בלאט 28 פון 66
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 2:58 am
דורך געפילטע פיש
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דער קיווע שלעפט זיך ארום מיט א גל-פז בעג וואו ער גייט און וואו ער שטייט.. קוקט אויס אז דאס איז א חרידישע פעטיש.
ס'איז א סטייל אין ארץ ישראל, כ'געדענק אז אין ישיבה האבן אלע בחורים זיך געדרייט מיט גל פז זעקלעך, די תפילין בייטל פיט אריין פונקטליך, ווי געמאסטן. און דאס איז די גאונות פון דעם שאו, זיי האבן ארויס אונזערע קלענסטע פרטים!
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:00 am
דורך געפילטע פיש
סביב העולם האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.
די שאלה איז נאר פארוואס געט עם שלום די צעטיל צי האלטן?
כ'מיין אז ער וויל מיט דעם ווייזן פאר גמח"ים אז ער איז א נגידישע איד, און האט געלט אויף צוריק צו באצאלן. אבער ווען דער הערשי רופט עם אז ער מוז האבן די געלט אויף מארגן האט ער נישט קיין ברירה און גייט חתמנ'ן די צעטל פאר זיין ברודער.
בד"וו, דער הערשי'ס אידיש סאונדט גאנץ היימיש, איז ער משלנו?
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:03 am
דורך יואליש
ס'קען זיין א וואויסאווער.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:06 am
דורך געפילטע פיש
ראוונע האט געשריבן:
וואס איז פשט פון די מאדנע צעטל וואס שולעם וויל אז נוחעם זאל אונטערשרייבען?
זעט מיר אויס ווי פשוט, שלום האלט אז באמת קומט זיך עם די ירושה, די פרק הויבט זיך טאקע אן מיט א שטיקל פון א פריערדיגע עפיזאד ווי שלום פראבירט משכנע זיין זיין מאמע אז ער איז די בעסערע זון און נחום איז נישט געקומען צו איר יארן לאנג. און ער וויל זיין ברודער זאל עם מודה זיין אז ער איז די מער איבערגעגעבענע זון, די דירה מאכט עם נישט אויס, ער וויל אבער די רעקאגנישען.
ראוונע האט געשריבן: שולעם הערט גששות אין די גאנצע חדר האלט מיט
פאר די וואס פארשטייען עברית, העטס זיי אויס, אסאך פון איזראעלי קולטור און סלענג קומט פון זיי. אן אינטערעסאנטע זשאנער פון היומאר.
https://soundcloud.com/buna76/apaagenyrnrq/setshttps://soundcloud.com/liront231/s3fr9ywetgis/setshttp://www.wonder-tree.com/uni-humor45.htmhttp://www.baba-mail.co.il/content.aspx?emailid=35713http://redmp3.cc/17670168/hgshsh-hkhyvv ... khv-l.htmlhttps://soundcloud.com/liront231
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:08 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:ס'קען זיין א וואויסאווער.
נישט משנה, דער וואס רעדט סאונדט ווי א היימישער.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:41 am
דורך קינד_אן_קייט
סביב העולם האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.
ער וויל ניצען די מודעות פאר׳ן מנדב זיין די ספר תורה אלץ אדווערטייזינג פאר׳ן נייעם ״נוחעם טורס״ געשעפט.
ער זאגט בפירוש פאר׳ן פאנדרעיזער אז ס׳מוז שטיין ״נוחעם טורס״ און ליבי זאגט פאר קיווע אז סוף וואך וועלן קונדן אנהייבן קומען ווייל איר טאטע האט איר געזאגט אז ״ס׳גייט זיין מודעות אין די צייטונגען״.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 11:40 am
דורך סמבטיון
איך מיין, אז די פשט פון שלום'ס צוריק געבן די צעטל פאר נחום, איז אז ער זאל האבן אביסעל יסורי מצפון, אויף וואס ער איז קיינמאל נישט געקומען באזיכן די מאמע, ווי געזאגט, איך וועל די העלפן ווייל די ביזט מיין ברידער, און איך וועל דיר שאפן ס'געלט, אבער זאלסט אייביג געדענקען וואספארא חיה די ביזט אלע יאהרן געוועהן, געזיצן אין בלגיה און געמאכט געשעפטן און נישט געקומען באזיכן די אלטע מאמע פאר 15 יאהר.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 9:10 pm
דורך קאצקע ציקער
וכדומה.. האט געשריבן:מזיזים יבשות בשבילך...
