בלאט 28 פון 66

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 2:00 am
דורך אינטערסאנטער
האט מען ביז יעצט זיך איינגערעדט אז דער מענדל גייט זיין עפעס בעסער ווי דעם טאטן, למעשה הייבט ער אן נישט גיט, ער בייסט אריין אין די שמוציגע ווארע.

ווי מער חתונות אין עטרת מייזעלס אלס מער אסיפות פון דוד עקשטיין....אז דער הינט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 7:09 am
דורך berlbalaguleh
אינטערסאנטער: וואס האסטו געוואלט אז דער דומ"ץ און ר' מענדל זאללן איינשטימען מיט די רעוואלוציאנערן. די מורדים. זיי זענען נישט אזעלכע נאראנים...!

יא. ווער ס'וואוינט אין קרית יואל והגלילות דארף מקבל מרות זיין פונ'ם מרא דאתרא. אנישט. האמיר שוין געשמועסט פון פריער. קען ער גיין וואוינען כאטש וואו. אין די אלט געזעסענע יישובים. אזוי ווי בארא פארק, מאנסי און וויליאמסבורג. אדער לעיקוואוד. אין די נייע יישובים אזוי ווי לינדען, ניו דזשערסי און אנדערע ביניך טאקע נישט זיכער אויב א יעדער קען .."מאכן שבת פאר זיך"...! ווייל ס'איז דא איינער א מייסד. און ער איז בעה"ב...!

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 8:14 am
דורך א חסיד פון ווילנא
moneyminded האט געשריבן:שוין זע איך שוין מיט וועם פונקטליך איך שטיי אין ווארט דא, די קענסט נישט די אלף בית פון פאקטן, משה גבאי איז איינע פון די מענטשן וואס דארפן איבערשרייבן די בנינים , מען מוז צוקומען צו זיין לעגאלע אינטערשריפט, עניוועי סתם צו דוסקוסירן דא מיט מענטשן וואס ווייסן נישט די פשוטע פאקטן,איז נישט נוגע פאר מיר, אבער דאס אז אברמי בראך קאלט משה גבאי טאג טעגליך, ווייס איך ממקור ראשון ! און איך מיין אז די יודעי דבר לייקענט עס קיינער נישט , די רבי אליינס האט געקאלט מענטשן צו העלפן מאכן א דיעל וועגן די בנינים אין בני ברק

דו האלסט אין איין איבערזאגן ככלב שב על קיאו אז די ווייסט פאקטן ממקור ראשון אן קיין שום האפט
פארוואס פארלאנגסטו אז איך זאל יא פראוון מיינע פאקטן?
עניוועי, פארקויפסט אזעלעכע שטותים אן קיין שום יסוד אז עס איז נישט ווערט צו ענטפערן, וועלמיר צוריקומען נאך וואס די גדר פון ביה"ח וועט אראפגיין

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: ביטע נישט אזוי שארף. נוצן אזעלכע שארפע לשונות. אפילו דו ביסט בעצם גערעכט אין דיין ארגומענט...!
איך בין ליידער נישט אזוי שטארק באהאוונט אין די קליינע פרטי פרטים. ווייל איך מוז נאך ארויסגיין ארבעטן כדי צו פארדינען א פאר טאללער פאר פרנסה...! ווייל דער אייבישטער האט פארטריבן מיין עלטער עלטער,,,וכו' זיידן פון גן עדן. אנזאגנדיג איהם..."בזיעת אפיך תאכל לחם"... מוז איך אויספאלגן דעם באפעל פון השי"ת...!

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:Cp

*כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים*

היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושא לפרוץ בזה.

דערנאך האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.

*להעמיד חומה בצורה*

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 7:22 pm
דורך מיליאנער
ווער ס'גייט די ערשטע אויפהערן מיט די נארישע צעטלעך - וואס יעדע נארמאלע מענטש זעט גלייך די ווארהייט דערפון - וועט באקומען א גאר ניצבארע מתנה!

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 8:24 pm
דורך תרמב
א אויסגעצאלטע חתונה אין די נייע זאל לאה אסתר...........

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:ווער ס'גייט די ערשטע אויפהערן מיט די נארישע צעטלעך - וואס יעדע נארמאלע מענטש זעט גלייך די ווארהייט דערפון - וועט באקומען א גאר ניצבארע מתנה!

