בלאט 27 פון 46
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:17 pm
דורך שלמה המלך
איז דא א מין וואדקע אין די וועלט וואס מ'ווייסט ניט דערפון אין חב"ד?
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:46 pm
דורך שמעקעדיג
אז ס'פאראן אזא זאך ווי א "סמארט גאן" - א קלוגער ביקס וואס 'שפירט' אויב דער ריכטיגער בעה"ב פרובירט עס צו נוצן, און נאר דאן וועט עס שיסן.
דאס טוט פרעווענטירן סיי עקסידענטן, ווי צב"ש א קליין קינד זאל שיסן בטעות, אדער א רויבער וואס פרובירט צו שיסן מיט א גע'גנב'עטן ביקס וועט נישט ארבעטן, וכו'.
די טעכנאלאגיע קען - און וועט - פארשפארן אסאך אומשולדיגע טויטפאלן אין דער צוקונפט.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 5:51 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אינזער פרעזידענט אבאמא האט גערעד פין דעם, ביי זיין דרשה וועגן גאן קאנטראל לעצטנס..
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:13 pm
דורך וכדומה..
אז ט"ו בשבט איז געווארן א חג ביי די המון עם א דאנק שבתי צבי וסייעתו, א קנאפע דריי הונדערט יאר צוריק.
אין די גמרא, ראשונים, און אנהייב אחרונים ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון עסן פירות טו בשבט. ס"ה איז דער טאג ראש השנה לאילנות וואס איז נוגע כלפי תרומות ומעשרות אז די יאר רעכנט זיך פון דאן.
די ערשטע מקורות וואס מיר געפונען אויף סעלעברירן דעם טאג, איז דאכציך פון תלמידי האר"י. און דאס איז נאר געווען באקאנט צווישן די מקובלים, און פאר די המון עם איז דאס געווען א גרינע דינסטאג.
אינעם ספר "חמדת ימים", וואס איז געדריקט געווארן בתקופת ש"ץ בעיר איזמיר, זיין היימשטאט, וואס ענטהאלט אסאך פון די מנהגים וואס שבתי צבי האט איינגעפירט, דארט איז באריכות צולייגט א גאנצע בראטל פון דעם חמשה עשר, תפילות, אכילת פירות, סגולות וכו'
דאן איז די יו"ט געווארען פאפולער ביים עולם, און פלוצלונג פון יענע תקופה און ווייטער הייבט מען אן זעהן אין די ספרי אחרונים וואס רעדן איבער דעם יו"ט, די מנהגים פון עסן פרוכט וכו'.
אדרבה, אז איינער קען מוכיח זיי אנדערש איז מכובד. איך האב אביסל געשניטערט דא און דארט און איבעראל בין איך אנגעקומען צום זעלבן וואנט וואס האקט אריין אינעם כ"ת ש"ץ.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:57 pm
דורך שמעון וואלף
ס'נישט אזוי פשוט וועגן די ספר חמדת ימים. ס'טאקע דא געוויסע זאכן וואס תלמידי ש"צ האבן אריינגעדריקט אין חמדת ימים אבער עס איז געווען אן אנגענימענע ספר אין אסאך פלעצער
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=204799#p204799
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
א גוטן רב [tag]וכדומה..[/tag], אזוי ווי איך בין יעצט עוסק איבער דער חמדת הימים ארום און ארום. האב איך כמובן זיך אנגעשטויסן אין די ענין פון חמשה עשר בשבט.
ריכטיג אז דער טערעראם פון חמשה עשר בשבט פירות, קומט פון דער חמדת הימים. און ביי די שבתאים איז דאס געווען דער הויפט יו"ט מיטן נאמען "אמיר"ה" = אדונינו מלכינו ירום הודו.
