בלאט 27 פון 63

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:37 pm
דורך איינגעמיירעט
איך האב יעצט גענדיגט א ביזנעס מיטינג,צוויי פון די באטייליגטע 30 יעריגע פרויען, ביידע טענעטס פון southside , ביידע זאגען אז זיי האבען קיינמאל קיין פראבלעמען נישט געהאט מיט עם, זאכען זענען קעיר גענומען געווארען כדבעי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:47 pm
דורך אי איתמר
עס זעהט דא אויס ווי א שמועס פון כתה ח' קינדער...
זאג נאר די האסט געקענט ר' מנחם?
די קענסט הרב פערלמוטער?
ד קענס זייער געשעפטען?


# נעריש און אי שכלדיג אויפן העכסטן פארנעם

שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען ממש נישט ליינען דא, איך ווער שוואך פון טראכטן די דיטעילס פון די רציחה, פונקטליך ווי אזוי ער איז אומגעקומען, איך פרוביר זיך אריינצולייגן אין ר' מנחמ'ס הי"ד שיך ווי אזוי ער האט געשפירט די לעצטע פאר מינוט אין לעבן, און איך ווער שוואך און מוטלאז, עס קומט מיר טרערן אינאיינעם מיט אויפברויז.

לדעתי פעלט נישט אויס אריינצוקריכן אין די קישקעס. עס האט נישט קיין תועלת פאר אונז. לאמיר עס לאזן צו די דעטעקטיוון און די נאנטע מקורבים וואס קענען אפשר האבן א נוצן דערפון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:49 pm
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען ממש נישט ליינען דא, איך ווער שוואך פון טראכטן די דיטעילס פון די רציחה, פונקטליך ווי אזוי ער איז אומגעקומען, איך פרוביר זיך אריינצולייגן אין ר' מנחמ'ס הי"ד שיך ווי אזוי ער האט געשפירט די לעצטע פאר מינוט אין לעבן, און איך ווער שוואך און מוטלאז, עס קומט מיר טרערן אינאיינעם מיט אויפברויז.

לדעתי פעלט נישט אויס אריינצוקריכן אין די קישקעס. עס האט נישט קיין תועלת פאר אונז. לאמיר עס לאזן צו די דעטעקטיוון און די נאנטע מקורבים וואס קענען אפשר האבן א נוצן דערפון.


איך האב גערעדט מיט א נאנטע פאמיליע מעמבער די נאכט פון די לויה און כ'האב געהערט זיין טיפע צער איבער די יסורים וואס מנחם ע"ה האט נעבעך "אנגעבליך" געליטן. דער עולם הערט "פארברענט" און שטעלט זיך פאר ער איז דורך געגיינגען אן איקוויזיצע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה דאס צו גלייבן. און ס'איז אומזינסטע קאשמארן געבויט אויף פחד און דמיון. ס'לייגט זיך מער אויפן שכל אז ער האט כמעט נישט געליטן, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז ער נישט געווען בין החיים אפאר בלאקס ארויס פון וומ"ס. כ'זיך נישט צו רעדן גראב, אבער כ'שטעל זיך פאר אז די דמיון לויפט אין אלע דירעקציעס און דאס הארצט צאפעלט, און מ'ברויך דאס אויסקלארן. הבו דלא לוסיף עלה! די מארד איז געניג צו צוברעכן יעדען רעכטדענקיגן מענטש, מ'ברויך נישט מוסיף זיין חמשים ומאתים מכות שלקו על הים. כל המרבה לספר הרי זה מגונה. לאמרי אנעמען די פשוט'סטע מארד סינעריאו. באריכטן זאגן זיין מויל איז לכאורה געווען פארבינדן מיט דאקט טעפ. די קאראנער זאגט ער איז דערשטיקט געווארן. ס'איז שווער צו טראכטן און זיכער שווער צו שרייבן. אבער ס'איז בעסער דאס אויסצוקלארן. לכאורה האט איין רוצח אנגעהאלטן זיין נאז פאר צוויי מינוט און ער איז נישט געווען ביים באוויסטזיין. כי באפם הרגו איש.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:04 pm
דורך מורינו הרב
דער עולם כאפט נישט וואס טוט זיך:

