בלאט 27 פון 214

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:43 pm
דורך יעקב מענטש
נאכן זיך ארומדרייען דא א לענגערע צייט און ליינענדיג פארשידענע ארטיקלען פון מחברים וואס פארמאגן געוויס א ברייטע ידיעה אין כמה וכמה ענינים, על פי רוב זייער רייך און באלערנד, און כאטש איך בין אסאך מאל זיך שטארק מחולק מיט זייערע שיטות דאך אפרישיעיט איך די בקיאות מיט וואס די מחברים זענען געבענטשט,
האב איך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל אויפצומאכן א ניק און מיט האלטן דעם שמועס לעבעדיג

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:48 pm
דורך געוואלדיג
אבישי בן פורת האט געשריבן:איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\


היי. מיט דיין אוואטאר זעהסטו מער אויס ווי א טאליבאנער, גארנישט ליבעראל.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:14 pm
דורך אדנירם
געוואלדיג האט געשריבן:
אבישי בן פורת האט געשריבן:איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\


היי. מיט דיין אוואטאר זעהסטו מער אויס ווי א טאליבאנער, גארנישט ליבעראל.

לאו דוקא. קען גאר זיין א חסיד'ישער 'שמייסער'... :lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב איש תם האט געשריבן:איך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה

יעקב איש תם: איר וואלט אויך געמעגט נעמען א קורס אין אידיש. שרייבן און גראמאטיק...!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:
אבישי בן פורת האט געשריבן:איך טראכט צי פרובירען זעהן צי קאווע שטיבל קען זיין א פלאץ ווי איך קען זיך שפירען באקוועם, עס איז דא א פאר פארומס פאר אידיש רעדענדע, מער ליבעראל און ווייניגער ליבעראל וועל מיר דארפען פרובירען און זעהן וויזוי איך וועל ליב האבען קאווע שטיבל\


היי. מיט דיין אוואטאר זעהסטו מער אויס ווי א טאליבאנער, גארנישט ליבעראל.

ניין מיט זיין ניק און אוואטאר זעהט ער מער אויס ווי ער ארבעט פאר מוסד אדער שב"כ. א שטייגער ווי אבישי רביב...!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:03 pm
דורך געוואלדיג
זעמער שוין אינגאנצן צומישט צווישן א ליבעראלער, א טאליבאנער, און א חסידישער שמייסער, אדער גאר שב"כ, קאנספיראציע במיטבה.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:32 pm
דורך אדנירם
געוואלדיג האט געשריבן:זעמער שוין אינגאנצן צומישט צווישן א ליבעראלער, א טאליבאנער, און א חסידישער שמייסער, אדער גאר שב"כ, קאנספיראציע במיטבה.

און צום סוף גייען מיר דא קאנספירירן אן א שיעור, און דער שמייסער וועט ניטאמאל שרייבן נאך א תגובה אין ק"ש [אזויווי רוב צדיקים וואס שרייבן זיך איין]...

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:38 am
דורך בן אדם
berlbalaguleh האט געשריבן:
יעקב איש תם האט געשריבן:איך האב באמת נישט שטארק אינטרעס אין שרייבין צי פיל פריוואט אינפארמאציה אויפן אינטרנעט, וועל איך נאר זאגען ראשי פרקים. איך בין אין קאללידש, איך שדאדיר פיזוקס אין מאטאמאטיקס. איך קום פון א חסידיש משפחה

יעקב איש תם: איר וואלט אויך געמעגט נעמען א קורס אין אידיש. שרייבן און גראמאטיק...!

ס'אנערקענט זיך אז ער איז מבני ארצינו הק' וואס האבן אן אייגנארטיגער וועג פון שרייבן יידיש. לעצטענס איז דא דארטן א שיינע מובמענט פון גיין אין קאלעדזש. (ער וועט לכאורה נישט אנקומען אזוי שנעל צו נעמען א קורס אין אידיש, זאל ער קודם קענען עברית על בריו, אבער שרייבן און גראמאטיק, האפנטליך אז יא). איא ר' יענקעל ?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:43 am
דורך בן אדם
אדנירם האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זעמער שוין אינגאנצן צומישט צווישן א ליבעראלער, א טאליבאנער, און א חסידישער שמייסער, אדער גאר שב"כ, קאנספיראציע במיטבה.

און צום סוף גייען מיר דא קאנספירירן אן א שיעור, און דער שמייסער וועט ניטאמאל שרייבן נאך א תגובה אין ק"ש [אזויווי רוב צדיקים וואס שרייבן זיך איין]...

