בלאט 27 פון 37

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 1:13 pm
דורך ונבנתה העיר
וכמ"ש דאין שליחות למלאכת שבת, דמ"מ גופו שבת.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:53 am
דורך chusid
ס'איז שוין שלשים יום קודם החג קען צען שוין רעדן פון פורים, אזוי שמועסנדיג מיט מיין טאכטער איז מיר בייגעפאלן עפעס תמיהות וואס איך גלייב עס קומט פון אומוויסענדיגקייט אבער אין הביישן למד איז לאמיר פרעגן, פארוואס האט זיך מרדכי נישט געקענט זיך מכניע זיין פאר המן (התגרות באומות?) איז נישט מרדכי שולדיג אין די גאנצע מעשה דא כהמשל של הפייער והלעשער של הבעל ויוא"מ?

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:03 am
דורך [NAMELESS]
מגילה דף י"ב ע"ב
רבא אמר כנסת ישראל אמרה לאידך גיסא ראו מה עשה לי יהודי ומה שילם לי ימיני מה עשה לי יהודי דלא קטליה דוד לשמעי דאתיליד מיניה מרדכי דמיקני ביה המן

פירש"י לאידך גיסא. לצעקה ולא לשבח, איש יהודי ואיש ימיני גרמו לי הצער הזה:

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:04 am
דורך ונבנתה העיר
א. עס האט זיך געהאנדלט איבער רוחניות [ע"ז] ב. המן איז געווען זיין עבד.

וואס איז דער משל? קיינמאהל געהערט...

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:18 am
דורך הוגה
וואס איז די פשוט פשט אין לבן בקש לעקור את הכל? מיר טרעפן נישט אין ערגעץ אין די תורה אן עסק איבער דאס רשעות פון לבן, אזויווי מיר טרעפן ביי פרעה, עמלק, המן נבוכדנצר, אחשורוש ועוד? איז דא א פשוט'ער פשט?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:29 am
דורך ונבנתה העיר
מסתמא מיינט מען נישט די רשעות שבו, נאר למעשה פאקטיש בקש לעקור את הכל כשרדף אחרי יעקב, ווייל דער הכל איז באשטאנען פון יעקב ובניו.

דר"א, איז דא א שיין ווארט פון בארדיטשוב'ער רב בנגלה. אליעזר איז דאך געווען א שליח לקדש אשה ליצחק, אז איינער שיקט א שליח לקדש ומת השליח, איז ער אסור בכל הנשים משום ספק ערוה, לבן האט דאך געגעבן סם פאר אליעזר און מיט דעם ביקש לעקור.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:31 am
דורך הוגה
דאס איז אלץ שיינע תורה'לעך. למעשה זאגט דא די בעל הגדה אז לבן איז געווען ערגער פון פרעה, און ע"פ פשט איז דאס נישט פארשטענדליך.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:41 am
דורך יין שרף
בפרקי דר"א אז פשוט פשט איז לבן נאכגעלאפן יעקב על דעת אים צו הרג'ענען מיט אלע קינדער.
ובמלבי"ם אז ביי לבן טרעפט מען די לשון "אבד אבי" משא"כ בפרעה שלא רצה דוקה שלא יזכר עוד שם ישראל.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:46 am
דורך הוגה
דאס איז אלץ שיינע דרושים טאקע באזירט אויף דעם "לבן בקש לעקור את הכל", אבער אין די תורה איז נישט דא א זכר דערפון.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:47 am
דורך יין שרף
א פסוק אין פרשת כי תבא.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:50 am
דורך הוגה
גערעכט, עס שטייט ארמי אובד אבי. דארף מען טאקע יענער פסוק אויך פארשטיין, ווייל ביי די עצם מעשה איז נישט דא קיין זכר פון דעם.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:54 am
דורך יין שרף
אוודאי שטייט. וירדוף אחריו דרך שבעת ימים.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:54 am
דורך הוגה
דא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)

דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:55 am
דורך הוגה
פון וירדוף אחריו ביז בקש לעקור את הכל איז א ווייטע גאנג

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:58 am
דורך יין שרף
פארוואס האט ער אים נאכגעיאגט? פארוואס איז די באשעפער אים געדארפט קומען אין חלום ווארענען?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:59 am
דורך הוגה
ווייל ער האט געוואלט טשעפענען יעקב.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:05 am
דורך רויטע וואנצעס
הוגה האט געשריבן:דא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)

דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.


אויב מ'איז מקבל די רשב"ם אז ער האט געלערנט ריכטיג פשוט פשט, קען מען אויך מקבל זיין א דרש פון חז"ל.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:10 am
דורך הוגה
אוודאי דארף מען מקבל זיין חז"ל, און ספרי דרוש ואגדה וכו' עד סוף כל הדורות. איך האב אבער געוואלט וויסן פשוט פשט. מען מעג?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:11 am
דורך יין שרף
איך זיך וואו די רשב״ם שרייבט אז ער שרייבט פשוט כפשטו על אף עס שטימט נישט מיט דרשת חז״ל, ווייל ער שרייבט נאר פשט אין פסוק, אבער גם מדרשת חז״ל אל תנח ידך.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:12 am
דורך יין שרף
יש מדרשת חז״ל שהם ע״פ פשוט פשט, ויש שאינם.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:13 am
דורך הוגה
איך פארשטיי נישט. דו פרעגסט מיר עפעס? האסט טענות אויף מיר? האב איך עפעס געטון ראנג? זיי מסביר ביטע.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:15 am
דורך יין שרף
איך זאג אז די רשב״ם אליינס זאגט אז מען דארף צו קומען צו דרשות חז״ל.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:16 am
דורך הוגה
געזונטערהייט.