איך האלט אז די לעצטע סצענע ווי נוחעם פארחלומ'ט זיך אויף דעם ניגון קלאפט נישט מיט זיין קערעקטער, ער איז דער דאון-טו-אירט מענטש/ביזנעסמאן וואס געפילן קימערן אים נישט קיין סאך.
זיי ווילן ווייזן אז אפילו נחום איז אזא שטערקער מענטש וואס ס'קיקט אויס ווי געפילן גייען עם קנאפ אן, דאך איז ער נאר א מענטש. און עפעס געפילן האט ער יא
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 9:12 pm
דורך קאצקע ציקער
און איך טראכט יעצט אז אוודאי האט עס מיט זיין קארעקטער אלץ א געזינטער פאפער , אז אפילו ער האט געזאגט פאר ליבי אז מער הערט ער מער נישט דעם געזאנג , הער ער עס מיט א פעסטקייט
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
זיי האבן אויסגעמאלן נחום (אדער נוחעם) אלץ עימיצער וואס זיין ברודער שלום האלט אז ער קען געבן א גמ״ח פאר גאנץ מאה שערים ווען באמת איז ער טיף אנגעזעצט,
זאגט צו ספרי תורה און פארלאנגט בפה מלא מודעות אין די צייטונגען ווען באמת האט ער ניטאמאל די געלט דערצו,
15 יאר נישט באזוכט די מאמע, אבער ווען ער הערט אז די מאמע איז קראנק קומט ער צו לויפן ווען אין זיין קאפ טראכט ער פון ירושה,
האט ארויס דערווישט דעם מאמעס דירה ווען זי האט שוין נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט איר, ס׳וואלט זיך באמת געקומען פארן עלטערן ברודער וואס האט אלע יארן אזוי געטריי באדינט דעם מאמען,
ווייסט אז ארויס צו דערווישן געלט פון גמ״ח דארף ער אנקומען אינמיטן דער נאכט מיט בובעלע און לחיים,
פאר אים וועט דער גמ״ח שוין נישט בארגן משום מעשה שהיה,
אז מ׳טראכט אריין איז דאס ממש אויפן האר דאס בילד פון אסאך פון אונזערע היימישע גבירים וואס גייען ארום אנזעצן דעם עולם.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 10:29 pm
דורך ברוך בער
וואס איז דאס בובאלע? נישט געהערט דערפון.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 10:39 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'איז עפעס אזא מין מאכל וואס די טשאלמעס עסן
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:18 pm
דורך זוכער
וואס באדייט וואס קיווע צעשנייד די מאלעריי פון זיין חתונה בריוול וואס ליבי האט געבעטן, און צינד נאך דירעקט אן די מצלמות אז נוחעם זאל עס זעהן?
עס מאכט פשוט נישט קיין פשט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:31 pm
דורך רימון
ער צינד אן הארט פאר'ן ארויסגיין, די קאמעראס זאלן דינען איר צוועק, אפהיטן די אפיס אין די נאכט שטונדן.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:46 pm
דורך קאמפיאטער
רימון האט געשריבן:ער צינד אן הארט פאר'ן ארויסגיין, די קאמעראס זאלן דינען איר צוועק, אפהיטן די אפיס אין די נאכט שטונדן.
איך מיין ער צינד עס אן ספעשעל ביים צירייסען זיין מאלעריי, ער קיקט אזוי אויפן קעמרע ווי צי ווייזען פאר נוחעם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:09 pm
דורך פארצווייפלטער
סמבטיון האט געשריבן:ווי גוט נחום זאל נאר נישט זיין, קען ער נישט באהאלטן זיין פרענקישע נאז, בדרך אגב, אויב כהאב נישט קיין טעות פלעגט ער עקטן ביי גרובייס, דאכצעך ביי הדוב המרקד איז נחום די פריץ.