מיט נישט נארמאלע מענטשן וואס פירען זינלאזע מערכת אין זיכען צי אנדרייען ווי מער מחלוקת צווישן משפחות אלס פאר די אייגענע תאוות השררה, קען מען טאקע נישט וויסען..

הער אויס די בייגעלייגטע רעקארדירונג פין קול סאטמאר אין קים צוריק זאגן ווער סאיז די נארמאלע מענטש,

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:ווער ס'גייט די ערשטע אויפהערן מיט די נארישע צעטלעך - וואס יעדע נארמאלע מענטש זעט גלייך די ווארהייט דערפון - וועט באקומען א גאר ניצבארע מתנה!

זעי דא די דרשה פינעם בנו בכורו, מדבריך, מיז איך צו קימען אז מרעדט דא פין נישט נארמאלע מענטשן,

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:א אויסגעצאלטע חתונה אין די נייע זאל לאה אסתר...........

תרמב: פארוואס נאר ווייבערישע נעמען. די זאל וועט דארפן הייסן לאה-יאסל...!

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 11:43 pm
דורך שמעון וואלף
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:Cp

דערנאך האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות" "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.

*להעמיד חומה בצורה*

איים לוקינג פארווערד ווען מורינו הגה"צ אב"ד ור"ם וועט זיך שלאגן מיט זיין ברידער אדער שוואגער וואס וועט איבערנעמען די מרא דאתרא'שאפט אין קר"י און ער וועט מאכן א 180, און קומען מסדר קדושין זיין ביי זיין חסיד אין עטרת מאיר צבי

דער כאפט נאכנישט אז די וועלט איז א גלגל החוזר

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 12:32 am
דורך גאלד
איך טראכט אזוי אריין, כאב דא געליינט וואס דער קרית יואל'ער דיין האט גערעט,

ס'עפעס אנביליוועבל,

מ'זעהט ווי דער דיין ודעימיה פארעטנפערן זיך צו זייערע מענטשן,
זעהט עפעס אויס אז ר' אהרן חסידים לייגן גרויס לחץ אז מ'זאל עס לאזן געמאך,
כמעט יעדעס צווייטע ווארט איז "מענטשן זאגן לאז עס לויפן"
און איך - דעת בעה"ב - וואלט אויך געזאגט אזוי,

טענה'ט דער דיין שליט"א, כ'ווייס נישט וואס עטס ווילטס פון מיין לעבן האבן,
איך בין נישט קיין פאלעטישן,
מיין פסק הלכה איז לגמרי נישט תלוי צו ס'שמעקט חסידי ר' אהרן צו נישט,
צו איינער העט מיך פאלגן צו נישט,
איך שטיי מיך ביי מיינס פעלזן פעסט, זאת התורה לא תהא מוחלפת,
זאל זיין א מיליאן חתונות אין בני יואל מיט זאלי זאלן,
א פסק איז א פסק,

דער דיין איז עכטער היראו דא,
טראכט אריין
ער האט דא גארנישט צו פארדינען,
ער האט לחץ פון זיינע אייגענע צו "לאזן די זאך לויפן",
אזוי זאגט ער דאך,
ער ווייסט אז קיינער פון די מתנגדי ר' אהרן העט איהם לכאורה פאלגן,
אבער הוא בשלו,
איך טוה דאס מייניגע
יעבור עלי מה,

און גראדע איז ער גאנץ קאנוויסינג,
מ'האט געגרינדעט א שטעטל, ס'דא א מרא דאתרא,
נו וואס איז די שאלה?
ס'איז פשוט בתכלית הפשטות,
כ'אב א שפיר אז פאר מאנכע געבט עס א קיצל,
אפי' ארכי שונאים פון ר' אהרן'ען,
ווי נישט ווי מ'זעהט דער דיין,
א גאר איידעלער איד,
דער דיין פון שטאט,
האלט זיך אזוי ביי דאס זייניגע,
מיט אזא תקיפות,

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 12:54 am
דורך moneyminded
.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:14 am
דורך אלגעמיין
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:ווער ס'גייט די ערשטע אויפהערן מיט די נארישע צעטלעך - וואס יעדע נארמאלע מענטש זעט גלייך די ווארהייט דערפון - וועט באקומען א גאר ניצבארע מתנה!