דער מאפיא זוכט מיט אלע וועגן אוועקצונעמען די אויפמערקזאמקייט פון זיי, און פארמינערן דער לחץ אויף די פאליציי צו לייגן דרוק אויף די ריכטיגע פארברעכער. די ערשטע שריט וואס זיי האבן געטאן, איז אריינצולייגן א מיסן ארטיקל אינעם פאוסט, וואס וועט דינען אויף צוויי מטרות. קודם כל וועט עס פארטושן די מוחות פונעם ציבור, מען זאל נישט זיין פארנומען מיט זוכן דעם שולדיגן, נאר ענדערש מיטן פארברעך פון די פאוסט. שטעלט ענק פאר ווען נישט די ארטיקל פון די פאוסט, וואלט דער גאנצער עולם געברויזט, היתכן אז מען האט נאכנישט ארעסטירט קיין שולדיגן דא. אזוי נעמט אוועק די אויפמערקזאמקייט פון די זאכן וואס דארפן באמת אויפמערקזאמקייט, און דרך-אגב איז דאס שוין אויך א וועג אראפ פון בוים, כאילו אז ר' מנחם איז נישט געווען אזא מר בר רב אשי, אז מען זאל מוזן ארעסטירן דעם פארברעכער. אזוי ארבעטנדיג אויף ביידע פראנטן וויל מען פארוואסערן די מעשה, עד יעבור זעם און עס וועט ווערן שטיל.

יעצט אז זיי זעען אז עס ווערט פארט נישט אינגאנצן שטיל, און אדרבה - נעכטן איז געווען א פרעסע קאנפערנץ וואו מען האט 'נישט' גערעדט פונעם פאוסט, נאר פון א באלונונג אויפן קאפ פונעם פארברעכער. זיי האבן געזען וואס ר' משה דוד נידערמאן האט געשריגן, אז ער וועט זיך נישט לאזן פארפירן פון זייערע שטיקלעך נאר פאוקעסן אויף די ריכטיגע אישו פון זוכן דעם פארברעכער (איר פארשטייט שוין ר' משה דוד?). האבן זיי אנערקענט אז פריער אדער שפעטער וועט דער פאוסט סאמעטוכע אראפגיין פון טיש און דאס זוכן דעם פארברעכער אישו וועט זיין דער נושא וואס מען וועט זיך קאכן דערין. דערפאר זוכן זיי מיט אלע זייערע כוחות אויף וועמען ארויפצואווארפן דעם שולד. נאטורליך איז דאס גרינגסטע קרבן דערפאר הרב פערלמוטער. לויט ווי דער פארגאנגענהייט האט געוויזן, וועט דאס גרינגסטע זיין עס אנצולייגן אויף אים, (הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט), מען וועט נאך אפירקומען מיט עדות וואס האבן געזען הרב פערלמוטער אין דעם ווייסן ווען און זיך טרעפן אויף מיטונגען מיט זיי, מען וועט נאך דערציילן מעשיות און געס וואט... היימישע אידן וועלן עס נאך אפילו גלויבן (הלוואי נישט) און שרייען אויף האטליינס אז ס'קומט אים ווייסעך וואס... פארגעסט נישט, ביז היינט זיצט נאך א איד אין תפיסה ווייל צוואנציג יאר צוריק האט ער כלומר'שט גע'הרג'עט זיין שותף אין ביזנעס אינאיינעם מיט זיין פרוי, היינט קומט ארויס אז עס איז נישט אמת, אבער דערווייל ווילן אים שוין זיינע קינדער נישט קענען...

איין זאך קען איך זאגן... די חברה זענען געפערליך און זיי קענען נאך אנדרייען א שטאט, אבי מען זאל נישט קוקן אין זייער ריכטונג. מען דארף רחמי שמים. אויב מיינט איר אז די מעשה איז שוין געענדיגט, בעט איך א תפילה אז עס זאל שוין טאקע זיין געענדיגט, ווייל מיט די חברה דארף מען אסאך תפילות ותחנונים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:06 pm
דורך נאטרוליסט
זלמן זאפיר האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:
ברוך בערל האט געשריבן:אין די ניו יארק טיימס ארטיקל זאגט זיין ברודער אז ער האט ״קיינמאל נישט געבארגט געלט פון קיינעם״
וואס דרייט ער א קאפ? וואס וויל ער באהאלטן?


One of his brothers, Eli Stark, 47, said Mr. Stark had never taken loans, not even bank loans to open new buildings. “He never borrowed in his life,” his brother said, dismissing each piece of information as hearsay. “Next.”

זיין ברודער זיצט שבעה, אפשר האט דער ריפארטער אים משוגע געמאכט האט ער געזאגט לא דובים ולא יער, און די ריפארטער וויל עס אראפלייגען אז מ'האט אים 'געכאפט' ביי א ליגענט.



