בלאט 28 פון 37
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:46 am
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:בארואיגט אייך סאיז יש דברים בגוי. ער זאגט דאך אז ער איז דארט געווען נו וואלס טענהסטו דעך. די אלע מענטשן רעדן פון פאר די שחיטה אין חברון וואס איז שוין געקומען אדאנק די ציוניסטישע בונטעוועריי
אבער דאס בארכטיגט נישט, און דע-קלאסיפיצירט נישט די פארשאלטענע אראבער אלס אכזריות'דיגע און בלוט דורשטיגע רוצחים וואס זיי זענען. די אלע אנדערע מעשה'לעך פאלן אוועק ביי דעים...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:49 am
דורך ישראל קאפקע
מער בארבאריש ווי די נאציס? די אונגארן, פאלאקן, רוסן, פראנצויזן, אוקראינער?
נא אדרבה, לאמיר הערן ר' בערל.
קיינער בארעכטיגט נישט קיין טעראר, מארד, זעלבסטמארד, וכו' וכו' אבער יעדע פאלק קען זיין בארבאריש, מערדערליך, בעסטיאליש, אנדערע האבן אין זייער היסטאריע ארויסגעוויזן פיל פיל מער רשעות, אכזריות, און ברוטאליטעט,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:מער בארבאריש ווי די נאציס? די אונגארן, פאלאקן, רוסן, פראנצויזן?
נא לאמיר הערן ר' בערל.
כ'פארשטיי נישט די שאלה. ווער איז מער בארבאריש, די אראבערס אדער די ציונים?!
לפי האמת. איז נישט קיין חילוק. די אראבערס און די אונגארן, פאלאקן, אוקראינער, קראאטן און כל מיני רוצחים זענעון אויף איין דרגא. זיי אלע האבן געהרג'ט אידן אלס אידן. זיי וואלטן דיך אויכעט געהרג'ט ווען דו ביסט דארט. ס'וואלט דיר נישט געהאלפן דיינע אנטי-ציוניס'טישע קרעדענשאלס. פונקט ווי די היינטיגע רוצחים און אנטיסעמיטן בכל מקומות שהם, אינטרעסירט נישט וואס די אידעאלאגיע פונ'ם איד איז. נאר אז ער איז א איד. דו האסט שוין געזעהן אדער געהערט אז א גוי'שער רוצח אדער אנטיסעמיט זאלל זאגן. "נו, דער איד איז נישט קיין ציוניסט. לאמיר איהם נישט טשעפען"?
וואס די ציונים זענען איז א באזונדער פרשה. און מ'דארף נוצן א באזונדערע סטראטעגיע זיי צו באקעמפן. אויב זיי עקזיסטירן נאך אין די פארמע וואס זיי זענען געווען אין '20גער אין 30'ער יארן און שפעטער. היינט איז פאראן אין ארץ ישראל אידן און גויים. אונז אידן האמיר א תורה און מצוות. און די גויים וואס וואוינען אין ארץ ישראל האבן נישט. און זענען גויים גמורים. און אונז האמיר נישט קיין שום שייכות מיט זיי. אונז דארף מיר ארבעטן צו פארשטערקערן די תורה ומצוות ביי אינז. נישט קלאפן א טויטן פערד . די אלע אפיקורסים זענען שוין געפייגערט. און ס'האט נישט קיין זין צו זיין פארנומען מיט די מציאות (רעאליטעט) פון 60, 70 און 80 יאר צוריק...! דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:41 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א גוי א רוצח זיך גרייטנדיג צו הרגנען א איד, דעריבער קען איך דיר נישט זאגן אויב זיין א ציוניסט מאכט א חילוק, איך גלייב אז נישט ווייל א אייראפעאישע רעכטער אנטיסעמיט גייט נישט אן אויב דו ביסט א ציוניסט אדער נישט,
דיין שאלה ווער עס איז מער בארבאריש די פאלעסטינער אדער די ציוניסטן איז א נארישע שאלה וואס קומט נישט אריין יעצט,
די פוינט איז אז אין פאלעסטינע ביז פאר הונדערט יאר צוריק האבן אידן געלעבט פארהעלטנסמעסיג רואיג, זיכער פיל רואיגער ווי אין רוסלאנד אדער אנדערע מזרח אייראפעאישע לענדער,
בערך ניינציג יאר צוריק האבן די אומשטענדן זיך דראסטיש געטוישט אין פאלעסטינע,
סאו דו שרייסט, פע זיי זענען א בונדי רוצחים, בארבארישע מערדער, וואס א חילוק, ציונים שמוינים. . . .וכו' זייער אידעאלאגיע איז שוין לאנג טויט וכו'
