טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

פארשפארט
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

פינטאו האט געשריבן:
in-Kolel האט געשריבן:וכאן אני מוסר מודעה יא! די כינוס טוט אויף! איך גרייט מיר בקרוב איבערצולאזן דעם אינטערנעץ נישט אז איך בין קרעמער פין אייועלט מ'וועט מיר נישט באוויינען אבער איךשרייב דאס צי ווייזן אז מ'טוט אויף

חזק ואמץ.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קארל האט געשריבן:אקעי שרגא, דו מיינסט מיר. פאר צוויי סיבות - איינס וויל איך בין געקומען מיט "אינסייד אינפא" אז מ'האט נישט קיין שום פלאן, און צוויי - ווייל איך בין דער וואס "שרייבט געווענליך צו דער זאך"... ;)
פאנג נאר אן מיט דער ריזיגער כינוס פון רבנים וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם אלול: פאר דעם אידיש-רעדנדן עולם האט מען געהאלטן אין איין פארקויפט אז עס זענען דארטן געווען "טויזנט רבנים," און פאר דעם ענגליש רעדנדן עולם האט מען באריכטעט אז עס זענען דארטן געווען זעקס-הונדערט רבנים. אויך יעצט פארדרייען זיי א קאפ אז עס וועלן זיך באטייליגן "איבער פופציג טויזנט אידן", ווען דער סטאדיום איז באשריבן שווארץ-אויף-ווייס אז עס פארמאגט 42,800 זיצן. פארוואס זענען זיי אזוי אדיקטעד צו ליגנט? מוז יעדע זאך צוגיין מיט שקרים וכזבים?

ווי איך האב שוין געשריבן שטיץ איך אוודאי דעם געדאנק פון א כינוס, און פאקטיש האב איך פרובירט אפילו צו געבן אן עצה פאר די עסקנים. איך האב פריער געשריבן: "וואס איך קען זיי נאר עצה'ן איז אז דער קאמפיין איז זייער קענטיג געבויט אויף דעם פרעמיס אז מיר זענען א באנדע בהמות, און גלאנציגע צעטלעך וועלן אונז פירן גלייך אין סטאדיום אריין. ביטע טוישט שוין די ריכטונג פון אייער קאמפיין, שרייבט נעמען פון מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם, גיט נישט ארויס אפילו נאך איין צעטל איידער איר האט א "מישען סטעיטמענט" און א פינקטליכן פלאן וואס איר גייט דארטן טון."
אויב וועט דער קאמפיין אננעמען אזא אויסזען, וועל איך אוודאי מיטשטיין דערמיט, און זיך זעלבסט באטייליגן.


מיך האט אויך געבאדערט דעם ליגנט פון די זעקס הונדערט, צו טויזענט רבנים, אין איין מקום האבן זיי גאר געשריבן צוועלף הונדערט רבנים (און אזוי האט מיר מעיד געווען דער בעל שמחה אליינס, דער מארגן פון דעם אסיפה), נישט אז דער ליגענט איז אזוי שרעקליך, אבער ווי קארל זאגט, עס ווייזט אויף זייער מהלך המחשבה. שוין אפגערעדט פון דעם ליצנות פון אויסשטעלן שורות פון זיצן, און דאס איז בכלל נישט געווען קיין אסיפת הרבנים, ווייל אסיפת הרבנים מיינט אז מען רופט צוזאם רבנים צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן אויף א געוויסן ענין. דא אבער האט מען גערופן די רבנים צו הערן וואס עטליכע געציילטע עסקנים\מאפיאנערן האבן שוין אפגעמאכט.

קארל, עס זעהט מיר נישט אויס אז זיי האבן אויסגעהערט דיין עצה, אדער סיי וועמענס עצה. און פארוואס דען יא, זיי האלטן דאך זיי זענען קלוגער פון יעדן.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

באקומען א tweet

ר׳ יצחק לעבאוויטש זאגט אז די גרעסטע חורבן וואס איז ארויסגעקומען דורך די אינטערנעט איז טאקע די כינוס כלל ישראל!!!
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.