יענער איז אברהם סלקטר
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%98%D7%A8
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 3:01 pm
דורך יואליש
זוכער האט געשריבן:וואס באדייט וואס קיווע צעשנייד די מאלעריי פון זיין חתונה בריוול וואס ליבי האט געבעטן, און צינד נאך דירעקט אן די מצלמות אז נוחעם זאל עס זעהן?
עס מאכט פשוט נישט קיין פשט?
די שאלה איז צו ער shred די שידוך אדער זיין טאלאנט. איך האב געזעהן defiance אין די סצענע. די וועג וויאזוי ער פארנויגט זיך, ווי א פערפארמער אויפן סטעעדזש, שמעקט אלס foreshadowing אז עקיבא גיבט נישט אויף זיין דראנג צו זיין קריעטיוו זייט, אפשר גאר צו רייזן קיין ניו יארק און באקומען אנערקענונג. די ענדע ווי נחום פאלט אריין אין א דביקות מיט זיין באליבטע סימפאניע איז א device צו אהיימדרייווען די theme: מ'קען פרובירן צו דערשטיקען אן אינערליכע דראנג, אבער מ'קען עס נישט גענצליך פארלעשן. און ווי א העראאין עדיקט, לעבט מען מיטן סטראגעל פאר אייביג, אלעמאל איין טריט אוועק פון צוריקפאלן. עקיבא'ס סטראגעל גייט פארבלייבן אין זיין די ען עי עד יום מותו, אדער גייט ער נאכגיין זיין שאיפה.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:29 pm
דורך שמערל
איך זעה דערין אזא רעבעליעס אקט. ליבי וויל ער זאל מאלן אבער נישט זיין קיין מעלער, מאכן עמבלעמ'ס אויף חתונה בריוולך, נוי סוכה וכו'. פאר קיבע איז אזא לעבן נאך ערגער ווי נישט מאלן בכלל, דערפאר צומאלט ער עס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:33 pm
דורך יואליש
א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.
און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.
דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:34 pm
דורך יואליש
שמערל האט געשריבן:איך זעה דערין אזא רעבעליעס אקט. ליבי וויל ער זאל מאלן אבער נישט זיין קיין מעלער, מאכן עמבלעמ'ס אויף חתונה בריוולך, נוי סוכה וכו'. פאר קיבע איז אזא לעבן נאך ערגער ווי נישט מאלן בכלל, דערפאר צומאלט ער עס.
זייער א שיינע און טיפע נקודה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:19 pm
דורך דענקער
כשמערל, האב איך געזען דערין ווי איינער זאגט: דו ווילסט כ'זאל אויפהערן מאלן לחלוטין. אבער ווען דו ברויכסט דעם גנב, נעמסטו אים אראפ פון די תליה. בלא! אז כ'על נישט מאלן, על'ך נישט מאלן אפילו ווען ס'קומט דיר אויס גוט אויך נישט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:23 pm
דורך פרייוויליג
יואליש האט געשריבן:א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.
און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.
דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.
איך ווייס נישט פארוואס איך האב עס אנגעקוקט ווי שלאבעריש, אז קיווע האט געמיינט אז עס איז אנגעצינדען און האט געמיינט אז ער לעשט עס אויס, ביזדערווייל האט ער עס אנגעצונדען. צוליב דעם מאכט ער פאקסן צום קעמערע ווייל נוחעם זעט דאך סייווי נישט..
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:23 pm
דורך יואליש
דענקער, דו ברענגט ארויס א רוגזה'דיגע און פערזענליכע קאמפ צווישן עקיבא און ליבי. כמיין אז שמערל ברענגט ארויס אן ארטיסט'ס הארץ, די דילעמע איז מיט זיך אליין: ס'איז נישט ווערט צו מאלן געצוימטערהייט. ס'איז אפי' גרינגער בכלל נישט צו מאלן.
זעה: My Name is Asher Lev ביי חיים פאטאק.