אבער דאס איז נאר ביי די ספרדים. לעומת זאת, ביי די אשכנזים (חסידים) גיבט א קוק אין מגן אברהם סי' קל"א סקט"ז: "ונוהגים האשכנזים להרבות בו במיני פירות אילנות לכבוד שמו של יום"
דער ברכת אליהו ברענגט פון די מכתבים פון דער מהר"ם חגיז וואס ער האט געזען ביי זיין זיידע (הר' משה גאלאנטי) אז ער האט געגעסן אסאך פרוכט, 15 מיני פרוכט, און אזוי אויך ווייס איך, אז דער אר"י הק' האט געטון אזוי.
נאך, אין דער אשכנזישער מחזור 'מעגלי צדק' (מר' בנימין הלוי, רבו של הקהילה האשכנזית בשאלוניקו) נדפס כבר בשנת ש"ח לפ"ק, שרייבט ער : און וויבאלד דער טאג איז א יו"ט, ר"ה לאילנות, פירט מען זיך צו קויפן אביסל פון יעדער פרי וואס ער טרעפט.
למעשה, ביי אשכנזים איז דאס בכלל נישט געווען נאר פאר מקובלים, אפי' די פשוטי עם האט געפראוועט דער חג מיט כל מיני פירות. מיט דער פורסם פון דער חמדת הימים (מתחילה ע"י השבתאים) איז דאס נתפשט געווארן אויך לעדת הספרדים. ומסתבר, זיך פארשטערקערט אויך ביי אשכנזים.
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:00 am
דורך ליפא
אז פון דאס איז געווארן דער ניגון
MBD was walking past The Lubavitcher Rebbe for a dollar once, when the Rebbe commented on a certain Rashi in the gemara where it says ' ein adam shar shira,ela mitoch simcha...'. The Rebbe commented, in these exact words: 's'iz doch mashma fun Rashi az tzu zingen a Niggun ken men nor ven a Yid is Besimche'
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vDEiCOrkeJw[/youtube]
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:34 am
דורך יהושע חיים
האט נישט יוסי גרין געמאכט דעם ניגון ? (קארעקט מי איף איי עם ראנג)
נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:36 am
דורך ליפא
אפשר יא, אבער די ווערטער זעט אויס נישט
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 12:21 pm
דורך פרייוויליג
פארוואס גייט זיין סיי די לויתן און סיי דער שור הבור, פארוואס איז איינס איז נישט גענוג? ווייל ווען ג-ט גייט שחט'ן דעם שור הבור, וועלן אסאך נישט וועלן עסן וועגן די שחיטה, וועט ג-ט זיי זאגן, שוין האט עטץ פיש..
נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:43 am
דורך ונבנתה העיר
פינגער מאנקי.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 4:15 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 5:15 pm
דורך ונבנתה העיר
די לאגא פונעם וועלט בארימטן יעיל יוניווערסעטי איז 'אורים ותומים'.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 5:29 pm
דורך נהורא נפישא
זייער אינטערסאנט, ווי איך זעה איז דאס די מאטא אין נאך אנדערע אוניווערזיטעטן, ס' איז אויך געשריבן אין לאטייניש, פארטייטשענדיג אורים ותומים אלס ליכטיגקייט און אמת, תומים טייטשט אבער נישט בוכשטעבליך אמת, נאר ס'איז ענדרעש פונעם שורש תם וואס מיינט גאנצקייט.
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 6:17 pm
דורך קאווע טרינקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:די לאגא פונעם וועלט בארימטן יעיל יוניווערסעטי איז 'אורים ותומים'.

מעניין לעניין
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2016 6:21 pm
דורך נהורא נפישא
ביי קאלאמביע אוניווערזיטעט איז עס אבער געשריבן נאר אויף לאטייניש.
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:51 am
דורך שמעון וואלף
אז סקווירא רבי איז מקפיד נישט צו פארן מיט אל על.
משום איזה סיבה זענען די חסידים נישט מקפיד אויף דעם, אנדערש ווי אנדערע זאכן וואס יעדער טוט ווי די רבי שטיוול, צוויבל קוגל וכדומה
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:54 am
דורך שלום על ישראל
שמעון וואלף האט געשריבן:אז סקווירא רבי איז מקפיד נישט צו פארן מיט אל על.
