בלאט 28 פון 46
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 9:03 pm
דורך ונבנתה העיר
א
בעל וואס ארבעט אויף א בעטערי און קלינגט שוין זייט 1840.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1Dx1-f8xQio[/youtube]
-----------
מז"ט צו 3000 תגובות.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:43 pm
דורך קל וחומר
ער איז נאכאלץ נישט אויפגעשטאנען??
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:03 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איבער דיין נקודה אז ווייניג מענטשן נוצן דייטשע קארס, וויליך דיך בעטן אז דו זאלסט ארויסגיין אין די גאסן פון די היימישע געגנטן ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק, 'עסטו זעהן אז אונזער היימישער עולם מאכט זיך זייער שטארק באקוועם אין די דייטשע געליעסטע קארס, ווי בי.עמ.דאבל-יו, מערסעידעס און אאודי.און מ'טראכט גארנישט אריין אז די בעלי בתים פון די פעקטאריס, אדער זייערע עלערן און זיידעס האבן צו געהאלפן צו הרג'נען אונזערע זיידעס און באבעס...און היינט שטעלן זיי אן דעם שמייכלדיגן פנים...!
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 9:01 am
דורך שלום על ישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: איבער דיין נקודה אז ווייניג מענטשן נוצן דייטשע קארס, וויליך דיך בעטן אז דו זאלסט ארויסגיין אין די גאסן פון די היימישע געגנטן ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק, 'עסטו זעהן אז אונזער היימישער עולם מאכט זיך זייער שטארק באקוועם אין די דייטשע געליעסטע קארס, ווי בי.עמ.דאבל-יו, מערסעידעס און אאודי.און מ'טראכט גארנישט אריין אז די בעלי בתים פון די פעקטאריס, אדער זייערע עלערן און זיידעס האבן צו געהאלפן צו הרג'נען אונזערע זיידעס און באבעס...און היינט שטעלן זיי אן דעם שמייכלדיגן פנים...!
אז דייטשע קארס איז א פראבלעם ווייל ׳אפשר׳ איז די באלאבאס׳ס זיידע געווען א נאצי, דאן קויף נישט קיין פארד קאר, וואס דער מייסד - הענרי פארד - איז געווען אן אפיציעלע נאצי און אנטיסעמיט, נאך דערצו דא אין אמעריקא!
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 10:04 am
דורך petergrifin
@שלום על ישראל איך מיין אז די מלחמה איבערלעבער האבן נישט געוואלט קויפען קיין דייטשע פראדוקטען אבער איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי אזוי די גאליציאנער אידן פלעגן אלס ניצן פאלסקעס אין דער שול'ן.
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:23 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: איבער דיין נקודה אז ווייניג מענטשן נוצן דייטשע קארס, וויליך דיך בעטן אז דו זאלסט ארויסגיין אין די גאסן פון די היימישע געגנטן ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק, 'עסטו זעהן אז אונזער היימישער עולם מאכט זיך זייער שטארק באקוועם אין די דייטשע געליעסטע קארס, ווי בי.עמ.דאבל-יו, מערסעידעס און אאודי.און מ'טראכט גארנישט אריין אז די בעלי בתים פון די פעקטאריס, אדער זייערע עלערן און זיידעס האבן צו געהאלפן צו הרג'נען אונזערע זיידעס און באבעס...און היינט שטעלן זיי אן דעם שמייכלדיגן פנים...!
וואס זענען די היינטיגע דייטשען שולדיג אז זייערע זיידעס זענען געוועהן פארוקט? איך בין געוועהן אין דייטשלאנד אפאר מאל זיי האבן אסאך רעספעקט פאר אידן און פילן זיך שטארק פארשעמט וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן. אפשר זאלן די אמעריקאנע פילן שולדיג פאר די שווארצע, מעקסיקענס, און נעטיוו אמעריקענס וואס זיי האבן אויסגעהארגט? אסאך מעהר ווי אידן. וויפל דורות דארפן די דייטשען יעצט ליידן דערפאר?
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:44 pm
דורך אחד העם
שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: איבער דיין נקודה אז ווייניג מענטשן נוצן דייטשע קארס, וויליך דיך בעטן אז דו זאלסט ארויסגיין אין די גאסן פון די היימישע געגנטן ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק, 'עסטו זעהן אז אונזער היימישער עולם מאכט זיך זייער שטארק באקוועם אין די דייטשע געליעסטע קארס, ווי בי.עמ.דאבל-יו, מערסעידעס און אאודי.און מ'טראכט גארנישט אריין אז די בעלי בתים פון די פעקטאריס, אדער זייערע עלערן און זיידעס האבן צו געהאלפן צו הרג'נען אונזערע זיידעס און באבעס...און היינט שטעלן זיי אן דעם שמייכלדיגן פנים...!
