בלאט 27 פון 110
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 11:54 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ראשעקאל שרייבט פריער אז א דאקטאר האט עפעס איבער געלאזט אין איר גוף נאך אן אפאראציע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:02 am
דורך אויס מענטש
מיימאנאדיס איז מער פארנאכלאסיגט ווי אנדערע שפיטעלער?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:04 am
דורך דער (פינטעל) איד
אזוי איז אנגענומען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:09 am
דורך איך אויך
אויס מענטש האט געשריבן:מיימאנאדיס איז מער פארנאכלאסיגט ווי אנדערע שפיטעלער?
אויף וועלכע פלאנעט לעבט איר?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:38 pm
דורך אויס מענטש
ב"ה קיינמאל נישט גענוצט דעם האספיטאל וכן יעזור ה' להלאה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:59 pm
דורך וויליאמסבורגער
ראשעקאל האט געשריבן:א ביטערע טראגעדיע אין בארא פארק. א דרייסיג יעריגע פרוי מרס שטעקל איז נפטר געווארען נאכדעם וואס א דאקטאר האט איבערגעלאזט עפעס אין איר גוף נאך א מיסקערידזש, און זי האט באקימען א שרעקליכע אינפעקשאן.
פינף יתומים'לעך נעבעך
@גוגל פון אייוועלט:
אריינגעפירט און שפיטאל דינסטאג נאכט, און אויסגעגאנגען פרייטיג 4:12 2 מינוט פאר איר וויזניצע זמן, געצינדען לעכט איז שוין געווען אויבן אין הימל..... אוי... עס רינט טרערן בשעתן שרייבען.. געווען מיט איר די לעצטע פאר טעג
איר מאן א איד אנגעפילט מיט אמונה, ביז 4:12 האט ער געהאלטן אויף אן אמת מיט אמונה אז זי גייט נאך געזונט ווערן, 4:13 האט ער געהאלטן און מחזק געווען אז עס איז געווען א גזירה און מקבל געווען באהבה, אוי זעננען טרערן גערונען ווען נאכן פארציילן פאר די קינדערלעך שבת נאכמיטאג, איז ער געקומען רעדן מיט זיי, און בתןך הדברים פארציילט אז ווען מען באקומט א קלאפ דארף מען קוקען ווער עס גיט די קלאפ, און דא איז עס געווען די באשעפער,
רעדט מיט אמונה נאכאמאל און נאכאמאל, א מוסטער פון א חסידישע אינגערמאן
נעכטען נאכט איז נישט געווען קיין טריקען אויג ווען די יתומים האבן געזאגט קדיש ביים פעלד,
איר טאטע ר' יודל גרינפעלד האט מיט בכיות נוראות געוויינט אז ער שטייט ביים צווייטע טאכטער און ווייניגער פון 3 יאר, אוי האבן מיר געוויינט, גאנץ שבת האט מיר די 11 יעריגע אינגעלע געבעטן אז ער וויל גיין זעהן זיין מאמע, מיט איינגעהאלטענע טרערען געדארפט מסביר זיין פארוואס ער קען נישט גיין
באשעפער העלף שוין דיינע אידישע קינדערלעך
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:22 pm
דורך גאנצל
נעבעך ד' יאמר לצרותינו די
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:47 pm
דורך פרישער
ר' ליפא ברייער ע"ה, א מיסטעריא וואס האלט דו וועלט געשפאנט שוין א וואך צייט, ער איז נעלם געווארן אויף א פרייטאג, מען האט אים געטראפן נאך א צוויי טאג געזיך, אין א שפיטאל, קיין אהנינג איז נישט וואס עס האט פאסירט מיטנעם, זיין נפטר ווערן איז נישט ווייניגער מיסטעריש צו מען ברויך זאגן השם ינקום דמו, צו נישט, צו איז עס א קילער מארד אדער נישט, צו איז עס קרימינאל אינוועסטיגעישן, צד השווה שבהם איז אז א מאן'ס לעיבן איז פארשניטן געווארן פריצייטיג, א צדיק וואס איז געוועין יארן לאנג א עוסק בצרכי ציבור, ער האט געפיטערט יעדן הינגעריגן איד מיט א שמייכל, יהא זכרו ברוך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 6:55 am
דורך בשםואין
ברוך דיין אמת.
הרב החסיד הנגיד רבי שלמה מיכל ראזנער ע״ה. קרית יואל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 8:50 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי. בד''ה. ווי אלט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:59 am
דורך Handler
75 years
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:33 pm
דורך גאנצל
איי ר' שלמה מיכל א טייערע איד געווען. גאר א זעלטענע טיפ פון א איידעלע איד. סענסעטיוו צו יענעם'ס געפילן. א גרויסער בעל צדקה. געהאט די זכי' מהנה צו זיין סאטמאר רב ז"ל מיט'ן בויען דעם שטעטל קרית יואל נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי דוכט זיך ער איז געווארן נאנט דעמאלס מיט טאהשן רבי'ן שליט"א. אויך פארשטייט זיך האט ער שפעטער געשטיצט אדמור מהרז"ל דוכט זיך אז מהרז"ל איז איינגעשטאנען ביי אים.
אבער שוין דעמאלס נעבעך נישט געווען ביי די כוחות ער האט אנגעהויבן ליידן אויף די ראי' וועגן צוקער מיין איך אוי ווער געדענקט ווען ער פלעגט זיך נעבעך שלעפן אזוי האלב זעהדיג פראבירנדיג שלו' צו מאכן מיט זיין מצב אבער אלס מיט א שמייכל אוי ס'כאפט מיר אן טשילס ווען איך דערמאן מיך דעם בילד שפעטער איז זיין מצב נעבעך געגאנגען מטה מטה אבער אלס פראבירט מיט זיין גאר שוואכע כוחות צו שמייכלען צו יעדעם אוי א נפש יקרה געווען יהא זכרו ברוך
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:05 pm
דורך הבא ללמד
גאנצל האט געשריבן:נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי
סארי פארן זיין מיסאינפארמירט ר' שלמה מעכיל האט פארגעליינט דע קאנסעס פינעם ברך משה כ"ו אב תש"מ ער איז געווען א עכטער חסיד פין אים, ער האט אים איבער געלאזט עטליכע יאר נאך ר' אהרן התמנות
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:08 pm
דורך גאנצל
הבא ללמד האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:נאכ'ן רבי'ן האט ער באלאנגט צו די גרופע וואס האבן נישט גענומען דעם ברך משה פאר רבי
סארי פארן זיין מיסאינפארמירט ר' שלמה מעכיל האט פארגעליינט דע קאנסעס פינעם ברך משה כ"ו אב תש"מ ער איז געווען א עכטער חסיד פין אים, ער האט אים איבער געלאזט עטליכע יאר נאך ר' אהרן התמנות
ר' סענדער האט עס פארגעליינט
ער איז קיין חסיד פון ברך משה קיינמאל געווען נישט אז ס'איז א חסרון ס'איז נאר פלעין א פאקט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:10 pm
דורך מלא וגדוש
אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:14 pm
דורך גאנצל
מלא וגדוש האט געשריבן:אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.
נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו
ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:16 pm
דורך מלא וגדוש
גאנצל האט געשריבן:מלא וגדוש האט געשריבן:אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.
נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו
ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.
ווייסטע נישט אלעס. זעט אויס ווי דו ביזט דער ס"ו בר מצוה בחור
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:22 pm
דורך אמת ויציב
אדמו"ר מסאטמאר איז מספיד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:01 pm
דורך בשםואין
גאנצל האט געשריבן:מלא וגדוש האט געשריבן:אזוי ווי אויף כמעט אלע אידן וואס די ארוינים זאגן זענען געווען מתנגדים, און ווילן נישט מודה זיין אז ביז'ן התמנות פון ר' אהרן זענען זיי אלע געווען/געבליבן אנענגער פונעם ב"מ.
נייע תורת לאקשן וואס מ'שטאפט לעצטענס אן די יונגע זאליס וואס זענען בר מצוה געווארן נאך ס"ו
ווער ס'איז געווען א "חסיד" פונעם ברך פאר'ן התמנות איז געווען נאך און ווער ס'איז נישט געווען נאך איז נישט געווען פארדעם.
נעם אפיר די בילדער פונעם ברך משה׳ס מלכות׳דיגע נסיעה קיין אר״י אין די פריע מ׳ יארן, וועסט זעהן אויף די בילדער געשוואוירענע בני יואל׳ע.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 5:13 pm
דורך שרייבער
חוץ יאסל וואלדמאן ווייז מיר נאך איין געשוואורענע בני יואל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:56 am
דורך ימי קדם
האשה מרת חיה פיגא האגער ע''ה בת הרב ישראל שנעעבאלג, בן הרב משה (טשערנאוויץ) וחתן הרב פנחס שלום האגער אב''ד וויזניץ ב.פ. בן האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, אשת הרב יוחנן האגער, בן הרב ברוך שמשון אב''ד וויזניץ בית שמש, בן האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, וחתן האדמו''ר מוויזניץ בני ברק.
זי האט געהאט איר ערשטע קינד דעם שבת, אלעס איז געווען בסדר, היינט צופרי איז זי פלוצלינג צוזאמגעפאלן, און אוועק.
די לויה איז 10:30 ביי בית מדרש וויזניץ מאנסי אין ב.פ. אויף 53, און אום 12:30 ביי בית המדרש הגדול וויזניץ אין מאנסי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 10:59 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי רחמנא ליצלן!!
די צווייטע פרוי אין צוויי וואכן וואס גייט אוועק וועגן קינדער האבן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:33 am
דורך שמעקעדיג
אוי באשעפער!
ווי אלט?