די אינטערנעט מאכט נישט אן גארנישט, ער איז נישט קיין בעל בחירה, דער יצה"ר ניצט אים אלס א מיטל, פייטן דארף מען דעם יצה"ר, קוק אין מיינע אנדערע תגובות. מען דארף טאקע א פילטער און זיכער מאכן אז די קינדער האבן נישט קיין פרייע צוטריט, אבער דעס איז נישט דער לעזונג.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שרגא האט געשריבן:יעצט צוריק צום משל: ווען איך זע מיין הויז איז איינגעהילט אין פלאמען, אפילו דו קומסט צו לויפן ווי א שוטה בלויז מיט א פייער עקסטינגווישער, וועל איך דיך נישט באקוויטשען. איך פריי זיך אז קודם פרובירסט עפעס וואס האסט צו דער האנט. די זעלבע גיי איך נישט דא קומען מיט קריטיק, נאר אנשטאט זיך פרייען אז איינער הייבט אן זיין פארנומען און וויל כאטש פרובירן טאן עפעס וועגן די גרויסע פראבלעם ואוס באדראעט אונזער רוחניות'דיגן עקזיסטענץ.
יעצט איך האב נישט קיין כח צו מסביר זיין און מתווכח זיין מיט די אלע וואס זעען נישט קיין שום פראבלעם מיט'ן אינטערנעט, נאר איין פראגע וויל איך אייך פרעגן: וואלט איר געהאט א פראבלעם אז אייער פערצן-יעריגע בחור האט פרייע אינטערנעט צוטריט? נאכ'ן הערן דעם ענטפער, וועלן מיר קענען גיין ווייטער.


אויף די ערשטע האב איך שוין געענטפערט אין מיינע אנדערע תגובות, און יא, איך האב א פראבלעם אז מיין פערצן יעריגער בחור זאל האבן פרייע צוטריט צום אינטערנעט, און איך האב א פראבלעם אז איך זאל האבן פרייע צוטריט צום אינטערנעט. חז"ל זאגן אין אפוטרופוס לעריות. און דעריבער טאר דער אינטערנעט נישט זיין פריי און אפן. פאר קיינעם נישט, נישט פערצן און נישט פערציג. אבער צו זאגן אז מיט דעם איז מען יוצא, און יעצט קען אלעס ווייטער פארן ווי ביז היינט, און די רבנים וועלן זיך פאטשן אין בייכל אז זיי האבן געראטעוועט דעם רבונו של עולם פון באנקראט, איז זייער נאריש. ווייל זיי האבן נאך נישט אנגעהויבן צו טאהן גארנישט לגבי דעם אמת'דיגן פראבלעם (פון וועלכן זיי זענען ליידער א אינטעגראלער טייל דערפון).

קוק צוריק אין מיינע פריערדיגע תגובות וועסטו זעהן וואס איך האלט לגבי דעם
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

amechiya האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
amechiya האט געשריבן:האסט דאך געענטפערט ממש צום זאך.

ווען מ'רעדט פון די חרבנות וואס די איטערנעט מאכט אן, רעדט מען וואס איז נוגע פאר אונז און על בנינו ועל דורותינו, און נישט פון די גוישע וועלט. חז"ל האבן אונז געלערנט הרחק מן הכיעור ודומה לו, מיטן אינטערנעט ברענגט מען עס אריין אין שטוב, פארדעם פעלט זיך אויס א פילטער פאר זיך, און מאכן זיכער אז די קינדער האבן בכלל נישט קיין צוטריט דערצו.

טאקע אלס הרחק מן הכיעור האלט איך אז די זאלסט ארויסשליידען דיין טעלפאון פון דערהיים, די האסט נישט קיין אהנונג ווי מ'קען אלס אנקומען נאר מיטן דייעלען צען דידזיטס, תסמר שערות אנוש וויפיל אידישע נשמות זענען שוין פארוואלגערט געווארן ליידער צוליב דעם טריפה'נעם טעלעפאון.
טאמער מוזט עס האבן לצורך פרנסה זאלסטו אינסטולירן א פילטער וואס זאל אויס זיפן די קול אשה'ס און אנדערע כיעורים ל"ע און עס האלטן אין א פארשפארטע שאפע א די בני בית און די קינדער זאלן ח"ו צו דעם נישט קענען צוקומען.

