בלאט 27 פון 213

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:27 pm
דורך קאווע טרינקער
גוט? ריזיג!
קניינע הארע, א שטימע און א געשטעל.
כ'האב שטארק הנאה געהאט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:28 pm
דורך לעמיל
ממי_שאמרו האט געשריבן:חזקי לעווי. פארוואס?

א נייע זונגער?

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:04 pm
דורך זר זהב
ניין

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:52 pm
דורך ידען
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'וויל וויסן:
ווער איז געווען דער זינגער נעכטען נאכט אין תפארת רבקה?


https://www.youtube.com/watch?v=cgKY_2S ... ata_player

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:01 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ, יא ער איז עס. אבער נישט די חתונה פון שושן פורים.
ווער איז דער שפילער דארט?


בד"וו, ווער איז געווען דער זינגער נעכטן נאכט אין תפארת רבקה, א אינגערמאן מיט א הויעך-ביבער-הוט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ, יא ער איז עס. אבער נישט די חתונה פון שושן פורים.
ווער איז דער שפילער דארט?


בד"וו, ווער איז געווען דער זינגער נעכטן נאכט אין תפארת רבקה, א אינגערמאן מיט א הויעך-ביבער-הוט?


קאווע דיין ווייב מאכט מער נישט קיין נאכטמאל אז דו גייסט דארט יעדע נאכט?
נעכטן נאכט איז דארט געווען משה אייזענבערג. אפשר זאגסטו שוין אויס די גרויסע סוד פארוואס דו דארפסט וויסן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:33 pm
דורך קאווע טרינקער
דו גיסט פסח'דיגע זאלץ אויף מיינע וואונדען. נע, אז איך זיך עפעס צו עסן אין יענע געגענט גיי איך שוין צו VIP צו נתי אלטמאן, איך בין גוט מיט אים!! איך בין פעסט.

פארשטיי, אז איך גיי צו א חתונה, האב איך נישט וואס צו טוהן נאר צו באטראכטן דעם זינגער (זיי האבן דאס ליב, וקאנצערטען יוכיחו). דער פון נעכטען האב איך שוין עטליכע מאל געהערט. אבער דער פון שושן פורים שטייגט אים איבער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:34 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע, גייסט נישט אמאל צו משביע?...
(סארי, יעצט גיס איך פסח-שני זאלץ)

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:37 pm
דורך קאווע טרינקער
חברה, מאכט נישט קיין וויצען, ווייל מאנכע וועלן נאך מיינען אז איך מיין דאס ערענסט..
איך בין געגאנגען צום חתונה לכבוד ר' ניסן לעזער, די זיידע. ויותר לא ניתן לפרש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:47 pm
דורך געפילטע פיש
ממי, וואס טוהסטו אין רבקה יעדע נאכט? ביזט אפשר א וועיטער דארט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:59 pm
דורך לעמיל
ער טשילט מיט מר' קאווע
געפילטע גיימער אויך אהין היינט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:02 pm
דורך געפילטע פיש
נאר אויב ס'דא א גוטע זינגער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:04 pm
דורך לעמיל
בעיט קאווע זאל לאזען וויסען ווער די זונגער איז

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:18 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב נישט קיין חתונה דארט היינט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:21 pm
דורך [NAMELESS]
נישט שיין, יעצט זאגסטו מיר קאווע? געהאט אזא גוט טיים מיט דיר די לעצטע צוויי נעכט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ממי_שאמרו האט געשריבן:נישט שיין, יעצט זאגסטו מיר קאווע? געהאט אזא גוט טיים מיט דיר די לעצטע צוויי נעכט...

כ'וויל דאס נישט מאכן פאר א חזקה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:38 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:ער טשילט מיט מר' קאווע
געפילטע גיימער אויך אהין היינט?

רבקה איז א "זי".

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:43 pm
דורך לעמיל
געפילטע פיש האט געשריבן:ממי, וואס טוהסטו אין רבקה יעדע נאכט? ביזט אפשר א וועיטער דארט?

האב איך גענפערט
לעמיל האט געשריבן:ער טשילט מיט מר' קאווע
געפילטע גיימער אויך אהין היינט?


פארשטייסט מר' קאווע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
מידי עמוק בשביל המזכירה שלו

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:59 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויל וויסן, כ'האב א חקירה.
ווען איך עס פיינעפעל, פיל איך די מיטן ראוי לאכילה, נישט אזוי הארט.
אין מיינע זכרונות ליגט נאך פון אלץ קינד אז די מיטן איז געווען צו הארט צו עסען.
די שאלה איז אזוי:
זענען די פיינעפעל די זעלבע הארט, נאר מיינע ציינער זענען שטערקער?
צד ב': אויף עפעס אן אופן זענען די פלאנצער מצליח צו פארווייעכען די מיטן פון די פיינעפעל?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:35 pm
דורך ברסלבער
ווענדט זיך וועלכע סארט
די "גאלד" פיינעפל זענען ווייך די מיטן אויך, דו"ק ותשכח.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:52 pm
דורך קאווע טרינקער
דו מיינסט צו זאגן אז אמאל איז נישט געווען בשוק הפירות די גאלד סארט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:54 pm
דורך ברסלבער
זעהט אויס אז דיין מאמע האט זיך נישט געקענט ערלויבן עס צו קויפן, עס קאסט טייערער.