משום איזה סיבה זענען די חסידים נישט מקפיד אויף דעם, אנדערש ווי אנדערע זאכן וואס יעדער טוט ווי די רבי שטיוול, צוויבל קוגל וכדומה
ווייל די אלע אויבן-דערמאנטע זאכן גראמען, און על-אל נישט.
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 7:30 pm
דורך כלבאשבוע
ונבנתה העיר האט געשריבן:די לאגא פונעם וועלט בארימטן יעיל יוניווערסעטי איז 'אורים ותומים'.
בראנדייס יוניווערסיטי גייט אויך מיט'ן אמת:

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 1:40 pm
דורך ונבנתה העיר
י"א אז היטלער האט געפלאנט צו קידנעפן דעם פויבסט.
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 3:47 pm
דורך שמעקעדיג
אז די יאפאנעזער האבן א שוידערליכע היסטאריע פון ברוטאלע רציחות.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען איך האב געלייענט די חודש (אדר) אין "דער בליץ" א ארטיקל ("אנטזאגט צו שטארבן"), פון א סאלדאט וואס איז אדורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם ביי די צווייטע וועלט קריג אונטער די יאפאנעזער. נאר צו ליינען מיט וועלכע מאס ברוטאליטעט די יאפאנעזער האבן זיך באנומען מיט זייערע געפאנגענע איז א פחד. נאכן ליינען די ארטיקל האב איך אנגעהויבן זוכן אינפארמאציע און נישטערן אויפן געוועב, און עס איז מיר געווארן פינצטער פאר די אויגן צו ליינען וואספארא שוידערליכע מיטלען זיי האבן גענוצט צו פייניגן זייערע געפאנגענע.
עס איז באוואוסט אז די יאפאנעזער זענען געווען פאנאטישע קעמפער פאר זייער "עמפרואר", זייער א.ג. קעניג פאר וועמען מען איז גערן געגאנגען צום טויט. אלע ווייסן אז די אטאם באמבעס איז געווען קריטיש וויכטיג אפצושטעלן די זינלאזע מלחמה וואס די עקשנות'דיגע יאפאנעזער האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. געוויסע האבן רחמנות אויף די יאפאנעזער פארן אדורכמאכן דעם אטאם באמבע. אבער נאכן ליינען איבער זייערע רציחות, האלט איך אז מען האט זיי נאך צו ווייניג באשטראפט.
מיטן אויסנאם פון שנאת ישראל (יחי ההבדל...), האבן די יאפאנעזער נישט זיך וואס צו שעמען פון די גרויליגע פארברעכנס פון די נאציס ימ"ש. אויסער די שרעקליכע אטאקע אויף פוירל הארבאר וואס איז ידוע פאר יעדן, האבן די יאפאנעזער מלחמה געהאלטן און איינגענומען מערערע שטחים, ווי אין סינגאפאר, כינע, און נאך. די אלע געפאנגענע האבן פארלוירן יעדע מענטשליכע רעכט, און האבן געליטן אומבאשרייבליכע צרות אונטערן די אכזריות'דיגע יאפאנער רוצחים.
ביישפילן איז כולל, באגראבן מענטשן לעבעדיגערהייט, ארויסלייגן מענטשן נאקעט אין אייז קאלטע וועטער און זיי אנגיסן מיט קאלטע וואסער ביז זיי ווערן פארפרוירן צום טויט, אפהאקן אברים פון געפאנגענע אן זיי איינשלעפן, מאכן שווערע עקספערימענטן מיט זיי, שלעפן אין הייסע בהמה וואגאנען אדער טראקס פאר לאנגע טעג אן עסן און טרינקען און אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען, אפילו אין די תפיסות זענען זיי באהאנדלט געווארן ערגער ווי בהמות אן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן, ביטער שווערע צוואנגס ארבעט אונטער שוידערליכע אומשטענדן אויף מאגערע פארציעס רייז, און די ליסטע איז נאך ווייט פון פארטיג, וקצר היריעה מהכיל.
