בלאט 27 פון 28

Re: ריבּניצער רבי אין די הייעך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:36 am
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:58 pm
פאסטעך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:32 pm שוין. איז אזוי. די בילד כמדומה לי, איז באקאנט פאר יעדן. אבער ווי געווענליך, גיבט מען א מיש גלייך צום נעקס. אבער לא-כן-אנוכי, מיר איז נתקשה געווארן: וָסֶדֶמַשֶׂדָ?

די ערשטע איינדרוק, מחשבת פיגול, קוקט חלילה אויס ווי זיי זענען מְשַחֵק בְּרֶבִּי'וֹת, בבּחינַת: שחוק וקלות ראש. און די רבי איז יוֹשֵב וּנְהֶנֵה מִזיִו הָעַלִיָה.

איז מעגליך אז ער איז געוועהן אנדערשט ווי ס'קומט ארויס פון די אלגעמיינע פאפעלערע בליק איבער זיין פערזענליכקייט? אבער עס קען זיין אז דאן איז ער געוועהן עלטער, ושכחה מצויה. מען דארף נישט חושש זיין?

EkJ-vYQXgAUl0t2.jpeg
דער מלאך השם צבאות, די ריבּניצער רבי, באגלייט פון רעכטס מיט MBD, און אביגדור ליבערמאן פון לינקס.
אז מען קען נישט דערליידן "ימח שמו" אויף אפענע רשעים ארורים שונאי ישראל,
איז נישט ווערט מיין קאמענטאר.
פארמעקט.
ס'ווענדט זיך ביי וועמען: אויב ביי דיר איז אכמאדינעזשאד אן אוהב ישראל איז דאך נישט דא וואס צו רעדן. אדאלף שיקלגרובער איז אויך געווען אן אוהב ישראל. און ר' יוסף געבעלס אויכעט. ס'איז נאר דא איין פראבלעים. זיי זענען געווען די בעסטע גוטע פריינט און שותפים פון די ציונים.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 9:16 am
דורך [NAMELESS]
תשפג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:22 am
ארכיטקט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:00 am כ"ק אדמו"ר שליט"א אויפן פליגער

GDYrP-GWsAAH1Qt.png
א רבי אין עקאנעמי קלאס??!!
מסתמא AI

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:33 pm
דורך משה שמואל

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:39 pm
דורך משה שמואל

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:56 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
הגר"י לעבאוויטש שליט"א מוואדריטש פאררעבישט זיך שטארק לעצטענס.
עני ריזען?

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:25 pm
דורך משה שמואל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:56 pm הגר"י לעבאוויטש שליט"א מוואדריטש פאררעבישט זיך שטארק לעצטענס.
עני ריזען?
געטרייע גבאים און אייניקלעך

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:34 pm
דורך וואלווי
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:56 pm הגר"י לעבאוויטש שליט"א מוואדריטש פאררעבישט זיך שטארק לעצטענס.
עני ריזען?
ער האט מיט זעלטענע סייעתא דשמיא און מיט'ן כח פון לא תגורו מפני איש מבטל געווען א יעדען שמץ פון אביזרייהו דפאלטשע רבי'ס למיניהם, אז באמת נאר ער איז טאקע באמת געבליבן אן צו פולן דעם טיפן ליידיגן חלל באמת.

אחד היה יצחק מתחלתו ועד סופו...

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 10:06 pm
דורך טראלל
דערמאנט מיר פון אן עהנליכע שטיק פון מאטל זילבער, יארן האט ער געשפילט א געים אז ער פארט נישט קיין מירון אויף ל"ג בעומר ווייל ער איז "נישט ראוי", אזוי ווען איין יאר האט ער זיך יא אויפגעהויבן און געפארן האט שוין יעדער פארשטאנען ווי ראוי ער איז. :lol: :lol: :lol:

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:04 pm
דורך משה שמואל
וואודריזש
מוצ"ש נאך הבדלה איז אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אויף א באזוך הגה"צ אב"ד טאהש מאנסי שליט"א,
די רב האט מכבד געווען מיט לחיים און געשמועסט בדברי תורה וספורי צדיקים,

היינט נאך מנחה איז אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אויף א באזוך הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור יצחק,
די רב האט מכבד געווען מיט לחיים און געשמועסט בדברי תורה וספורי צדיקים.

שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד.

Re: ריבּניצער רבי אין די הייעך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 7:29 am
דורך פאלאצ'ינטא
פאסטעך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:32 pm שוין. איז אזוי. די בילד כמדומה לי, איז באקאנט פאר יעדן. אבער ווי געווענליך, גיבט מען א מיש גלייך צום נעקס. אבער לא-כן-אנוכי, מיר איז נתקשה געווארן: וָסֶדֶמַשֶׂדָ?