זיי שרייבן בשם א ברידער אלי אלט 47 יאר

דאכט זיך מיר נישט דארט א ברידער מיט אזא נאמען


איינער האט געטריבן ליצנות פו נעם צייטונגסמאן. ווייל קיין איין ברידער איז נישט קיין 47 יאר. דער עלסטער זון איז דער חזן ר' יעקב יוסף, בלויז אביסל עלטער פונעם נפטר מנחם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:25 pm
דורך פיטומי מילי
גייטס ארבעטס לעילו נשמתו

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:26 pm
דורך מצטמק ויפה
איך בין אינגאנצען צושוידערט, איז דאס עכט?, קומט דאס טאקע פאר? אדער בין איך אין א חלום?.

קוים געציילטע טעג איז אדורך נאכדעם וואס עס האט אונז באטראפען אזא שוידערליכע פאסירונג, דער עולם קען נישט צו זיך קומען, די הארץ איז פארווייטאגט, און דא קומט צו גיין א גויעשע צייטונג, איינער וואס האט פיינט דעם איד שנאת מות, און שרייבט אז עס קען זיין אז זיין שותף האט געהאט א האנט אין די גאנצע פרשה; און נישט מער און נישט ווייניגער,נאר גאר אויף די היימישע סייטס, האט דער עולם שוין אנגעהויבן דן צו זיין אין דעם, און מען פרעגט מיט קעלבנע אויגן " אפשר טאקע? " וואס??? זעה איך גוט?? דאס איז כלל ישראל?? רחמנא לצלן ווי אונז האלטן שוין, נעכטען שרייט מען מיט קראקעדייל טרערען אויף די פאוסט, היתכן זיי האבן אזאנס געקענט טוען וכו' וכו' בלא בלא בלא ...... אבער איין מינוט אונז זעמיר גארנישט בעסער, ווייל ווי נאר א צייטונג שרייבט א ספק ספיקא אז אפשר איז דאס געווען פערעלמוטר, כאפט מען זיך גלייך ארויף, דערויף ווי א הייסע שטיקעל יאפטשיק, און מען פרעגט "אפשר טאקע"? שוטה וואס די ביסט! ווי איז דיין אידיש הארץ? הער אויף פיינט צו האבן דיינע אייגענע ברודער.

לאמיר זיך אלע פארנעמען צו קוקען נאר גוטס אויף אידען, און זאל שוין דער שומרישראל אונזארויס נעמען פון דעם לאנגען ביטערען גלות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:35 pm
דורך שעפטל
בקיצור [tag]מורינו הרב[/tag], די מאפיא קאנטרעלירט די צייטונגן, יא?

טאמער גלייבסטו די קאנספיראציע אז די פאליציי זענען פארמישט אינעם רציחה פארשטיי איך עס, אבער מאפיא?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 2:54 pm
דורך אוהב ספרים
די פאוסט פליקט היינט צוריק פאר די דעלי ניוז אז פערלמוטטער איז נישט פארדעכטיקט און די רציחה פון זיין שותף, פורים לנו

*

אגב, האט חזן שטארק לעצטענס חתונה געמאכט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:08 pm
דורך outspoken
אוהב ספרים האט געשריבן:די פאוסט פליקט היינט צוריק פאר די דעלי ניוז אז פערלמוטטער איז נישט פארדעכטיקט און די רציחה פון זיין שותף, פורים לנו

*

אגב, האט חזן שטארק לעצטענס חתונה געמאכט?


חתונה געמאכט א זיהן דעם זאת חנוכה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:11 pm
דורך קרעקער
מורינו הרב 100% גערעכט!!!!!
לויט די דירעקשאן וויזוי זאכען פארען יעצט איז פערעלמוטער אין בעד שעיפ
פין אייןזייט האט ער געדאפט דינגען באדי גארדס אויס מורא אז די מאפיא גייט עם נעקסט הרגענען
פין די צווייטע זייטהאלט נישט ווייט אז די פאליס וועט ארויפווארפען אויף עם די גאנצע קעיס און דע רבש"ע זאל אפהיטען וואס סערווארט עם דעמאלטס
קיק ביי ר' יחזקאל שמש די פאליס האט געהאט דרוק און געגעבען א ווארף ארויף די קעיס אויף א אימשילדיג גוי וואס איז געזיצען 25 יאהר אימזיסט, אויך דא פעלט נישט קיין סאך סזאל ח"ו געשעהן, ער האט ליגענט געזאגט צי די פאליס, סוועט אפירקימען אימעילס אין וועלכע ער טענהט זיך ארים מיט זיין שוואגער וכו' וכו' די פאליס וועט אויפבלאזען אז זיי זענען געוועהן אויף מעסער שטעך
מערערע זענען שוין געפאלען קרבנות אין אזעלכע פעלער
אלע סייטס יודישע און היברו באריכטען עס אזוי פשוט אז ער איז א ספק אז ער איז געוועהן דער מערדער, און ער האט שוין היינט געדאפט אויפנעמען א לויער און פי אר ריינציוואשען זיין נאמען

