישט אריין קיין ווארט ירושה, מען קען נישט ירשנען קיין מרא דאתרא, מען האט אים אויפגענומען ביי א וואוט פון די ז' טובי העיר, אזוי ווי די הלכה פארלאנגט

א מראה מקום פאר די הלכה ביטע?
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

היסטוריה חוזרת על עצמה
די רשעות וואס איז געווען אין קראלי. ווען סאטמר רב האט געעפענט א נייע קהילה (נעעלאגאן) קעגן ר׳ הערשעלע ספינקערס טאטע (ולצדקותו יאמר ווי אזוי ער האט עם מוחל געווען נאכן קריג) און אזוי אין אלע שטעט ווי ער איז געווען מיטן קרן לדוד וכדו׳ כידוע ומפורסם, און דארט האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מרא דאתרא, אלעס קומט צוריק אהיים, נאר יעצט איז עס מכם ובכם, האט מען ווייטער נישט קיין פראבלעם מיט מרא דאתרא

ווי אזוי האט ער (דער) נאר געזאגט אזוי איז געווען אין קראלי און אזוי איז געווען אין אורשיווא און אזוי איז געווען אין סאטמר און אזוי וועט זיין דא אויך
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מפיל קינד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: ער האט זיך א סאך מאל אויסגעדרוקט בחייו אז ער ווילל אז דער (דאמאלס) סיגעטער רב זאלל זיין דער ממלא מקום.

הורוויץ פון מאנשעסטער אדער צוויבל? עפעס א מקור צו דעם?

נישט אז איך האלט אז ער וואלט נישט געדארפט זיין ממלא מקום, נאר איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון...
אינטערסאנט האסט נישט געפרעגט אזוי ווי מאיר שטערן און ווידער, עס איז די זעלבע משל



Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט האט ר' זלמן לייב מסדר קידושין געווען אין עטרת מאיר צבי ביי זיין הויז בחור'ס חתונה, וואס א דאנק דעי חתונה האבן די זאליס געמאכט די נייע תקנה אז מ'מוז נעמען רז"ל פאר מסדר קידושין, אזוי אויך האט ער מסדר קידושין געווען ביי א אנדערע חתונה אין עטרת מייזעלס.

למעשה איז דורך עטליכע וואכן און מ'הערט נישט פון נאך מחותנים זאלן קענסלען מייזעלס, און ס'איז דא חתונות נאכט נאך נאכט, און די ארונים האבן שוין אויך געקענסלט דעם נייעם זאל, קיקט אויס ווי די מערכה איז געשלאסן פאר יעצט, האפענטליך פאר אייביג.

בינעך נאר נייגעריג צי מ'גייט העכערן דעם געהאלט פאר דעם גרוש נאך דעם וואס די ארבעט פון האלטן חשבון אויף די חתונות, און ארויסשיקן די בריוון צו אלע קרובי משפחה האט זיך זייער פארברייטערט.

און דא אויף קאווע שטיבל וואלט מער געווען זייער אינטערעסאנט צו ליינען אלע ארונישע ספין'ס פארוואס די ארונים האבן געווינען די מערכה.
פתחון פה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:52 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך פתחון פה »

וואס הייסט אדאנק די חתונה האט מען געמאכט די תקנה, זיי מסביר ביטע ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער מחותן האט געוואלט נעמען רז"ל פאר מסדר, גרוש שעהר האט אנגעהויבן טעראזירן דעם מחותן אז מדארף נעמען רשות און אויף רז"ל קען מען נישט געבן, האט דער מחותן געבעטן רשות אויף זיין טאטן די באלטימאר רב וואס ער האט קודם מסכים געווען, אבער שפעטער - מסתם כאפענדיג אז מ'רעדט דא פין רז"ל'ס גבאי - איינגעמאלדן דעם מחותן אז דער חתן מיטן מחותן גיין דארפן פערזענליך ארויפגיין צו ר' אהרן בעטן רשות, אנדערש ווי ביז דאן וואס מ'פלעגט קענען בעטן אויפן טעלעפאן, און אזוי אויך דארפן די חתן און מחותנים אונטערשרייבן א צעטיל אז זיי זענען מקבל מרות פון ר"א, אנדערש ווערט נישט געגעבן די רשות,

