בלאט 28 פון 43
נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 11:49 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך האב פארשטאנען דיין תשובה און יורד געווען לסוף דעתך. ממילא ביניך געקומען צו די מסקנא אז דיין תשובה איז געווען סארקאסטיש און לקנטר. אזוי ווי די שאלה...!
נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 2:58 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך האב פארשטאנען דיין תשובה און יורד געווען לסוף דעתך. ממילא ביניך געקומען צו די מסקנא אז דיין תשובה איז געווען סארקאסטיש און לקנטר. אזוי ווי די שאלה...!
אזוי ווי די שאלה און אזוי ווי די גאנצע אינטערנעט מערכה וואס איז לקנטר און מ'קען עס נאר פארדייען מיט סארקאסטישע עסצייג...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:44 am
דורך שמעון וואלף
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:46 am
דורך ליפא
נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 3:48 pm
דורך ליפא
רבנים האבן לשם אינטערטעינמענט...
א זילבערנע שטעקן.
א קאר מיט טינטעט פענסטערס.
אן אומזיסטיגער הויז בחור.
א היימישער קאפעליע.
א קוה האר טלית באטעל.
א הויעכער לעדערנעם בענקל.
א אייביגער שירעם האלטער.
א בענקל אריינשטיפער.
א פרייוואטער מקוה.
א דרייווער ביז צום טיר.
א זילבערנע זופ טעלער.
א ווארימע פעלץ.
א פרייוואטער נייעס איבערגעבער.
א געטריייע שלעגער.
א אנגעגרייטע מקום קבורה.
א עסקארט צום עירפארט.
א שטארקע רענצל שלעפער.
א פרייוואטע בית כסא ביי מזרח.
א ווייץ קלויבער.
א מאסט קוועטשער.
א באנדע קלאטשערס.
א ברייטע דירה אין נוי העמפשיר.
א קופקע שווענץ.
א גרופע פאפאראצי.
א תמימותדיגער עושר.
א באצאלטע וועקעשין אין פאלם ספרינגס.
א נטילת ידים האנטוך האלטער.
א הערליכע ווילע אין פלארידא.
א גרויסע סטאדע בהמות גרייט פאר אלע זייערע אינטערטעמענט געברויכן.
איך האב נישט קיין איינע פון די אינטערטעינמענט'ס.
איין איינציגע זאך וואס איך האב זיך ערלויבט פאר מיין אינטערטעמענט איז מיין סמארטפאון.
שמור לי ואשמור לך. איך לאז אייך האבן די אלע זאכן פאר אינטערטעמענט *שלא לצורך פרנסה*.
זייט נישט אזוי סעלפיש האקט נישט אויף מיין קליינע אינטערטעמענט כלי.
נ.ב. איך צאל *אליין* פאר מיין אינטערטעמענט כלי.
Cp
(לע''נ האשה החשובה הרוצה בעילום שמה)
נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
דער פראבלעם איז, אז די איין קליינע סמארט כלי טוט באדראען און קען גורם זיין צו אונטערברענגען די אלע אינטערטעינמענט וואס די רבנים האבן....
ווי האט המן געוויינט צו מרדכי.... די איין קליינע קמיצה'לע האט חרוב געמאכט אלע מיינע גרויסארטיגע פלענער....
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א ביים דרשת שבת הגדול בנוגע די שומרים קארטלעך:
איך ווייס נישט וועלכע רבנים שטייען אונטער דעם
דארט שטייט שפראך וואס מען טאר נישט רעדן קעגן קיין שום איד! און זיכער נישט קינדער פאר עלטערן!!
און אלע דורות האט מען געוויסט אז עלטערן זענען מחנך קינדער! און קינדער זענען מחנך זייערע קינדער!! נישט פארקערט!!!
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 9:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז מ'דארף אן אשכול וועגן די מערכה קעגן שומרים קארטלעך.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 10:02 pm
דורך אייער שפייז
הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א ביים דרשת שבת הגדול קעגן די שומרים קארטלעך ולמיניהם:
איך ווייס נישט וועלכע רבנים שטייען אונטער דעם
דארט שטייט שפראך וואס מען טאר נישט רעדן קעגן קיין שום איד! און זיכער נישט קינדער פאר עלטערן!!
און אלע דורות האט מען געוויסט אז עלטערן זענען מחנך קינדער! און קינדער זענען מחנך זייערע קינדער!! נישט פארקערט!!!
@shomrim1
Sent from my LGLS450 using Tapatalk
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 10:25 pm
דורך פליקער
די וואך שבת הגדול אונעם גרויסן שיל פונעם ארוינישען פראקציע פון סאטמער, איז די וויליאמסבורג סאטמער רב אויסגעקומען גאר שארף קעגען די שומרים קארטלעך, און מיר טון אים גאר שטארק גראטעלירן פאר זיין בראווקייט, און די צייט ווען יעדער רב וויל איבערשטייגען דעם צווייטען מיט חומרת און שיגעון, דאך האט א איין פונטעלע נארמאלקייט אדורך געשטאכען די מויערן פון די בייזע ווינטען, און כאטש פאר א רב איז נישט קיל זיך צי שטעלן אין וועג פון א מערכה, אפגעזען וואס עס איז, און ווערן פליצלינג פארשווינדען אין מייזען לעכער, מיט פארשידענע לעכערליכע תירוצים, אז איך בין נישט די טיפ צי רעדען, איך וויל נישט ארויסשטיין, איך מיש זיך נישט. דאך האט איין רב זיך ארויסגעשטעלט מיטן לא תגורי מפני איש, און געהאקט אין טיש דאס וואס יעדע נארמאלע בר דעת האט געזען, דאס וואס יעדער איינער וואס וויל מחנך זיין א קינד האט געזען, דעם גרויסן חרבן וואס די שומרים קארטלעך האט אנגעמאכט, די בנין נערים סתירה, די ערלויבטע חוצפה וואס אינגע זענען געשפרינגען קעגען עלטערע, האט איין רב זיך ארויסגעשטעלט דערקעגען, ער איז ארויס בחרב וחנית, בצחת לשונו אז חינוך איז אלע מאל געווען די עלטערע וואס האבן איבער געגעבן דעם די מסורה צים אינגערען דור.