זעי דא די דרשה פינעם בנו בכורו, מדבריך, מיז איך צו קימען אז מרעדט דא פין נישט נארמאלע מענטשן,


עס איז איז אונזער שטארקער האפענונג אז די מאכסט כאטש פרנסה פון קאמפאזירן/אויפטייפן/פארשפרייטן די פאלטשע הערליכע קהל מודעות און דרשות הרבנים.
עס נעמט באמת א שטארקע טאלאנט און אסאך צייט און מיט דעם האסטו א געוואלדיגע זכות פון האלטן דעם מאמענטום פונעם לופטיגער קרייז...ותשוחח"ל

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:32 am
דורך גאלד
moneyminded האט געשריבן:דיי דיין האט צו פארדינען געלט פון איינע פון זיין גרעסטע הכנסות פון זיין מסודר קידושין ,ופשוט הוא ,און ער איז דער וואס זיכט צו טראגן די מערכה, אבער חיים שלמה פישער איז זייער דערקעגן און שטייט נישט מיט


ממש אזוי? בקיצור האלטס ערנסט אז דער דיין איז געטריבן פון געלט גייציגקייט?
לייגט זיך נישט אויפן שכל,
איך וואלט מיך נישט געטרויט צו מאכן אזא ערענסטע באשולדיגונג אויפן דיין.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:40 am
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:איך טראכט אזוי אריין, כאב דא געליינט וואס דער קרית יואל'ער דיין האט גערעט,

ס'עפעס אנביליוועבל,

מ'זעהט ווי דער דיין ודעימיה פארעטנפערן זיך צו זייערע מענטשן,
זעהט עפעס אויס אז ר' אהרן חסידים לייגן גרויס לחץ אז מ'זאל עס לאזן געמאך,
כמעט יעדעס צווייטע ווארט איז "מענטשן זאגן לאז עס לויפן"
און איך - דעת בעה"ב - וואלט אויך געזאגט אזוי,

טענה'ט דער דיין שליט"א, כ'ווייס נישט וואס עטס ווילטס פון מיין לעבן האבן,
איך בין נישט קיין פאלעטישן,
מיין פסק הלכה איז לגמרי נישט תלוי צו ס'שמעקט חסידי ר' אהרן צו נישט,
צו איינער העט מיך פאלגן צו נישט,
איך שטיי מיך ביי מיינס פעלזן פעסט, זאת התורה לא תהא מוחלפת,
זאל זיין א מיליאן חתונות אין בני יואל מיט זאלי זאלן,
א פסק איז א פסק,

דער דיין איז עכטער היראו דא,
טראכט אריין
ער האט דא גארנישט צו פארדינען,
ער האט לחץ פון זיינע אייגענע צו "לאזן די זאך לויפן",
אזוי זאגט ער דאך,
ער ווייסט אז קיינער פון די מתנגדי ר' אהרן העט איהם לכאורה פאלגן,
אבער הוא בשלו,
איך טוה דאס מייניגע
יעבור עלי מה,

און גראדע איז ער גאנץ קאנוויסינג,
מ'האט געגרינדעט א שטעטל, ס'דא א מרא דאתרא,
נו וואס איז די שאלה?
ס'איז פשוט בתכלית הפשטות,
כ'אב א שפיר אז פאר מאנכע געבט עס א קיצל,
אפי' ארכי שונאים פון ר' אהרן'ען,
ווי נישט ווי מ'זעהט דער דיין,
א גאר איידעלער איד,
דער דיין פון שטאט,
האלט זיך אזוי ביי דאס זייניגע,
מיט אזא תקיפות,

קלערסט אז אויב ר' געציל וואלט געווען איינגעשטעלט ביי די זאליס וואלט ער נישט אינטער געשריבן אז רז"ל מעג זיין מסדר קידושין?!