די יאפאנער ווערן אויך באשולדיגט אין קאנאבאליזם. ווען די סאלדאטן אויפן פראנט זענען געווען הונגעריג און נישט געהאט וואס צו עסן, האבן זיי ארויסגערופן איין געפאנגענעם און געמאכט אן 'על השחיטה' און געגעסן גריללד מענטשן פלייש צו דער זעט, רח"ל.

- Jap (1).jpg (59.92 KiB) געזען געווארן 69 מאל
די יאפאנעזער האבן זיך שפעטער אנטשולדיגט פאר די וועלט פאר זייערע רציחות. אבער אנדערש ווי די דייטשן, זוכן זיי עס צו שטופן אונטערן קארפעט און ווי ווייניגער רעדן דערפון. ריגארדלעסס, א גרויסע טייל רציחות זענען דאקומענטירט, און וועט זיי לאזן לחרפה ולדראון עולם. מערקווירדיג אז דייטשע קארס נוצן ווייניג מענטשן צוליב זייערע הילף פאר די מלחמה רציחות; אבער די יאפאנעזער אויטאס – ווי טאיאטע און האנדא – ווערן גאר אויסגעלויבט אלס גוט און שטארק, און מען נוצט זיי אן קיין שום געוויסנסביסן (הגם כ'בין נישט קלאר צי זיי האבן געהאט עפעס א שייכות צו די מלחמה, און ווי אלט די קאמפאניס זענען בכלל).
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 4:11 pm
דורך ישראל קאפקע
אלס פיין און וואויל, אבער וואס מיינט דאס?
שמעקעדיג האט געשריבן:געוויסע האבן רחמנות אויף די יאפאנעזער פארן אדורכמאכן דעם אטאם באמבע. אבער נאכן ליינען איבער זייערע רציחות, האלט איך אז מען האט זיי נאך צו ווייניג באשטראפט.
אן אריינגיין אין די דיסקוסיע צי עס האט טאקע אויסגעפעלט צו נוצן דער אטאם צו ברענגען א שנעלע ענדע צו די קריג, וואס פארא מין לאגיק איז דאס אז מען באשטראפט 'די יאפאנעזער' דורך אומברענגען צענדליגע טויזנטער אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער?
מען קען נישט ווערן אויפגעשוידערט פון די אכזריות וואס די איפעריאלער יאפאנעזער מיליטער האט אפגעטון צו טויזענטער, אבער בארעכטיגן
אלס שטראף קעגן די יאפאנעזער די אומבאשרייבליכע פיין, צרות און לעבנסלענגליכע גיהנום פון צענדליגער טויזנטער יאפאנעזער בעיביס וואס זענען געבוירן אין די תקופה נאך די צוויי אטאם באמבעס.
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 4:46 pm
דורך שמעקעדיג
האסט א נקודה, אבער אין א מלחמה קען מען נישט קוקן אויף אינדיווידואלע, אין דייטשלאנד האסטו אויך רחמנות אויף אומשולדיגע מענטשן וואס זענען געווארן באמבארדירט דורך די אליאירטע?
חוץ מזה איז ברייט באוואוסט אז אין יאפאן - גענוי ווי אין רוסלאנד - האט מען אריינגערוקט מענטשן אין מיליטער אן אפשטעל, כשזה יוצא זה בא, אויב זענען געשטארבן טויזענט סאלדאטן? נישט קיין פראבלעם, מען שיקט נאך 1000 ציווילע...
עווענטועל איז יעדער בירגער געווען גרייט צו גיין אין מלחמה און הרג'ענען אנדערע אומשולדיגע און זיי וואלטן יעדער פארוואנדלט געווארן אין רשעות'דיגע סאלדאטן, און קיין אנדערע וועג דאס אפצושטעלן איז נישט געווען, פינטל.