רז"ל וואס האט געהערט פון זיין הויז בחור וואס ער גייט דורך מיט זיי, און וועגן ער איז זיין גבאי האט דעמאלס פאררופן אן אסיפה מיט די ק"י ראשי הקהלה, וואס האבן שוין לאנג געהאט געבעטן אז די רבי זאל זיך אריינמישן, האט באשלאסן אז ער גייט אראפקומען יעדע נאכט מסדר קידושין זיין, וואס אויב געבן זיי רשות פאר אים מיינט אז דאס גאנצע מוזן האבן רשות איז א לצנות, אין מיט דעם האפט ער אויסצרייסן די גאנצע טעראר,

ווי עס קיקט אויס גייט ער שוין נישט צו לאנג אנהאלטן דאס ארויסקומען מסדר קידושין זיין.
פתחון פה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:52 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך פתחון פה »

די חתונה איז דאך אין עטרת מאיר צבי און ווער האט דארט פארלאנגט רשות? און וואס האט רז"ל אויפגעטון מיט א תקנה אין עטרת מייזעלס? עפעס שטימט נישט דא איימ סארי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין מאיר צבי טעראזירט מען פינקט אזוי מחותנים ווי מייזעלס,

רז"ל וויל אויפטוען, אז זיינס א מענטש וואס דינט אים זאל קענען אים נעמען פאר מסדר קידושין אן ווערן טעראזירט, מיטן איינפירן די תקנה אין מייזעלס גייט ער מאכן אז צענדליגע חתונות א יאר גייט מוזן זיין אן רשות, און די תקנה גייט ווערן א לצנות, מענטשן גייען זיך נישט פילן שלעכט אז טייל קרובי משפחה פעלן פון די חתונה, אין פון די אנדערע זייט גיין מענטשן זיך איבערטראכטן דאס פעלן פון אזויפיל נאנטע משפחה חתונות, און שעהר וועט נישט קענען נאכיאגן די ארבעט...

קען ער ווען, פירט ער איין די תקנה אין מאיר צבי און פאראדייס אויך, איז ער דאך אבער נישט באלעבאס דארט,

פארגעס נישט, רז"ל האט שוין געהאט א סך פרעשור פון פארדעם פין מייזעלס חתונות, ס'האט נאר אויסגעפעלט עפעס וואס זאל זיין די מכה בפטיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פתחון פה האט געשריבן:די חתונה איז דאך אין עטרת מאיר צבי און ווער האט דארט פארלאנגט רשות? און וואס האט רז"ל אויפגעטון מיט א תקנה אין עטרת מייזעלס? עפעס שטימט נישט דא איימ סארי.

כאפ א בליק אינעם פנקס דעי אלע מחותנים וואס האבן געפרעגט רשות זענען נישט קיין ארונים, דאס זענען יודן וואס האבן נישט קיין כח פאר טעראר, אין ווילן נישט אז נאענטע קרובים אין צימאל זיידעס זאלן פעלן פין די חתונות,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אינטרעסאנט, מהאלט שוין ביי 25 בלעטער און פלוצלינג קומט ארויף פרישע הייסע דעטאלן אזוי אגב'דיג...

ברעג נאך ביטע
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

מען קען שוין טוישן די קעפל פון פלאקערט צו אויסגעלאשן

ווי איך הער פון קראנטע מקורות, איז אז א חלק פון די דיעל וואס חיים שלמה פישער/אברהם בראך/חזקי בערקאוויטש אפערן פאר משה גבאי צו באקומען די בנינים אין בני ברק, האט מען זיי לעצטענס צוגעלייגט צום דיעל אז מען גייט זיי לאזן מאכן חתונה און מען געט זיי רשות און מען גייט זיי נישט טעראזירן, סא די מחלוקה איז דערנאך