וואס זענען די היינטיגע דייטשען שולדיג אז זייערע זיידעס זענען געוועהן פארוקט? איך בין געוועהן אין דייטשלאנד אפאר מאל זיי האבן אסאך רעספעקט פאר אידן און פילן זיך שטארק פארשעמט וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן.
אהה, הייסט פארדעם איז מיין קאמף געווען די best-selling בוך דאס יאר, מער רעספעקט סטייל.
איך כאפ.
כ'גיי נישט אריין אין די עצם פינעם שמועס, בעסער געזאגט, אויב עס איז אדער איז נישט מאראליש. שוין געווען דא אמאל א שמועס איבער די נושא.
אבער דאס אילוזיע און פאנטאזיע פון דייטשע רעספעקט, כ'בין סקעפטיש.
הכלל,
רבי טוביה דינגט זיך מיט אייך, און ער איז געשלאפן אין היטלער'ס שלאף צימער.
אין איין ווארט, מיר געליטענע, האבן שוין מער נישט די כוחות צו זיין פון די געליטענע, מיר האבן פאלוירען די געדולד פון זיין נרדפים, און זענען גרייט צו פאנטעזירען פרידענס צייטען, נישט צו שפירען די געפיל פון זיין א נרדף.
פסיכאלאגיש איז עס אפשר א עצה, אבער דער ריאליטעט עומדת במקומה.
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 3:36 pm
דורך שבת אחים
איין מינוט, יעדער וואס ליינט היטלערס ״מיין קאמף״ איז אויטאמיש א נאצי? ווייל טאמער יא בין איך אויך א נאצי ווייל איך האב אויך געליינט היטלערס בוך מיין קאמף אפילו ער האט געהארגט א גרויס חלק פון מיין משפחה! ס׳איז פשוט די מענטשען ווילן פארשטיין וויאזוי מ׳איז צוגעקומען צו דעם. ס׳מיינט נישט אז זיי לייענען די בוך אז זיי אגריען מיט היטלער.
די דייטשען זענען די איינציגסטע פאלק וואס איז מודה ומתודה אז זיי האבן א טייל גענומען אין genocide און זיי לערנען דעס מיט זייערע קינדער אלץ היסטאריע, און פול מיט פלעצער אין דייטשלאנד הענגט שילדן ״דא האבן געוואוינט אידן וואס מיר האבן געהארגט״!!! שטעל דיך פאר ס׳וואלט געוועהן שילדן אין אמעריקא דא האט אונזערע עלטערן געהארגט (מיליאנען) נעטיוו אמעריקענס! קיינמאל נישט! זיי זענען עס קוים מודה! זיי געבן די מערסטע געלט פאר מדינת ישראל, און מיין באבע זז״ג באקומט יעדע חודש א טשעק פון זיי עד היום הזה! אפשר זאלן די אמעריקאנע געבן ווידער גוטמאכונג געלט פאר די שווארצע און אלע אנדערע וואס זיי האבן געפייניגט?
ס׳איז מסתמא דא מעהר אנטיסעמטיטיזים אין אמעריקא ווי אין דיישטלאנד!
כ׳ווייס נישט ווער דער ר׳ טובי׳ איז איך גיי עס באלד לייענען. איך קען אייך איין זאך זאגן אז איך בין דארט געוועהן אפאר מאהל און איך בין נתפעל געווארן פון זייער העפליכקייט! מיט אפאר יאהר צוריק בין איך דארט געוועהן מיט מיין גאנצער אידישע חסידישע צורה כהאב נישט עקספיריענס קיין שום אנטיסמיטיזים פארקערט זיי זענען ארויס פון זייער וועג צו זיין העפליך.
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:37 pm
דורך שבת אחים
איך האב א חבר וואס וואוינט אין דיזאלדארף דייטשלאנד שוין דרייצן יאהר ער דינט דארט אלץ א רב אין א שול, זיינע קינדער גייען מיט פיאות, ער זאגט ער האט נאך אין זיינע דרייצן יאהר קיינמאל נישט עקספיריענסט קיין שום אנטיסמיטיזם אין דייטשלאנד! פארקערט ער זאגט אז זיינע שכינים זענען עקסטרע nice.