די ערשטע איינדרוק, מחשבת פיגול, קוקט חלילה אויס ווי זיי זענען מְשַחֵק בְּרֶבִּי'וֹת, בבּחינַת: שחוק וקלות ראש. און די רבי איז יוֹשֵב וּנְהֶנֵה מִזיִו הָעַלִיָה.

איז מעגליך אז ער איז געוועהן אנדערשט ווי ס'קומט ארויס פון די אלגעמיינע פאפעלערע בליק איבער זיין פערזענליכקייט? אבער עס קען זיין אז דאן איז ער געוועהן עלטער, ושכחה מצויה. מען דארף נישט חושש זיין?

חלילה צו זיין א מהרהר אחרי רבי, איך ברענג נאר ארויס די אבסורד דערפון, אז דאס דארף אן הינטערגרונט ערקלערונג.

EkJ-vYQXgAUl0t2.jpeg
דער מלאך השם צבאות, די ריבּניצער רבי, באגלייט פון רעכטס מיט MBD, און אביגדור ליבערמאן פון לינקס.
דאס איז נישט מבד און נישט אביגדור ליבערמאן.

איך האב שוין געזעהן דער בילד פאר מער ווי 10 יאהר צוריק

איינער (מיט די פיאות) איז חזקי האפפמאן יעצט דער גבאי פון סקווירא רבי פון בפ און דער אנדערער איז יעקב קליין פון מאנסי

Hunter NY תשל"ט

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: ייש"כ. אמת אביגדור ליבערמאן האט געהאט עפעס א שייכות מיט דעם ריבניציער רבי'ן נאך פון דערהעים אין רוסלאנד. ס'איז אפילו דא א פיקטשער פון איהם ווי ער דאוונט אלס שליח ציבור אנגעטון מיט טלית ותפילין.

איך ווייס נישט וואו ער האט געכאפט דעם גליטש. היינט איז ער (נעבעך) אן עוכר ישראל. ער וויל, (ח"ו) אויסרייסן די גאנצע תורה.

איך האב אמאל געלייגט גרויסע האפענונגען אויף איהם אז ער וועט זיין א מעסיגער רעליגיעזער איד און א גוטער פאליטישן אין ארץ ישראל.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:40 pm
דורך ארכיטקט
GHYdwpUXEAA3EqK.jpg

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:54 pm
דורך לאכעדיג
ארכיטקט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:40 pm GHYdwpUXEAA3EqK.jpg
די רבי איז זייער ערענסט אין די בילד...
אה מלכות רוזין... א פראכט...
וואס פארשטיי מיר אונז?...

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:16 am
דורך פון אונזערע
לכאורה איז די מעשה אונטערן בילד בערך אזוי... די יונגעלע האט שוין מחליט געווען אז מארגן גייט ער קושן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר גענוג איז גענוג... אבער ער האט געזעהן אז אזא גרויסע רבי בחכמה במנין ובשנים... איז גרייט צו נעמען א סעלפי מיט מיר קליינע יונגעלע! מיז זיין אז אידישקייט איז יא עפעס!
אין זעלבס פארשטענדליך אז ער האט אפען פלאץ צרוקגעצויגען פון די בייזוויליגע מחשבות...

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:34 pm
דורך האניג
שיין בילד

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm
דורך סבא דבהתא
היינט ביי סיגעיט?

פארוואס גייט ר אהרן מיט א געבלימטע בעקיטשע צו א לוויה?

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:57 pm
דורך לאכעדיג
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm היינט ביי סיגעיט?
יא.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:01 pm
דורך Yesh
ווייל סאיז שיין

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:18 pm
דורך האניג
מהר"א: 'וואס, ער איז דא? ס'איז טאקע ער? זאג מיר נישט...'

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:18 pm
דורך קליינע צדיק
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm היינט ביי סיגעיט?

פארוואס גייט ר אהרן מיט א געבלימטע בעקיטשע צו א לוויה?
געהאט די זעלבע קשיא ביים קומען מנחם אבל זיין אין סקווירא דאכטזיך די איינציגסטע וואס טוט אזוי ביי א לוי' און א ניחום אבלים מיט קאלירטע געבלומטע בעקיטשע

בכל אופן איז עס א שטארקע בילד

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:35 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
האניג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:34 pm שיין בילד
האבן די צוויי צדיקים גערעדט, זיך באגרוסט אדער לכה"פ געשאקלט מיטן קאפ?

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:38 pm
דורך היימלינד
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:35 pm
האניג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:34 pm שיין בילד
האבן די צוויי צדיקים גערעדט, זיך באגרוסט אדער לכה"פ געשאקלט מיטן קאפ?
they would have wanted to but that felt that its not appropriate at a funeral

BTW by a Shivah you are not allowed to.

Re: בילדער פון רבנים ואדמורי"ם

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:13 pm
דורך טירן
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:56 pm היינט ביי סיגעיט?

פארוואס גייט ר אהרן מיט א געבלימטע בעקיטשע צו א לוויה?
וועגן אזוי גייט ער אלעמאל