בלאט 27 פון 37
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:46 am
דורך מנשה לוסטיג
צדיק נסתר האט געשריבן:שאולי איז געווען אין שפיטאל צוויי וואכן... וועמען ווילסטו איינרעדן די באבקעס?
דאס איז א מציאות, ער איז געווען צוויי א האלב וואכן אין שפיטאל, און ווען ער איז אהיימגעקומען פון שפיטאל האט ער אנגעהויבן הערשט הערן וואס א וועלט דרייעט זיך אלץ איבער.
און אז איר וועט עהם גיין באזוכן אין טורמע, וועט איר זען זיינע בראנד וואונדן אויף די האנט, אז ס'וועט אייך ווערן קאלט און הייס, אויב איר עקלט זיך פון וואונדן..
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:56 am
דורך שטילע אינגערמאן
מנשה, נאך ווי לאנג האט ער צו זיצן?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:01 am
דורך מנשה לוסטיג
צוויי א האלב יאר
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:00 am
דורך יין שרף
מנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?
#שלא_לשם_פראקעניש
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:01 am
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה, ביסט אים שוין אמאל געווען באזוכן אין תפיסה?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:16 am
דורך diff
פארוואס איז ליטואק שטיל ווען מהארגעט זיך און פאנעועש
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=49123
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז דו מיינסט מיר, ווער זאגט דיר איך בין שטיל? אין דער שטיבעל רעדט מען ווייניג דערפון, ווייל ס'איז א חסידיש'ע קרעטשמע, אבער צווישען מיין חברים וועסטו נאך הערען.
ס'קרענקט טאקע אז אן איידעלע פאלק, וואס זוכט צו לעבען שטיל און זיך צו בא,ארבעטען, איז פארוואנדעלט געווארען אין א באנדע נצחנים און שלעגער'ס. ביזדערווייל האט עס נאך נישט קיין גרויסע שטיצונג פון די מנהיגים, וואס איז א הצלה פורתא, אבער טויגען טויג עס נישט. דער פראבלעם פון דער שלעגעריי איז נישט אזוי פיל דער פיין וואס דער געשלאגטע באקומט, נאר דער נידריגקייט וואס ווערט ערוועקט ביים שלאגער. דער מנהיג פונ'ם שלעגער'ס דארף זיין מער פארזארגט ווי דער פון די געשלאגענע.
און איך ווייס פארוואס דו ברענגסט נאר די שלעגעריי פון איין צד. ביידע צדדים שלאגען און שמייסען יעדער פאר מאנאטען, און אמאל געווינט דער און אמאל יענער.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'קרענקט טאקע אז אן איידעלע פאלק, וואס זוכט צו לעבען שטיל און זיך צו בא,ארבעטען, איז פארוואנדעלט געווארען אין א באנדע נצחנים און שלעגער'ס. ביזדערווייל האט עס נאך נישט קיין גרויסע שטיצונג פון די מנהיגים, וואס איז א הצלה פורתא,
דער פאפיר פארנעמט שקר איך פארנעם אבער נישט !
די גאנצע מחלוקת שוין בערך פאר 30 יאר צירוק (!) האט זיך אנגעהויבן דירעקט דורך די מנהיגים (רב שך זצ"ל) און אין א גרויס חלק פון די ביזיון ועלבן התורה (וואס פון דעם באגריף ישיבה איז פארהאן אויפן מאפע איז נאך נישט געווען אזא חילל השם ! ואין פוצה פה..)ווערט געפירט ווייטער דורך די ראשי ישיבות בעקיפין ובמישרין ווי איך האב שוין געשריבן א חלק דערפון באריכות אין א באזונדערע אשכול
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:58 pm
דורך געוואלדיג
לינק צו דיינע ווערטער, א דאנק.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 4:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו רעדסט פון דע רמחלוקת, איך רעד פון די שלעגעריי. בחיי הרב שך איז ווייניג געווען שלעגעריי. מ'האט געוואוסט אז ס'מג נישט זיין, און דער צד וואס האט עס געטוהן וואלט זיך געשעמ'ט דערפון. היינט איז געווארען אסאך ערגער, ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם און מ'פיהרט זיך אויף ווי אראבער רח"ל.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
יין שרף האט געשריבן:מנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?