יעדער טיט וואס זיינע אויבערהארן פארלאנגען נישט קיין חילוק צי סאיז פאפולער ביים עולם,

אגב, פאר 10 יאר צוריק ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן, האט מען איינגעפירט אז נאר ר' געציל זאל פארקויפן די חמץ אין אלע ק"י שילן, אנדערש ווי ביז דאן וואס יעדע רב פלעגט פארקויפן אין זיין שול, שאפנדיג אן הכנסה פין צענדליגע טויזנטער דאלארס פאר ר' געציל אין זיינע קינדער וואס זיצן אין פארקויפן די חמץ, אויפן חשבון פין מהרא'ס קינדער,

זיכער געווען א בלויזע צופאל אז סהאט פאסירט אין די זעלבע צייט, משה רבינו האט שוין נישט געקענט טרעפן קיין שונא בצע, די חידוש איז אז ער האט זיך דערוואגט אין נישט געזאגט אז מזאל זיך נישט משתתף זיין ביי שמחת,

ר געציל איז לכאורה די איינציגסטע כח וואס זיי קענען ניצן צי האבן השפעה אויף מענטשן נישט צי גיין אויף חתונות פין קרובים, זייענדיג א היבש אנגענומענע דיין ביי די בנ"י יארן ווי ער האט זיך אלס ארויסגעדרייט פין פאליטיק, אבער זינט די סידור קידושין מערכה איז זיינע סטאקס היפש געפאלן אינדרויסן פין די ארונים קרייז,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:41 am
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:דיי דיין האט צו פארדינען געלט פון איינע פון זיין גרעסטע הכנסות פון זיין מסודר קידושין ,ופשוט הוא ,און ער איז דער וואס זיכט צו טראגן די מערכה, אבער חיים שלמה פישער איז זייער דערקעגן און שטייט נישט מיט


ממש אזוי? בקיצור האלטס ערנסט אז דער דיין איז געטריבן פון געלט גייציגקייט?
לייגט זיך נישט אויפן שכל,
איך וואלט מיך נישט געטרויט צו מאכן אזא ערענסטע באשולדיגונג אויפן דיין.

איך אויך נישט,





אויף מייו פארטיי דיין,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:46 am
דורך [NAMELESS]
אלגעמיין האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:ווער ס'גייט די ערשטע אויפהערן מיט די נארישע צעטלעך - וואס יעדע נארמאלע מענטש זעט גלייך די ווארהייט דערפון - וועט באקומען א גאר ניצבארע מתנה!

זעי דא די דרשה פינעם בנו בכורו, מדבריך, מיז איך צו קימען אז מרעדט דא פין נישט נארמאלע מענטשן,


עס איז איז אונזער שטארקער האפענונג אז די מאכסט כאטש פרנסה פון קאמפאזירן/אויפטייפן/פארשפרייטן די פאלטשע הערליכע קהל מודעות און דרשות הרבנים.
עס נעמט באמת א שטארקע טאלאנט און אסאך צייט און מיט דעם האסטו א געוואלדיגע זכות פון האלטן דעם מאמענטום פונעם לופטיגער קרייז...ותשוחח"ל

די קענסט ביטע אריינקומען קלאר אן שיסן לופטיגע סטעיטמענטס, איז נישט אמת? וואס איז נישט אמת? נישט געווען קיין אסיפה? ר געציל האט געזאגט אז יעדר מעג מסדר קידושין זיין? ר מענדל האט געזאגט אז ממיז זיך משתתף זיין ביי דעי חתונות, קול סאטמאר איז געהעקט געווארן אין זאליס מעלדן דארט די נייעס?

אז די האסט נישט וואס צי צולייגן בלייב שטיל אפילו די מציאות שמעקט דיר נישט,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:55 am
דורך גאלד
דיין לאגיק קלעבט נישט,

פאר צענליגע יארן ווען ס'געווען ברענעדיגע בלוטיגע שלעגערייען, זאגסטו דאך מפורש, האט דער דיין גע'מענעדשט צו זיך האלטן נייטראל,
און פונקט יעצט ווען די זאלונים מיט די בני יואל זענען פאוערפול קהילות וואס יעדער בר דעת זעהט אז קיינער גייט זיי נישט רירן,
פונקט יעצט האט זיך דער דיין אויפגעוועקט אז ס'קומען זיין צו זיך אויפרייסן אין ווערן א ראדיקאלער אהרוני,
פונקט יעצט, ווען דאס רוב ארונים ווילן עס מיטאמאל,

האט דאס א פשט?