חברה מכאפט זיך נישט ווי אזוי זאכען שעיפען זיך דא אויס ווייל מיר זענען אזוי ציטימעלט, וועקטס ענק אויף און מאכט ענק רעדי פאר א ווילדע מאווי רייד, אבער האלטס די קאפ גראד און גלייבטס נישט אלעס וואס מפארקויפט ענק עולם גולם

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:09 pm
דורך [NAMELESS]
א בריוו וואס די משפחה האט באקימען

Dear Mrs. Stark and the entire family,

I had the pleasure of dealing with your husband and family leader
"Max" for almost every month since 2001. I was the first tenant in his new
building at 315 Seigel St and I am still here after all these years. We
often spoke about building up the neighborhood when it was not safe to even
walk around here. He answered my call and was always there to assist and
help with any needs I had as a tenant. On many occasions, he would call me
to walk around with him collecting the rents and was always interested in my
business and how my family was doing. Max and I were the same age. After
hearing that he had a new born, I immediately called to wish him my best for
the
new baby and he replied, I would need to get busy to catch up to him.
I had my first born in the building and he and Sam were nice enough to stop
by to see my son.

Max was a Stand Up guy, a good friend and a very good landlord. I wanted to
take the time to let you know that the world will not be the same without
him. Especially our street here at Seigel. Max was a pioneer of the
neighborhood and his memory will always be remembered here by our tenants in
the building. God Bless his soul and may he be in peace until we will all
join him some day in the heavens.

If there is anything I can ever do for you or your family, please call me
anytime.

Sincerely,

Eric Ortense
apt 214
315 Seigel St

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:21 pm
דורך shem-tov
סאיז נעבעך גרויסע צרות לאמיר מתפלל זיין פאר אונזערס א ברודער רב פערלמוטער. איינער זאגט מיר אז קען אפשר זיין אז סאיז זיין בעסטע וואונטש יעצט ארעסטירט צו ווערן. נעבעך עד יעבור הזעם

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:23 pm
דורך היימישער ליטוואק
קרעקער האט געשריבן:מורינו הרב 100% גערעכט!!!!!
לויט די דירעקשאן וויזוי זאכען פארען יעצט איז פערעלמוטער אין בעד שעיפ
פין אייןזייט האט ער געדאפט דינגען באדי גארדס אויס מורא אז די מאפיא גייט עם נעקסט הרגענען
פין די צווייטע זייטהאלט נישט ווייט אז די פאליס וועט ארויפווארפען אויף עם די גאנצע קעיס און דע רבש"ע זאל אפהיטען וואס סערווארט עם דעמאלטס
קיק ביי ר' יחזקאל שמש די פאליס האט געהאט דרוק און געגעבען א ווארף ארויף די קעיס אויף א אימשילדיג גוי וואס איז געזיצען 25 יאהר אימזיסט, אויך דא פעלט נישט קיין סאך סזאל ח"ו געשעהן, ער האט ליגענט געזאגט צי די פאליס, סוועט אפירקימען אימעילס אין וועלכע ער טענהט זיך ארים מיט זיין שוואגער וכו' וכו' די פאליס וועט אויפבלאזען אז זיי זענען געוועהן אויף מעסער שטעך
מערערע זענען שוין געפאלען קרבנות אין אזעלכע פעלער
אלע סייטס יודישע און היברו באריכטען עס אזוי פשוט אז ער איז א ספק אז ער איז געוועהן דער מערדער, און ער האט שוין היינט געדאפט אויפנעמען א לויער און פי אר ריינציוואשען זיין נאמען

חברה מכאפט זיך נישט ווי אזוי זאכען שעיפען זיך דא אויס ווייל מיר זענען אזוי ציטימעלט, וועקטס ענק אויף און מאכט ענק רעדי פאר א ווילדע מאווי רייד, אבער האלטס די קאפ גראד און גלייבטס נישט אלעס וואס מפארקויפט ענק עולם גולם