#שלא_לשם_פראקעניש
ס'נישטא קיין CCTV פונעם געראנגעל, אבער ס'דא לעבעדיגע עדות, ר' הערש מיילעך האלבערשטאם האט עס געזען פאסירן נעבן דעם טישן זאל און זיין הויז, בכלל נישט ביי ראטנבערגס הויז, און והא ראיה, אז ראטנבערג האט געהאט אריינגעלייגט CCTV ביי זיין הויז, און מ'זעט דארט נאר ווי ראטנבערג לויפט צום וועלדל, און נאכדעם צוריק, ווייל נעבן זיין הויז, איז גארנישט געווען.
נאכמער, די פארברענטע שמאטע איז נאך דארט געליגן נעבן די טישן זאל, ביז דריי וואכן, ווען שאולי איז אהיימגעקומען פון שפיטאל, און זיין לויער האט געוואלט זען ווי עס האט פאסירט, האט שאולי עהם געשלעפט צום טישן זאל, און פלוצלינג געטראפן דעם שמאטע נאך ליגן דארט, אין די צייט וואס די פאליס האט געמאכט די אינוועסטיגעישען די לעצטע וואכן ארום און ארום און ארום ראטנבערגס הויז, און פארשטייט זיך גארנישט דערטאפט.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:47 pm
דורך איך אויך
סאו זאגסטו אז דער ריכטער איז סתם א ברעסלעווער?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:20 pm
דורך שעפטל
און איך בין דיזי
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:26 pm
דורך יין שרף
למעשה עפעס איז טאקע אביסל ראנג מיט די סטארי ווי סיי ווער דערציילט עס. מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי פון א שמאטע געווייקט אין געזאלין האט אויסגעבראכן א פייער. חיים אהרן האט שוין דאן געקעקעצט איבער דעם און געזאגט פאר די מידיאו אז "ער האט עס פארלוירענעהייט געווארפן און פנים און עס האט אויפגעפלאקערט"... איך האב דעמאלס נאך געפרעגט א ריפארטער פון LOHUD.COM וויזאוי עס האט אויפגעפלאמט האט ער גענפערט כ'ווייס נישט און געווען זייער פארנעפעלט.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:37 pm
דורך גאנצל
בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:32 am
דורך מבקר
גאנצל האט געשריבן:בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
נישט ריכטיג פארשטאנען,
די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:59 am
דורך לאליפאפ
מנשה, האסט אויסגעלאזט צו פארציילן אז ראטענבערג איז בכלל דער וואס איז געקומען צו שפיטצער'ס הויז כדי אונטערצוצינדן שאולי'ס פינגער.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:02 am
דורך ציבעלע-קיגל
לאליפאפ האט געשריבן:מנשה, האסט אויסגעלאזט צו פארציילן אז ראטענבערג איז בכלל דער וואס איז געקומען צו שפיטצער'ס הויז כדי אונטערצוצינדן שאולי'ס פינגער.
ניין ער איז אזא חסיד אז ער איז געגאנגען כדי צו ווערען אינטערגעצינדען
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:21 pm
דורך גאנצל
מבקר האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
נישט ריכטיג פארשטאנען,
די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!