דאס איז אויסער וואס מען אפפערט זיי די
ראסס שול,
בית החיים אין שטאט אוהעל,
אראפנעמען די וואנט אין בית החיים אין קרית יואל,
און אפילו געלט אויך,
איז יעצט אפערט מען זיי די סידור קידושין אויך, דאס איז וואס אברמי בראך האט לעצטענס געאפערט פאר משה גבאי אויפן טעלעפאן, ווי באקאנט אברמי מיט משה טעקטסטן זיך אויף וואטס עפפ יעדען טאג ,אויסער וואס חיים שלמה רופט משה פון צייט צו צייט זיך בעטן צו מאכן א דיעל, משה האט עפעס אזא זיסע נקמה, ער מאכט א קאנפרענס מיט זיינע פריינט ווי יעקב שמשון און נאך און האלט זיך אונטער אויף דעם נער פון יאר הונדערט חיים שלמה פישער, וואס רופט אים יעדע שטיק צייט אז ער זאל זיין אויף זיין זייט און אים העלפן מיט זיין גארביזש, די ליצנות איז אין לשער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

און איינער גלייבט עכט אז די ארוינים גייען האלטן ווארט? איין טאג נאכ'ן אראפנעמען די גדר פון בית החיים קענען זיי עס צוריקשטעלן.

מילא ראסס בית המדרש פארשטיי איך אז מען קען מאכן א דיעל אבער די ריעל עסטעיט פון די ישיבה אין קרית יואל מיט'ן אלטן בית החיים וואס די ארוינים האבן בגניבה איבערגעשריבן דארף וועןא אויך אריינגיין אינעם דיעל
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

מען רעדט פון אלעס מאכן ליגעל, און די ארוינים אפפערן פאר משה גבאי מיליאנען אין טאש פלאס מיליאנען פאר די זאלי קאמפאני/יעקב בער אין טאש
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

און אויב גלייב איך נישט די אלע מעשיות?
מענטשן דא זענן ביזי זיך צו טרייסטן מיט חלשות צו הייבן זייער געמיט
חיי שעה איז אויך געלעבט
בד"וו איך קען שרייבן די זעלבע זאך און טוישן נעמען אבער איך זוך נישט חיזוק.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

וואס פונקטליך האסטו געענטפערט? האסט שוין אמאל געטראכט פאר דו ענטפערסט?
די מציאות איז אז די מערכה האט זיך אפגעשטעלט,
אברמי בראך ארבעט שווער אויף א דיעל פאר די בנינים מיט משה גבאי,
וואס הייסט דו קענסט זאגן די זעלבע און טוישען נעמען?
דו ווייסט עפעס א אנדערע מציאות ביטע שרייב זייזשע מוחל, אונזערע דיונים דא זענען געבויעט אויף פאקטן כעיני השמש, נישט אויף פשעטלעך מיט דמיונות, ספינס זענען זייער ארויס פון סטייל, מענטשן קויפן מער נישט קיין ספינס.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אלטע אויסגעדראשענע דמיונות

די ארונים האבן שוין לאנג כפרות געשלאגן מיט די בנין אין בב זיי גייען יעצט פערטיגן א נייע בית רחל חיים לאקסעס בילדינג איז זייערס און א ביהמ"ד א נייע גייט מען בויען והכל על מקומו יבוא בשלום משה גבאי איז שוין לאנג נישט דער מענטש מיט וועם מ'מאכט דיעלס פון די זאלי זייט גדר פון בית החיים גייט נישט אראפ און שוין

איינער טראסט אפילו משה גבאי ?

דמיונות אויפן זיסטן פארנעם
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

שוין זע איך שוין מיט וועם פונקטליך איך שטיי אין ווארט דא, דו קענסט נישט די אלף בית פון פאקטן, משה גבאי איז איינע פון די מענטשן וואס דארפן איבערשרייבן די בנינים, מען מוז צוקומען צו זיין לעגאלע אינטערשריפט, עניוועי סתם צו דיסקוסירן דא מיט מענטשן וואס ווייסן נישט די פשוטע פאקטן איז נישט נוגע פאר מיר, אבער דאס אז אברמי בראך קאלט משה גבאי טאג טעגליך, ווייס איך ממקור ראשון! און איך מיין אז די יודעי דבר לייקענען עס קיינער נישט, דער רבי אליינס האט געקאלט מענטשן צו העלפן מאכן א דיעל וועגן די בנינים אין בני ברק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Cp

*כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים*

היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.

דערנאך האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.

*להעמיד חומה בצורה*
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט