בלאט 27 פון 57
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm
דורך נאך א שמויגער
איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:59 pm
דורך קליינע צדיק
נאך א שמויגער האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm
איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
למען השלום מעג מען זאגן ליגענט און פארדרייען פאקטן אויך
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:27 pm
דורך kolal1
חיים הלוי האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:35 pm
מענדל האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:27 pm
עמרם האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:24 pm
מענדל האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:19 pm
ווער האט מכתיר געווען ? און וואס איז יעצט געשהן ?
איינער האב מאריס
וואס איז יעצט געשעהן פונקליך, ווייס איך נישט
אבער פון היינט אין ווייטער איז ער אפציעל א רבי
(זיין שווער בלייבט ווייטער אב''ד ראחמיסטריווקא מאנסי)
יצחק אהרן ?
יא ר' יצחק אהרן מאריס
ער איז געווארן די גבאי
די סיבה פארוואס ער רופט זיך ספרינג וואלי איז למען השלום פאר די פעטער די סקווירא איידעם
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:25 pm
דורך עמרם
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:56 pm
וואז איז יעצט געשען אז ער האט מחליט געווען איבערצונעמען אפיציעל?
און וואס טוישט זיך נאך די אפיציעלע הכתרה
אויסער די רופן ראחמסטריווקא ספרינג וועלי
וואס הייסט וואס טוישט זיך ?
ער איז אויפציעל א רבי !
(אין אייוועלט וועט מען שוין מעגן שרייבן אדמו''ר.... כ'האף אזוי ..)
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:38 pm
דורך חאסקעל
די מוסדות וועט אויך הייסן ספרינג וועלי?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:43 pm
דורך אמאהלגעקעננט
זענען אין tallman?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:06 am
דורך עמרם
חאסקעל האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:38 pm
די מוסדות וועט אויך הייסן ספרינג וועלי?
למעשה איז די ספרינג וועלי רבי'ס שווער - מאנסי רב באלבאוס אויף די מוסדות, ממילא וועט עס לכאורה בלייבן מאנסי
אייגענע השערה
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:06 am
דורך בעל דרשן
נאך א שמויגער האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm
איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
איך מיין גראדע אז רבי יעקב יוסף וואינט אויך נישט אין מאנסי נאר אין ספרינג וועלי
אזוי צו אזוי איז עס א שיינע זאך פון רבי יעקב יוסף פאר די טויש
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:11 am
דורך אמאהלגעקעננט
למאי נ”מ למקח ולממכר ? Seriously
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:14 am
דורך בעל דרשן
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 12:11 am
למאי נ”מ למקח ולממכר ? Seriously
ווי אזוי מ' שרייבט אינעם כתובה חוץ דעם גארנישט
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:18 am
דורך אמאהלגעקעננט
.
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:02 am
דורך cictim
ביי די וועכנטליכע מלוה מלכה האט כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א פארציילט סיפורי צדיקים ווי געווענליך, פארן בענטשן האט די רבי שליט"א עטליכע מינוט ארומגערעדט "ענינא דיומא" איבער די ברענדיגע דברים העומדים על הפרק, ווי רבינו שליט"א במתק לשונו איז איבערגעגאנגען די השתלשלות המשכת ההנהגה פון נאכן יום המר והנמהר כט’ אב מיט די הסתלקות פון אבינו רועינו רבינו הקדוש זי"ע ווי כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א פון לעיקוואד האט אריבערגערופן רבינו שליט"א בשליחות פון די ברודער האדמורי"ם שליט"א אז רבינו שליט"א זאל זיך מצרף זיין צו די הנהגה אינאיינעם מיט די פעטערס האדמורי"ם שליט"א אויף וואס די רבי שליט"א האט קאטעגאריש אפגעזאגט אין זיך ארויסגעדרייט אין אזוי ווייטער במשך ימי השבעה זענען כסדר געקומען הפצרות פון די פעטער'ס שליט"א וואס מפטירים כדאתמול אין די רבי האט זיך כסדר ארויסגעדרייט, די רבי האט דערמאנט אז ביים שבת תוך ימי האבל האט מען יא ארויפגעצווינגען אויפן רבי’ן זיך צו משתתף זיין כאחד האדמורי"ם, אזוי איז אונטערגעקומען חודש תשרי אין די מ’האט געוואלט אוועקפאהרן אויף ראש השנה אין שמחת תורה אבער די אויבישטער פיהרט זיין וועלט אין מ’האט געדארפט פארבלייבן דאהי, די רבי האט נאכגעברענגט א ווארט בדרך שאדם רוצה לילך אמענטש מיינט ער ווייסט ווי ער אבער פון הימל מוליכין אותו, אויך האט ש”ב די ראש ישיבה הרב מרדכי פנחס שליט"א עטליכע מאהל שטארק מפציר געווען אויף צו אהנעמען די הנהגה אין כסדר אויך פון אנדערע אבער מ'האט מיט כל מיני טצדיקי אפגעווארפען אין זיך ארויסגעדרייט, עס איז געקומען חנוכה אין צינדן ליכט ברבים אין בית מדרש על אף די אנדערע ביזט איצטיגע הנהגות ברכים האט מען געהאט תירוצים פארוואס דאס איז נישט קיין הנהגה פון אדמורות אבער ליכט צינדן איז בשום אופן נישט ארויפגעקומען אויף צוטוהן אין אזוי ווייטער, פאר צוויי וואכן צוריק איז פאהרגעקומען א מיטטינג צוזאמען מיט די פעטערס האדמורי"ם שליט"א ווי זיי האבן אראפגעשטעלט א פיס אז מען מוז אהנעמן די ההנהגה אהן קיין תירוצים.. די רבי האט דערמאנט אז איינע פון די מניעות דאס די שווער שליט"א איז שוין רב דא אין שטאט פאר 40 יאהר אין עס איז איינע לפי כבודו אבער די רב שליט"א איז אקעגן געקומעןאין געמאהנט אין געפאדערט דאס אהנצונעמען. די רבי שליט"א פארציילט אז נאך נעתר זיין להבקשה האט ער געהאלטן אז זיך רופן די רבי פון מאנסי קען זיין א פראבלעם היות עס איז דא א נייע אור אין שטאט מיט די שיינע הויף וואס די פעטער שליט"א האט אויפגעשטעלט אין היות צוויי הויפן האט נישט קיין פשט איז ער אויפגענומען צו דאס רופן מיטן נאמען ראחמיסטריווקא - ספרינג וועלי, אהנווייזענדיג אז דא זיצט חשובע ספרינג וועלי רב אב”ד ווילעדניק, איו אזוי אויך האט די רבי שליט"א דערמאנט א טיר-ביי-טיר שכן דומ"ץ סקווירא-ספרינג וועלי וואס ביי טיש אין סקווירא רופט מען אויס די "ספרינג וועלי דיין".... דאס אלעס אין נאך ארום די נושא ווי די רבי שליט"א רעדט ארום במתיקת לשונו... דערנאך האט די רבי צוגענדיגט אז דאס אלעס איז די חיצוניות אבער די עיקר איז די פנימיות אוועקצושטעלן די פלאץ מיט א שטארקייט ברוחניות אין אלעס וואס פעהלט זיך אויס, אין צוגענדיגט מיט ברכת קודש. אין די משמש בקודש הרב אהרן ישראל קראמער שליט"א האט אויסגעשריגן אין א געזאנג פון כי אורך ימים ושנות חיים אין מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי ווי די גאנצע עולם אין שפיץ פון די מנהיג העדה כ”ק מרן אדמו"ר שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען לכבודה של מקום ולכבוד בית ראחמיסטריווקא.
יאריך ימים על ממלכתו.
די טעלעפאן ליין פון די קהילה האט געטוישט די סיסטעם לאור די קריאת קודש.
718-550-8733
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:54 am
דורך נאוואמינסקער
פין חדרי חרדים: עוד הוסיף: כי הרבי ביקש כי מפני השלום, אינו רוצה שיקראו לו בשם האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי' אלא האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי ספרינג וואלי'.
איז עס אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי אדער אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ספרינג וואלי?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:14 pm
דורך עמרם
נאוואמינסקער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 11:54 am
פין חדרי חרדים: עוד הוסיף: כי הרבי ביקש כי מפני השלום, אינו רוצה שיקראו לו בשם האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי' אלא האדמו"ר מ'רחמסטריווקא מונסי ספרינג וואלי'.