מנשה האט אין פריערדיגע תגובות אראפגעלייגט כאילו אז דער בחור כלשונו דער קדוש האט דאס דוקא געטאן פאר'ן רבינס כבוד און מקנא געוועו קנאת ד' וואס אויב דאס איז אמת איר דער בחור א פאלנע רוצח אבער דא זאגט ער אז ווי נאר דער בחור האט געזען דעם ראטענבערג וואקן רואיג אזוי געמיטליך איז ער געווארן גערעגט אויף די מינוט און געטאן א אוםאיבערגעטראכטע שריט אקעי דאס קען מען פארשטיין
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:08 pm
דורך yatzmachp
יין שרף האט געשריבן:למעשה עפעס איז טאקע אביסל ראנג מיט די סטארי ווי סיי ווער דערציילט עס. מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי פון א שמאטע געווייקט אין געזאלין האט אויסגעבראכן א פייער. חיים אהרן האט שוין דאן געקעקעצט איבער דעם און געזאגט פאר די מידיאו אז "ער האט עס פארלוירענעהייט געווארפן און פנים און עס האט אויפגעפלאקערט"... איך האב דעמאלס נאך געפרעגט א ריפארטער פון LOHUD.COM וויזאוי עס האט אויפגעפלאמט האט ער גענפערט כ'ווייס נישט און געווען זייער פארנעפעלט.
לאמיר דיך אויסלערנען איין זאך וועגן געזאלין. געזאלין איז זייער א פלעימעבל כעמיקאל, דאס פאלט אינטער א קאטעגאריע פון אראמעטיקס וואס האט א מיט א הויכע vapor pressure. וועגן דעם איז עס זייער פלעימעבל און איז עלול פאר spontaneous combustion. יא ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און זיי האבן מיט זיך געזאלין, פון די רייבערייען קען עס אנהייבן צו ברענען.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:13 pm
דורך מבקר
yatzmachp האט געשריבן:לאמיר דיך אויסלערנען איין זאך וועגן געזאלין. געזאלין איז זייער א פלעימעבל כעמיקאל, דאס פאלט אינטער א קאטעגאריע פון אראמעטיקס וואס האט א מיט א הויכע vapor pressure. וועגן דעם איז עס זייער פלעימעבל און איז עלול פאר spontaneous combustion. יא ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און זיי האבן מיט זיך געזאלין, פון די רייבערייען קען עס אנהייבן צו ברענען.
חובת ההוכחה עליך!!
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
גאנצל האט געשריבן:מבקר האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
נישט ריכטיג פארשטאנען,
די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!
מנשה האט אין פריערדיגע תגובות אראפגעלייגט כאילו אז דער בחור כלשונו דער קדוש האט דאס דוקא געטאן פאר'ן רבינס כבוד און מקנא געוועו קנאת ד' וואס אויב דאס איז אמת איר דער בחור א פאלנע רוצח אבער דא זאגט ער אז ווי נאר דער בחור האט געזען דעם ראטענבערג וואקן רואיג אזוי געמיטליך איז ער געווארן גערעגט אויף די מינוט און געטאן א אוםאיבערגעטראכטע שריט אקעי דאס קען מען פארשטיין
אין די ערשטע טעג האבן זייער אסאך אין שטעטל געהאלטן אז דער בחור האט געטון א אומ'אויפשטענדליכע זאך, אבער ווען ס'איז אריבער דריי טעג, און דער קליקע זיינע - אין די גוטהייסונג פון יאסל וואלדחזיר האבן אראפגעברענגט דעם סאספערד אין שטעטל, ארויסצוגעבן זייער פארלאנג, אז נישט דעם בחור ווילן זיי אויף דזשאסטעס, נאר דעם רבי'ן. האבן אלע שוין פארשטאנען דעם סוף מעשה במחשבה תחילה, אז זיי האבן געווארט אויף אזא זאך זאל אויפשאקלען די מידיע און אריינבייסן אינעם חסידות, נישט עפעס א יושר'דיגע קאנפליקט.
און ווען ס'האט זיך עהם נישט איינגעגעבן צו אנקלאגן דעם רבי'ן זאל געזונט זיין, האט ער געוואלט אלעס אפלאזן, אבער צוריק גייט א קאזע, און פון דאן איז ער מוחרם ביי כלל ישראל.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער זאגט אז ארייבייסען אינ'ם כאסידעס איז נישט א יושר'דיגע קאנפליקט?