סהאט מיר פארציילט א איד וואס וואוינט אין אנטוורפען א וויזניצער חסיד מיט א לאנגע בארד וואס פארט אסאך קיין דייטשלאנד פאר השגחות. איינמאל מיט יאהרן צוריק איז ער שטעקן געבליבן אין דיישלאנד מיט זיין קאר אינמיטן די נאכט נאך פאר סעלפאונס צייטן, סהאט זיך אפגעשטעלט א דייטשער גוי און ער האט אים געאפפערט צו העלפן, ער האט אויפגעוועקט זיין שוואגער וואס איז א קאר מעקעניק אינמיטן די נאכט און זיי האבן ערלעדיגט מ׳זאל די קאר אריינשלעפן צו זיין שאפ און געארבעט אויף דעם אפאר שעה ביז זיי האבן עס פאראכטן, זיי האבן אים געאפפערט א בעט צו שלאפן און פירות און וואסער צו טרינקן, דער איד האט געמיינט אז ער דארף זיי באצאלן פאר די ארבעט, און דעס איז דאך זייער פאך פון ווי זיי מאכן פרנסה, אבער זיי האבן בשום פנים ואופן נישט געוואלט נעמען קיין געלט דערפאר, זיי האבן געזאגט די ווערטער ״מיר זענען גענוג שולדיג פאר די אידן!״
מיינע ברילן האבן זיך צובראכן ווען איך בין דארט געוועהן מיט אפאר יאהר צוריק, איך בין אריין אין א ברילן געשעפט, און איך האב אים געזאגט אז איך בין דא אויף וואקציע און אן ברילן בין איך ממש בלינד, ער האט פראבירט עס צו פארעכטן אבער ער האט נישט געקענט האט ער מיר געזאגט אז ער האא זייער א ענדליכע פרעים וואס איך האב געהאט און ער קען עס מיר יעצט ארויפלייגן אויפן פלאץ, האב איך אים געפרעגט וויפל איז דער פרעים האט מיר געזאגט מיט א שמייכל פאר דיר א אידישע טוריסט פון אמעריקא? בחנם! ער האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון מיר!
יעצט וואס זאגט ר׳ טובי ?
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 5:01 pm
דורך petergrifin
@שבת אחים הער שנעל אויף ווייל באלד גייט די עולם אהין לויפן כאפען בחנם'דיגע גלעזער[emoji14]
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 5:04 pm
דורך אחד העם
[tag]שבת אחים[/tag]
כקען יעצט נישט מגיב זיין באריכות.
אבער דו זאגסט עפעס. כמאך נישט אוועק.
ניין איך האלט נישט יעדער וואס ליינט מיין קאמפף איז א נאצי, ווייל אויב יא בין איך צוויי מאל א נאצי, ווייל כהאב עס געליינט צוויי מאל...
מען קען דן זיין אויף דיינע ווערטער.
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 3:59 pm
דורך ונבנתה העיר
די בארימטע פעטאן
פילם איז געווען פון פרעזידענט ניקסאנ'ס פעיוואריטס, וואס האט געברענגט דעם כינעזער פרעימיער עס צו קוקן פאר ניקסאנ'ס היסטארישער
באזוך אין 1972.
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:02 am
דורך petergrifin
@ונבנתה העיר thanks for the
link 
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:22 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: איבער דיין נקודה אז ווייניג מענטשן נוצן דייטשע קארס, וויליך דיך בעטן אז דו זאלסט ארויסגיין אין די גאסן פון די היימישע געגנטן ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק, 'עסטו זעהן אז אונזער היימישער עולם מאכט זיך זייער שטארק באקוועם אין די דייטשע געליעסטע קארס, ווי בי.עמ.דאבל-יו, מערסעידעס און אאודי.און מ'טראכט גארנישט אריין אז די בעלי בתים פון די פעקטאריס, אדער זייערע עלערן און זיידעס האבן צו געהאלפן צו הרג'נען אונזערע זיידעס און באבעס...און היינט שטעלן זיי אן דעם שמייכלדיגן פנים...!
וואס זענען די היינטיגע דייטשען שולדיג אז זייערע זיידעס זענען געוועהן פארוקט? איך בין געוועהן אין דייטשלאנד אפאר מאל זיי האבן אסאך רעספעקט פאר אידן און פילן זיך שטארק פארשעמט וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן. אפשר זאלן די אמעריקאנע פילן שולדיג פאר די שווארצע, מעקסיקענס, און נעטיוו אמעריקענס וואס זיי האבן אויסגעהארגט? אסאך מעהר ווי אידן. וויפל דורות דארפן די דייטשען יעצט ליידן דערפאר?