אן אנדערער וועט מעגליך וועלן פארשטיין וואס עס האט זיך געטוישט פון הונדערט ביז אכציג-ניינציג יאר צוריק, וואס האט גורם געווען די טויש, צו ציוניזם אלס אידעאלאגיע איז טויט (וואס איז אגב גאר גאר ווייט פונעם מציאות, עניוועי) איז גארנישט משנה, וואס כאפט יא א חילוק איז די 'מציאות' אין מדינת ישראל/פאלעסטינער געביטן, די מצב פון די פאלעסטינער פליטים און זייערע קינדער, די זידלונגען, די בלאקאדע אויף עזה, די לעצטע מלחמה מיט זעקס הונדערט טויטע פאלעסטינע קינדער דריי הונדערט פרויען, און נאך פילע ציווילע,
און דאס אויב עס גייט מיר אן/מעג מיר אנגיין/זאל מיר אנגיין/דארף מיר אנגיין איז אויך נישט די אישו, די אישו איז אויב עס גייט זיי אן (די פאלעסטינער) און וואס דאס איז גורם פאר די פאלעסטינע (און אנדערע אראבער, און מוסלעמענער בכלל) רילעישנשיפ מיט אידן אין ארץ ישראל, (און איבער די גאנצע וועלט)
דיין נאכאנאנדע איבער קייען דיינע אויסגעדראשענע סלאגאנען העלפט נישט צו צו פארשטיין די מצב.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: דו האסט נישט פארשטאנען א טייל פון מיינע פוינטס. איך האלט דאס זעלבע ווי דו אז משפט'ן ווער ס'איז מער בארבאריש, די ציונים אדער די אראבער איז נישט רעלעוואנט. און אויב איך דערמאן עס איז עס נאר אויף א סארקאסטישן אופן. ווייל ס'איז דא א סאך אידן וואס ס'גייט זיי יא בנפשם צו דזשאדזשן ווער ס'איז ערגער. דער פאקט אז א סאך פאלעסטינער ציווילע פרויען און קינדער זענען אומגעקומען ביי די לעצטע מלחמה אין עזה, איז אפשר א טראגעדיע. אבער מ'קען נישט באשולדיגן מדינת ישראל אין זייער טויט. די אמת'ע שולדיגע זענען זייערע אייגענע פירערס וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די ראקעטן שיסערס צווישן די ציווילע באפעלקערונג. אין אן אמת'דיגע וועלט וואלט מען זיי געדארפט שטעלן צו א קרימינאלן משפט. די רעגירונג פון מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו שטיל מאכן די ראקעטן שיסער באזעס. זיי האבן דאך נישט געקענט צו לאזן אז זייער באפעלקערונג זאל ווערן באשסן פון די ראקעטס.
לגבי די רעלעוואנטקייט פון פיהרן די אידעאלאגישע מלחמה מיט די ציונים. דאס איז זינלאז און צוועקלאז. ווייל היינט, דער מציאות (רעאליטעט) אין ארץ ישראל איז, אז ס'איז נישט דא קיין אידעאלאגישע מלחמה. ווייל די וועלכע פיהרן זיך אויף ווי גויים (און א גרויסער טייל זענען אמת'ע גויים) האבן מיט אונז ערליכע אידן גארנישט קיין שייכות. זיי זענען גארנישט אנדערש ווי די גוי'אישע באפעלקערונג אין אמעריקע און ענגלאנד. די ערליכע אידן דארפן זעהן אז זייערע רעכטן אלס שומרי תורה ומצוות זאללן נישט געשטערט ווערן.
אנדערש ווי אמאל. ווען מ'האט געפיהרט אן אידעאלאגישע מלחמה מיט די דאמאלסדיגע ציוניסטישע פיהרערס. איז דאס היינט ב"ה בטל געווארן. ווייל דער פרייער איד טוט נישט גארנישט לשם אידעאלאגיע. פשוט. ער לעבט ווי א גוי ווייל ער האט באקומען אזא חינוך. און אונז גיי מיר גארנישט טוישן...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 3:28 am
דורך ישראל קאפקע
אוי ר' בערל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
אוי ר' ישראל קאפקע:
ווען דו האסט נאך געוואוינט אין די מדינות פונ'ם סאוויעטן פארבאנד, נאך פאר דו ביסט געקומען קיין וויליאמסבורג האסטו אויכעט געוויסט פון די גאנצע אידעאלאגיע פון סאטמאר?...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:02 am
דורך ישראל קאפקע
קאפקע פונעם סאוויעטן פארבאנד? איך בין געבוירן דריי יאר נאכן צוזאמפאל פונעם קאמוניזם, די נענסטע וואס איך בין געווען צו רוסלאנד איז געווען א יאר א האלב צוריק, ווען איך בין געווען אויף קברי צדיקים אין אייראפע,
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:24 pm
דורך שמעקעדיג
איך רייב מיך די אויגן צי איך לייען גוט - אזא אויסדרוק אויף אידן וואס וויינען ביי די לויה פון די הר-נוף קדושים??