איך האף אז דו פארשטייסט די חילוק, און טאמער נישט ביטע רייס איין ביי "חננו מאתך דעה בינה והשכל".


איך פארשטיי יא די חילוק, אבער דער פוינט איז, אז ביידע קען מען ניצן אנצוקומען ווי מען דארף נישט. און מען דארף האבן שמירה און גדרים וסייגים אויף סיי וואס. און יא, אויף אויגן גלעזער אויך.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שרגא האט געשריבן:[quote
אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?


אוי שרגא, דו זאגסט דאך אזוי גוט. איך האלט פונקט מיט דיר. און טאקע דערפאר דארפסטו איבערליינען וואס איך האב געשריבן ביז אהער. שרגא, הער גוט אויס. דער אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם און א פילטער איז נישט דער לעזונג. אונזער היינטיגער פראבלעם איז א דור פון בורים, א דור וועלכע מען האט נישט מחנך געווען צו אידישקייט (נאכמאל, לייען איבער מיינע תגובות) און דעריבער זוכן זיי זיך סיפוק אויף אלע אופנים, און דער בעל דבר האט אסאך וועגן ווי זיי צו שיקן דאס וואס ער וויל, און איינס פון די איז דער אינטערנעט. און דעריבער טאקע איז א פילטער נישט דער לעזונג, ווייל מען קען אים עוקף זיין, מען קען אים איבערקלוגן, און נאך אביסל וועט דאס כמעט נישט מעגליך זיין צו אינפארסירן.

לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען. (ווי איינער האט שוין דא דערמאנט) א אפענער אינטערנעט איז ווי האבן א זונה ביי זיך אין שטוב. און ביי דעם האבן חז"ל אוועק געשטעלט גדרים, אבער די גדרים העלפן נאר פאר ווער עס וויל, איינער וואס וויל זינדיגן, אדער ער וויל נישט גענוג שטארק נישט זינדיגן, וועט נישט העלפן די גדרים. קודם מוז ער וועלן מיטארבעטן מיט דעם. עיין לעיל ותמצא נחת.
רק בשמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך רק בשמחה »

Who'd believe this 2 weeks ago? 8,000 more #Kinus tickets sold than seats available. Askanim are desperately looking for second stadium. -- Shimon R. (@ShimonRol)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'מיין נישט קיין פחיתות כבוד ח"ו, אבער ווער קערט וואס שאפראנער רב זאגט ?? וועמענ'ס מיינד וועט ער טוישן ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זר זהב האט געשריבן:כ'מיין נישט קיין פחיתות כבוד ח"ו, אבער ווער קערט וואס שאפראנער רב זאגט ?? וועמענ'ס מיינד וועט ער טוישן ?

שאפראן איז א קהילה ווי אלע קהילות, און ער האט אויך מענטשען וואס שטיצען אןם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

בלעדי: האדמו"ר מרחמסטריווקא ישתתף בכינוס ההיסטורי בארה"ב

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ראשעקאל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כ'מיין נישט קיין פחיתות כבוד ח"ו, אבער ווער קערט וואס שאפראנער רב זאגט ?? וועמענ'ס מיינד וועט ער טוישן ?

שאפראן איז א קהילה ווי אלע קהילות, און ער האט אויך מענטשען וואס שטיצען אןם.

פלאס בני יואל וואס איז זייער העפי מיט זיין ארויסטריט
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

רק בשמחה האט געשריבן:Who'd believe this 2 weeks ago? 8,000 more #Kinus tickets sold than seats available. Askanim are desperately looking for second stadium. -- Shimon R. (@ShimonRol)

יא. איך האב פריער פרובירט צו שאפן נאך טיקעטס פון איינע פון די גאר אקטיווע עסקנים און ער האט מיט באדויער געזאגט אז דערווייל איז ממש נישטא קיין טיקעטס.