טראכט פאר די זאגסט עפעס,

אלא מאי, וואס יא, מוז מען זאגן בהכרח אז ער האט איינגעזעהן ע"פ תורה אז אזוי איז דער הלכה,
וכל רוחות שבעולם לא יזיז אותו,
אפי' ס'איז מעגליך זעלסבטמארד פאר איהם פאליטיש,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 2:13 am
דורך גאלד
למשל ר' יחזקאל ראטה זצ"ל מיטן קאשויער רב זצ"ל האבן געהאט גע'אסר'ט די שערי חמלה,
קלערסט אז דאס אז מ'האט זיי נישט געפאלגט און דער מוסד שטייט עד היום בגאון ועוז, האט זיי עפעס משכנע געווען לכאן ולכאן,
מענטשן האבן אנגהויבן לייגן לחץ אויפן דיין אז מ'זאל לאזן די זאך געמאך,
ווייל ס'א פארלוירענע קאמף, קיינער פאלגט נישט
זאגט דער דיין נאו וועי, לא זו הדרך,
אז דער דעת תורה זאגט אזוי, דארף עס געהערט ווערן,
אפגעזעהן צו שטימט פאליטיש צו נישט,
איי מ'פאלגט נישט,
נו, ושוטים שקולקלו עתידין ליתן את הדין,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 2:15 am
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:דיין לאגיק קלעבט נישט,

פאר צענליגע יארן ווען ס'געווען ברענעדיגע בלוטיגע שלעגערייען, זאגסטו דאך מפורש, האט דער דיין גע'מענעדשט צו זיך האלטן נייטראל,
און פונקט יעצט ווען די זאלונים מיט די בני יואל זענען פאוערפול קהילות וואס יעדער בר דעת זעהט אז קיינער גייט זיי נישט רירן,
פונקט יעצט האט זיך דער דיין אויפגעוועקט אז ס'קומען זיין צו זיך אויפרייסן אין ווערן א ראדיקאלער אהרוני,
פונקט יעצט, ווען דאס רוב ארונים ווילן עס מיטאמאל,

האט דאס א פשט?

טראכט פאר די זאגסט עפעס,

אלא מאי, וואס יא, מוז מען זאגן בהכרח אז ער האט איינגעזעהן ע"פ תורה אז אזוי איז דער הלכה,
וכל רוחות שבעולם לא יזיז אותו,
אפי' ס'איז מעגליך זעלסבטמארד פאר איהם פאליטיש,

רבי, דא ארבעט מען מיט א סטראטעגיע - טאקע ווייל מקען עס נישט פיזיש אפהאלטן - פין עס אריינלייגן אין הייליגקייט אין הלכה אין דורך דעם אפהאלטן קרובים פין קימען, אין א דאנק דעם פארמינערן חתונות אן רשות וואס זיי האבן מצליח געווען למחצה ולשליש אין עטרת מאיר צבי, מימלא ניצט מען דעם דיין,

אויף צי שיסן שטיינער אין פארברענען קארס אין שרייען שייגעץ ארויס איז ער נישט די פאסיגסטע קאנדידאט, דאס האט דא רבי אליינס סאך בעסער געטויגט מיטן אינטערייצן די בחורים מיט זיינע דרשות, ווען סהאט אויסגעפעלט צי אסרן בנ"י חדר מטעם הלכה האט ער זיך אויך שיין צי געשטעלט

לשבחו מיז מען זאגן ער דאך נישט קיין טייטעלבוים ער איז נישט גרייט צי זיין די גורם צי צעשטערן יודישע שמחת, אבער זארג נישט מוועט עס קלאר פארלאנגען פין אים וועט ער דאס אויך צישטעלן,

אין צי קארעקטן, קיינער האט נישט קיינמאל נישט געהאט הו"א אז ר געציל איז נוטראל, נאר אנדערש ווי דער צדיק דארט האט ער זיך קיינמאל נישט געטינקען אין שמיץ אין געהאלטן העצרישע דרשות אין בארעדט רבנים, וואס דאס האט געמאכט אז ער זאל האבן א געוויסע רעספעקט אפילו ביי בנ"י יודן, אבער ווען מהאט עים געברויכט ניצן פאר הלכה ענינים האט ער זיך פיין צי געשטעלט, עכ"פ ברבים, פינקט ווי ביי סידור קידושין...

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 2:25 am
דורך גאנצל
הרב טשאדעלע א זייטיגע נאטיץ איך האב נישט קיין פראבלעים אז דו זאגסט אז ר' געצילס פסק איז פארטייאיש געשטימט אבער ווען איך אדער אנדערע זאגן די זעלבע זאך אויף ר' זלמן לייב פילאף אדער אויף ר' ישראל חיים מנשה ווערסטי אזוי אויפגעציטערט ?