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
און נאך א "בילד פונעם יאר"
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
זאגטס מיר דעם אמת, חכמי השטיבל.
האט איימיצער דא געוואוסט אז עס געפינען זיך פאולער בערן אויף דער וועלט?
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:39 pm
דורך שמעקעדיג
כ'ווייס נישט צי ס'איז אינטרעסאנט, אבער פארט לייג איך עס אהער.
דער בלאט קרוינט א נייעם רבי'ן, הרב לייפער....
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:43 pm
דורך לית דין בר נש
איך דארף נאך קויפן דער בלאט דער וואך אדער מער ווייניגע אלע אינטערסאנטע שטיקלעך זענען שוין דא?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:23 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:איך דארף נאך קויפן דער בלאט דער וואך אדער מער ווייניגע אלע אינטערסאנטע שטיקלעך זענען שוין דא?
און די קנאות'דיגע מאמרים פון הגה"ק מהר"א שליט"א ביסטו נישט אינטרעסירט צו הערן?
דאס איז דאך אלעס קילורין לעיניים. כדי להוציא מליבן של...!
זצ'ל?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 7:15 pm
דורך petergrifin
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ויצא) איז דא א באמבע פון א טעות. ס'איז אפשר נישט זייער שולד.
אויף פ. 41 אין די ציבור אפטיילונג איז דא א פול פעידזש עד פון "ישיבה גדולה תורה ויראה ד'סאטמאר, שיעור ד'" פאר ר' יונתן שטראסער, דער "אבי החתן" און פאר זיין מחותן "הרב" שמואל דוד פריעדמאן, דער מחבר פון עטליכע ספרים, דער "אבי הכלה". די מעשה איז דאך אבער פארקערט, אז דער חתן איז ר' שמואל דוד'ס זוהן און די כלה איז די טאכטער פון ר' יונתן שטראסער...
וויאזוי אזאלכע טעותים קענען געשעען ווייסיך נישט. בכל אופן, מיין שאלה איז אויב אין אזא פאל קענמען זיך ארויסדרייען פון צאללן. אזא "עד" קאסט מסתמא אן אלפ'ל, מארקעט פרייז.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:22 pm
דורך יין שרף
[center][/center]
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 10:47 pm
דורך שמעקעדיג
הא הא...
די וואך לסדר "כי דרך נשים לי"....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
ר' יואב שליט"א, בעל
האשכול: איך וויל נאר מאכן א קליינע באמערקונג וואס דריקט מיר שוין אין מאגן פאר א לענגערע צייט. און איך האף אז דער אשכול וועט נישט פארדרייט ווערן צוליעב דעם. והנה:
ס'איז פאראן א סאך מאל וואס דאס עצם ווארט איז א לשן נקיבה. אבער צוליעב די "אכשר דרא" סינדראם, מיט וועלכען א גרויסער טייל פון די אידיש שרייבער זענען געשלאגן, ספעציעל דער בלאט , בראשית דרכו, וועלן זיי שרייבן די פרעפאזיציע מיט א לשון זכר. למשל "די ספר תורה" וועללן זיי שרייבן "דער ספר תורה". איי ס'שטייט דאך אין חומש "ברוך אשר יקום את דברי התורה
הזאת. אבער צוליעב די "אכשר דרא מאטיוון וועט מען עס פארדרייען...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:32 am
דורך מח-החושב
דברים כ"ט כ'
והבדילו ה' לרעה מכל שבטי ישראל ככל אלות הברית הכתובה בספר התורה הזה
רש"י:
"הכתובה בספר התורה הזה" - ולמעלה הוא אומר בספר התורה הזאת גם כל חלי וכל מכה וגו', הזאת לשון נקבה מוסב על התורה, הזה לשון זכר מוסב על הספר, וע"י פיסוק הטעמים הן נחלקין לשתי לשונות. בפרשת הקללות הטפחה נתונה תחת בספר, והתורה הזאת דבוקים זה לזה, לכך אמר הזאת/ וכאן הטפחא נתונה תחת התורה, נמצא ספר התורה דבוקים זה לזה, לפיכך לשון זכר נופל אחריו שהלשון נופל על הספר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:22 am
דורך [NAMELESS]
יעדער וואס קויפט נישט די בלאט וועט פון די וואך און ווייטער סעיוון דריי דאללער אנשטאטס 2.50
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:29 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:33 am
דורך Ben-Shishim
And I was under the impression that the reason for them running those full page ads in the main section , [all in English btw] is to cover the expenses and have some profit left