ווי איך פארשטיי האט מען ארויסגעגעבן טיקעטס פאר פילע קהילות, און מען וועט זען מארגן וויפיל און אויב בכלל עס קומען צוריק טיקעטס וואס זענען נישט פארקויפט געווארן, און דערנאך וועט מען קענען ווייטער פארקויפן. אדער וועט מען טאקע באשטעלן נאך א פלאץ וואס איז אבער נישט מסתבר ווייל די צייט איז גאר קורץ עס צו מסדר זיין, און סקרינס איז דאך נישט ערלויבט צו ווייזן פון איין פלאץ צום צווייטן חלילה.

איך האב שוין מיינע טיקעטס און איך האף זיך צו באטייליגן און איבערגעבן פאר בני קהילתינו לייוו וואס דארט טוט זיך...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

כבוד הדד בן בדד,

איך זע דיינע ווערטער זענען מלא וגדוש. געסט מיר סחורה צום ליינען. א דאנק, און איך וועל זיך ארויפשארן די ארבל און ליינען דיינע פערל ווערטער מיט די אנדערע וואס כ'האב פארפאסט די לעצטע צייט.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

ברעיקינג: היינט געווען אן אסיפה פון אלע באראפארקער רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן פאר סיטיפילד. הייסט אז ס'איז געגאנגען טישן אויף בענק וואס די אג'ענדע זאל זיין. טייל האבן געשריגן אז מ'מוז דאס לגמרי אסר'ן אנדערע האבן געשריגן אז מ'קען נישט.

דור הפלגה ביים בעסטן...

ווער ס'האט מער פרטים זאל ביטע פאסטן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

באקומען א טעקסט, און קאנפערמד.

Mnasheh filup is now hammering against the kinis in the bnei yoel sheel in willi
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

זר זהב האט געשריבן:באקומען א טעקסט, און קאנפערמד.

Mnasheh filup is now hammering against the kinis in the bnei yoel sheel in willi

וואס איז דען צו ערווארטן פון אים?

ער האט דאך דעם מאנאפאל פון דעת רבינו הקדוש והטהור זצוקללה"ה...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך וואלט ערווארטערט ער זאל כאטש זיין שטיל, נישט ארויסטרעטן אין פובליק דערקעגן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

יאנקל האט געשריבן:אינטערעסאנטע באריכט אין ענגלישן "פארווערטס":
http://forward.com/articles/156102/orth ... -internet/

דער בילד וואס זיי ברענגען איז פון קראלי ביהמ"ד אין ווילי ווען מען האט געטריבן דעם עולם אונטערצושרייבן די פעטיציעס צו באפרייען רובאשקין.

אוי איז דאס געווען אן ערהאבן בילד. טישן אנגעפילט מיט יונגעלייט, דער מיט א לעפטאפ און דער מיט אן אייפעד.

משיח'ס צייטן...
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

זר זהב האט געשריבן:כ'מיין נישט קיין פחיתות כבוד ח"ו, אבער ווער קערט וואס שאפראנער רב זאגט ?? וועמענ'ס מיינד וועט ער טוישן ?


איך בין נישט קיין שפאראנ'ער חסיד אבער ער האט נאך אזוי פיל רעכט צי זאגן א מיינונג ווי דעם ווינער רבי צי דער בראשוב'ער רב
ער איז פין די עלטעסטע תלמידים פין פין סאטמאר רב ז"ל אין האט מקבל געווען פין אים, איז נישט מער ווי רעכט אז זיין דעת טראגט געוויכט ביי געוויסע סאטמאר'ע יודען
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כאב נישט געזאגט אז ער האט נישט קיין רעכט. לייען איבער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

יעדער נארמאלער באזעסנער רבי האט השפעה אויף מענטשן איינער מער איינער וויינגער אבער אן השפעה האט מען
נישט אומזיסט לויפט מען ארום נעמען חתימות פין רעבעלעך פין איבראל פאר די קול קורא'ס
פארשפארט