איז עס אדמו"ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי אדער אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי ספרינג וואלי?
ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי !
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:48 pm
דורך צפת
סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.
גוט מסדר געווען...
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:04 pm
דורך עמרם
צפת האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 12:48 pm
סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.
גוט מסדר געווען...
איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט די נאמען ?
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:59 pm
דורך צפת
כ'מיין אז ס'וואלט שוין ענדערש געווען אויב ער זאל טוישן נאמען, זיך רופן האדמו"ר ממקרוב, אדער "טשערנאביל רחמסטריבקא".
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 2:01 pm
דורך עמרם
צפת האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 1:59 pm
כ'מיין אז ס'וואלט שוין ענדערש געווען אויב ער זאל טוישן נאמען, זיך רופן האדמו"ר ממקרוב, אדער "טשערנאביל רחמסטריבקא".
לענ''ד איז דעס זייער גוט
איך זעה נישט קיין שום חילוק צווישן מאנסי און ספרינג וואלי
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 2:21 pm
דורך אמאהלגעקעננט
צפת האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 12:48 pm
סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.
גוט מסדר געווען...
אדרבה, עכ האט יעצט א מפני דרכי שלום צונאמען. פאליטיש איז גאגץ פײן
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 2:44 pm
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 12:48 pm
סקווירא האט דא גוט מסדר געווען דעם ר' יעקב יוספ'ן... אים אונטערגערוקט אזא פאני נאמען, ש'שט מיר ש'דיר... און דער ערליכער נעמט עס אן אזוי בתמימות, מפני דרכי שלום.
גוט מסדר געווען...
ווייטער מישטו אריין סקווירא... זיי נישט אזוי איינזייטיג שעפעלע
האט 0 מיט סקווירא רבי יעקב יוסף האט נישט געהאט קיין ברירה
זיך רופן ראחמיסטריווקא מאנסי קען ער נישט צוליב דעם פעטער וואס מ'רופט אזוי
האט נישט קיין פשט ביידע מיט די זעלבע נאמען איינער וואלט געדארפט טוישן און ער האט עס געטון קומט זיך אים קרעדיט פארן זיין א מענטש
א שאד נאר אז אלע זענען קאפ און וואנט מיט די נאמען ראחמיסטריווקא די קלוגסטע וואלט געווען ווען איינער פון די ברודער קלויבט זיך א צווייטע נאמען אזוי ווי קראלי און פרימישלאן און נאך האבן געטון
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 2:56 pm
דורך די קעפעלע
בעל דרשן האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 12:06 am
נאך א שמויגער האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:58 pm
איך פארשטיי נישט. דער וואס וואוינט אין מאנסי נאר לכבוד שב"ק וועט זיין אדמו"ר ממאנסי?
איך מיין גראדע אז רבי יעקב יוסף וואינט אויך נישט אין מאנסי נאר אין ספרינג וועלי
אזוי צו אזוי איז עס א שיינע זאך פון רבי יעקב יוסף פאר די טויש
אינטערסאנט. פארוואס מיינסטו אזוי? האסטו זיך פראבירט נאצופרעגן אדער פשוט ווייל עס שטימט דיר בעסער מיט דיינע טראללעריי?
ער וואונט און מאנסי פאר צען יאר אויף Elaine א גאס אוועק פון זיין שווערס ביהמ"ד.
אפשר מישט איהר זיך אויף מיט ר' יושע וואס וואונט אין ספרינג וועלי פאר די לעצטע 60 יאר
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 3:51 pm
דורך די קעפעלע
קרעדיט: אידישע נייעס
פאלגענד איז די דברות קודש פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וועלי נעכטן מוצש"ק ביי די וועכענטליכע מלוה מלכה ווי די רבי האט אויסגעשמוסט די סדר הדברים פון די הסתלקות פון זיין גרויסע זיידע הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל ביז אצינד ווען די רבי האט אנגענומען די בקשה זיך מכתיר צו זיין אלס האדמו"ר מראחמיסטריווקא צו די פרייד פון די חסידים.
ראחמיסטריווקא מאנסי ס"וו מוצ"ש
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
אזא חן
געוואלדיג