שבת אחים: זייער גוט אז דו ביסט א טייערע און גאלדענע נשמה און דו האסט א ליבעראל, אבער נאאיוו הארץ. די דייטשן. דאס פארשאלטענע פאלק. די קינדער פון עמלק זענען אייביג געווען גרויסע מומחים אין זיין אחד בפה ואחד בלב. דו-פרצופי, מזויף, און פאלש. זיי האבן אייביג ארויסגעוויזן דעם שמייכלדיגן פנים צו די אידן. אבער אין הארץ האבן זיי פיינט געהאט די אידן. דו האסט אמאל שוין געזעהן קליפס פון די ראלליס וואס היטלער ימח שמו וזכרו האט אפגעהאלטן. און די הונדערטער טויזנטער דייטשע גויים וועלכע האבן געשריגן הייל היטלער, און זיעג הייל. און דורכאויס די נאצי תקופה פון 1936 אנגעהויבן האט די דייטשע באפעלקערונג געוויסט וואס די נאציס טוען צו די יודן, און ס'האט זיך קיינער נישט אויפגעשטעלט צו פראטעסטירן. אפילו די אזוי-גערופענע גוטע דייטשן. איך בין שוין געבוירן נאך דעם האלאקאוסט. אבער ס'ליגט מיר אין די ביינער און אין מיין נשמה די גרויזאמע פייניגונגען וואס דאס גאנצע דייטשע פאלק האט אדורכגעפיהרט אויף די אידן. ווייל איך האב זייער א סאך געליינט איבער דעם. און אויך געהערט ערשטהאנטיג פון די סוירווייווערס. נאך א זאך. וואו איז דא די גרעסטע ראלליס פון די אנטי-איזראעל גרופס איבער גאנץ אייראפע...?! פארשטייצעך אין דייטשלאנד...!
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:54 pm
דורך סמבטיון
איך האב געליינט אז ווען די דייטשן ימ"ש האבן געהייסן די יודן גראבן זייער אייגענע קבר האבן זיי אויך געהאט א העפליכע פנים און נישט פארגעסן צו זאגן ביטע שען פאנג אן צו גראבן ...
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 10:15 am
דורך טאמבל סאס
כהאב מיך שטענדיג געוואונדערט פארוואס מ'געפונט מפרשים כמה פעמים פארענדיגען זייער אפיניען איבער א נושא מיט כנ"ל. אוודאי קוקט דיך אויס אזוי. כהאב מיך נאר יעצט געכאפט, די דגוש איז אויפ'ן 'לי' - מיר קוקט אזוי אויס. אולם כ'רעספעקט א צווייטן צו האבען אן אנדער מיינונג.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 01, 2016 9:37 pm
דורך הוגה
[justify]האט איר געוואוסט אז קאווע שטיבל שטייט שוין זייט לכה"פ 1969? דאס איז לאנג פאר עני אנדערע וועבזייטל. גיבט א קוק אין די בייגעלייגטע בילד (פון זייט 4 אין העמק דבר). [tag]שמעקעדיג[/tag], דו ביזט שוין געווען אקטיוו דא אין יארע ניין און זעכציג?
.[/justify]
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:30 pm
דורך שמעון וואלף
טעקס רעטורן פון פרעזידענט און ווייס פרעזידענט ווערן אודיטעט יעדעס יאר
[left]4.8.4.2.5 (03-12-2015)
Audit of President and Vice President
The individual tax returns for the President and the Vice President are subject to mandatory review and will be closed directly to the "employee audit reviewer" in Baltimore Technical Services. See IRM 4.2.1.11 (8). The “Other” box in the “Forward to Technical Services” section of Form 3198 must be checked and the examiner should notate “President (or Vice President) Examination; Forward to Baltimore Technical Services.” The examining area will notify the group manager for the Baltimore Technical Services when the return is being shipped. Baltimore Technical Services will provide advance notice to Memphis Centralized Case Processing (CCP), "Miscellaneous Group" , when the return is being closed.
The location of the returns of the President and Vice President will be monitored at all times throughout the examination process.
The returns should be kept in an orange folder at all times.
The returns should not be exposed to viewing by other employees.
The returns should be locked in a secure drawer or cabinet when the examiner is away from the work area[/left].
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:32 am
דורך געוואלדיג
אז מענטשן קענען ספאטנטאן ווערן אנצינדן און ווערן פאברענט פון זיך אליין אן קיין שום פעולה פון אנצינדן א פייער
https://en.wikipedia.org/wiki/Spontaneo ... combustionאדער נישט
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:43 am
דורך טאמבל סאס
"Current scientific consensus is that most, and conjectures perhaps all, cases of SHC involve overlooked external sources of ignition."
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 11:50 am
דורך געוואלדיג
פארדעם האב איך צוגעענדיגט אז אפשר נישט
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:48 pm
דורך איך אויך
דאס איז ווי זאגן געוואלדיג האט געשאסן פרעזידענט קענעדי.
אדער נישט.
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 12:49 pm
דורך געוואלדיג
די אדער נישט, איז ווייל עס איז נאך אלעס נישט קלאר אויף 100% צו עס איז טאקע דא אזא זאך אדער נישט, ופשוט הוא.