נעוואדע, זאגן זיי דעך איז ער פון די טאליבאנער/שמייסער'ס/שב"כ, איז ברויך ער ס"ה זיך ארום צו דרייען דא, אבער טאר דאך נישט מגיב זיין כדרכם בקודש

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:52 pm
דורך איך אויך
אדנירם האט געשריבן:און צום סוף גייען מיר דא קאנספירירן אן א שיעור, און דער שמייסער וועט ניטאמאל שרייבן נאך א תגובה אין ק"ש [אזויווי רוב צדיקים וואס שרייבן זיך איין]...

וואסי טאקע פשט? האט איינער כאטשיק א שטיקל הסבר דערויף?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:55 pm
דורך ישראל קאפקע
ער שרייבט און שרייבט, נאר נישט ביי אונז.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:57 pm
דורך איך אויך
ווער?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:00 pm
דורך לית דין בר נש
קאפקע דוירט שרייבט ער ווי א נארמאלע מענטש
דא איז ער אנגעקומען און גלייך גיעפענט א אשכול אראפרייסן סאטמאר וכו' זייער נישט שיין געשריבן די הנהלה האט עס גלייך פארמעקט והילד איננו

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:54 pm
דורך געוואלדיג
וויאזוי הייסט ער דארט?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:08 pm
דורך גענעראלע איד
איך בין א אינגערמאן אין די שפעטערע צוואנציגער יארן.
ווען איך בין געווען יונג האב איך נאר געקענט אידיש, אבער זינט איך דריי זיך אינעם עולם העשיה בין איך געווארן מער און מער איינגעדרייט מיטן ענגלישן שפראך. היינט רעד איך כמעט נאר ענגליש און אפי' מיינע מחשבות ווערן היינט געפירט אויף ענגליש.
ווען די גאנצע 'ווירטואלע' אינטערנעט וועלט איז גענצליך ענגליש אריינגערעכנט די אידישע אינהאלט, בין איך געווארן באגייסטערט פון קאווע שטיבל, ווען איך נעם דא אנטייל שפיר איך אזא סארט נאסטאלגיע וואס איך געפון היינט גאנץ זעלטן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:17 pm
דורך פריש וואסער
ווי איך זעה, איז נאך דא וואס צוצולייגן צו די הויפן שרייבער אויפן שטיבל
פרישע וואסער איז אייביג בעסער ווי שטייעדיגע אלטע וואסער
א בליק פון א פרישען וועב באניצער, וועלכער איז נאכנישט פארקרימט געווארן צו פיל, לוינט זיך אויסצוהערן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:21 pm
דורך samiam
I am a bored man looking for some entertainment I hope this will provide me with some interesting and kosher entertainment I hope this is already 160 words if not ill have to continue writing this gibberish

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:25 pm
דורך בעל מדות
פריש וואסער האט געשריבן:ווי איך זעה, איז נאך דא וואס צוצולייגן צו די הויפן שרייבער אויפן שטיבל
פרישע וואסער איז אייביג בעסער ווי שטייעדיגע אלטע וואסער
א בליק פון א פרישען וועב באניצער, וועלכער איז נאכנישט פארקרימט געווארן צו פיל, לוינט זיך אויסצוהערן

גוט אבער שטעלט אייך נישט אפ מיט מאלן וואסער דא...קימט אריין מיט שיינע זאכן און זייט מהנא די עולם וועלכע ווארט שוין פאר אייך מיט אפענע ארעמעס.

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:26 am
דורך בן אדם
כ'האף נאר אז מ'דארף נישט ווארטן ער זאל גיין שעפן די וואסער, נאר ער האט עס גרייט פון'ם קראן ( שטייצעך מיט א פילטער).

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 1:16 pm
דורך משה גרונים
עס ווערען אדרוך גיטוהן אינטעסאנטע נוסים מיט א באלערנטע שפראך וואס מען קען האבען אסאך ניצען און אסאך עדזיקעישען, דער פלאן אויף להבא אפשר קען איך צוגעבן צום עולם פון מיין טראכטונג אויף מיין פארשטאנד מיט פרישע טעמעס און פרישה עצות

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 1:17 pm
דורך איך אויך
נוסים=נושאים.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:47 pm
דורך יין שרף
פרישה עצות פעלט נישט אויס..

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:24 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
eager to shoe everyone the happiness of being Jewish
​אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא..
strongly believe in it. will love to prove this here on the forum