חברה איך האב נישט קיין השגה ווער סעם פערלמוטטער איז. אבער, אויב, און איך חזר איבער: אויב, די פאליס וועט מצליח זיין אריינצוברענגען אין מיין קליינע מוח'ל אפילו א ספק -מצד די סירקומסטענסיס- אז דער פערלמוטטער איז שולדיג, דאן וועל איך אים בהחלט יא אנקוקן ווי א ספק רוצח.
דערווייל האב איך נישט קין שום חשש. אבער מיין פוינט איז, אז די פאליס קען נישט סתם צוליב פרעשיר אריינלייגן פערלמוטטער אין זאק. אויב איז ער אביסל שולדיג, דאן אין מיינע אויגן איז ער אסאך שולדיג, כאטש ע"פ גזעץ איז ער איננעסענט אנטיל פרווען גילטי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:28 pm
דורך קרעקער
הער ווי גאו!!
מארק מיי ווארדס געב עס עטליכע טעג און אפילי די היימישע עולם גייט עם אנקיקען וויא ספק רוצח
לא עלינו ולא עליכם

Is this true?????

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:33 pm
דורך לשוא הכיתי

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:01 pm
דורך פישלע העררינג
לשוא הכיתי האט געשריבן:http://privateinvesigations.blogspot.com/2014/01/lipa-bruer-was-kidnapped-and-brutally.html

איך ווייס נישט, אבער עפעס זאגט מיך אז א סייט וואס הייסט "**חעס אויפן טיש" איז נישט עפעס מורא'דיג פארלעסלעך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:19 pm
דורך ודי למבין
איך בין נישט קיין מבין אויף קריים און אינוועסטיגעישען, אבער ווען איך האב די ערשטע מאל געהערט איבער די גאנצע געשעהעניש האב איך זיך דערמאנט פון ר' ליפא ע"ה און זיין פאסירונג. וואס עס איז נאך מער שרעקעדיג איז אז לכאורה וועט מען דעם רוצח\ים קיינמאל נישט טרעפן און דאס איז געווויס די סיבה פארוואס דעי פאליס טוט א אומדערהערטע זאך פון ארויס ליקן אינפארמעישאן אויף אן אפענעם קעיס - אינפארמעישאן וואס טוט שעדעיגען די מעגליכקייטן פון אמאל טרעפן דעם געזיכטען.

אויב איינער איז ערענסט דא דארף ער איבער דרייען א וועלט און פארלאנגן ענטפערס פון די פאליס דעפערטמאנט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:21 pm
דורך שרייבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
לשוא הכיתי האט געשריבן:http://privateinvesigations.blogspot.com/2014/01/lipa-bruer-was-kidnapped-and-brutally.html

איך ווייס נישט, אבער עפעס זאגט מיך אז א סייט וואס הייסט "**חעס אויפן טיש" איז נישט עפעס מורא'דיג פארלעסלעך.

קוק אויפן בילד פון לשוא הכיתי, נישט ממש אויפן טיש נאר אויפן שויס....

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
קרעקער האט געשריבן:הער ווי גאו!!
מארק מיי ווארדס געב עס עטליכע טעג און אפילי די היימישע עולם גייט עם אנקיקען וויא ספק רוצח
לא עלינו ולא עליכם

הער מיך אויס. איך גלייב דערווייל נישט. אויב וועט די פאליס זאגן אז ער איז שולדיג וועל איך זיי יא גלייבן. אפילו עס האט זיך ג'רומערט בפאר זיי האבן דאס אפישיעלי אים אינדייטעד.
ווידעראום, איך ווייס נישט פון וואו דו ווייסט אז די פאליס ליעקט אינפורמיישן בלויז ווייל זיי האבן נישט קיינע פארדעכטיגקטע.
איך גלויב אז בקרוב גייען זיי טרעפן דעם רוצח, דער שולח און דער משלח.
צופיל עווידענס פון אלע זייטן.
און, איך גלייב שווער אז פערלמוטטער איז שולדיג.

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:33 pm
דורך ודי למבין
היימישער, ס'איז זיעער נישט יוזשיעל אז פאליס זאל ליקען אינפארמעישאן ווען זיי האלטן נאך אינמיטן אינוועסטיגעשאן. די פאקט אז זיי האבן יא געליקט ווייזט אין מיין אויגן אויף יאוש פון זייער זייט.

וואסערע עווידענס "אויף אלע זייטן" איז דא, למשל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
פ"וו ווייסטו אז די פאליס האט גליעקט? ווער איז מונע דעם פאריושקעטער שרייבערל אין פאסט, צו שרייבן אז ער האט אינפורמעשן פון די פאליס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:44 pm
דורך זלמן זאפיר
ארויס געבן א סילט קעיס פין די סאבוועי איז רציחה
נאך דערצי ווען ס'איז שקר ווי די אשירה
אין די פאליציי האט גאר געדארפט באצלען אנדשעדיגנוג געלט פארן נפטר פארן מוציא לעז זיין