אויך האט דער רב ארויסגעברענגט די שרעקליכע לשונות של ניוול מיט וואס די אנשי שומרים קרטתינו באניצען זיך, די שרעקליכע לשונות וואס מען באניצט זיך נישט אויף קיין שום בריאה, אפילו אויף די וואס זענען נאר מלאים מצוות כרימון, אוודאי נישט קעגען אנשים חשיבים וואס זייער חטא איז אז זייער דור אין וואס זיי לעבען ברויכן זיי ניצען סמארט פאון'ס, ווי איז דאס געהערט געווארן זיי מכנה שם לחבירו זיין ללא דבר, דאס איז חוצפה שאין דגמתם, אזא התנהגות ברענגט נאר דאס ערגסטע, און קיין מאל קיין שום גיט'ס נאך נישט ארויס געקומען.
זאל דער באשעפער עפענען די אויגן פון אינזערע מנהיגים, זאלן זייערע אויגען און הערצער געעפענט ווערן פאר זייערע געמיינדע'ס, און זאלן אפהאלטן די לא ילבין פני חבירו'ס ברבים, און פארמיידען די אידיש בליט וואס ווערט פארשאסן דורך די שומרים שקצים.
ותפילה להשם אז די זאלוינישע פראקציע זאל נישט ווערן געצויגען דורך זייערע אינסטינקטן און ארויס פאר די שומרים קארטלעך, און זיי זאלן מקבל זיין די אמת ממי שאמרו, נישט קיין חילוק צי זיי ברויכען מנגד זיין סיי וואס דער רב זאגט, זאלן זיי חלילה נישט מרבה זיין בזיונות און נישט צוהעלפען חרוב מאכן דאס דור בלויז ווייל דער צד איז זיי פארלאפן דאס וועג, און מיר אפעלירן צים צד זלוינים און צי יעדע רב שיש לו מוח בקדקדו, אז זיי זאלן זיך פאראייניגען קעגען פרצת הדור, און ארויסקומען קעגען די אזוי געריפענע שומרים קארטלעך און אלע וואס שטייען דערינטער, אז זיי זענען שקצים ואין להם חלק ונחלה עמנו.
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 10:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווארשיינדליך ביסטו א זאלוני און דו ווילסט אויך נהנה זיין פון די אהרוני בענעפיטען.
ערנסט גערעדט, ס׳מאכט נישט צופיהל אויס טאמער די זאלעוואציעס שטעלען זיך צו צו נישט. טאמער זיי שטיצען עס יעצט, וועט עס זיין ווי אריזאנא ביינער אין בית שמש, א זאך וואס קיינער גלויבט נישט און קיינער גייט עס נישט אן. ס׳וועט בלייבען דער טינקעלע צד און דער אלגעמיינע גאס וועט עס אפשפייען.
איי, די זאלוניס גופא וועלען נאכאלס ליידען? נו ווער האט דיר געבעטען זיין א זאלוני? האסט דאך א ברירה היינט ארויסצוגייען. וועסט דאך נישט וויסן קיין חילוק, גלייב מיר. דערזעלבעיענטעאנדערשפארשטעלט.
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי אריזאנא ביינער אין בית שמש
למעשה ביסטו נישט גערעכט, אלס ליטוואק קענסטו נישט ריכטיג פארשטיין צו חסידישע יענטעס...
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 12:14 am
דורך אישתישבי
מסתבר איז אז די זאלונים וועלען ארויס פאר די שומרים קארטלעך יעצט, אבער זיי וועלען עס מאכען בעסער.
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 1:07 am
דורך גליקלעך
דא האט איר אויסצוגן פון די דרשה, לויט ווי עס איז ארום געפארן.
הגה"צ רבי מענדל טייטלבוים שליט"א ביי שבת הגדול. א. איינער וואס האט א סמארטפאון און עס איז נאר לצורך פרנסה מיט א גוטע פילטער, איז חשובער פון איינעם מיט א פליפ פאון.
ב. א סמארטפאון האט נישט וואס צו זיכן אין א בית המדרש.
ג. די קארטלעך וואס מ'טיילט, קודם כל דאס האט דאך אפילו נישט קיין רבנים וואס שטייען בראש און זאגן מיר שטיצן דאס, ווען יא וואלט איך זיי געפרעגט אויף די לשונות וואס מ'איז מחנך די קינדער צו ניצן. זייט ווען לערנט מען דאס אויס פאר קינדער?? שנית אין די אידישע מסורה איז שאל אביך ויגדך- א טאטע איז מחנך א קינד. דאס איז קינדער זאלן מחנך זיין עלטערן איז קלאר היפך פון מסורה.
ד. דאס וואס עלטערן ווייזן פאר קינדער קליפס אויף זייער טעלעפאון הרג'נען זיי בידיים זייערע קינדער. ווי אזוי קענסטו בעטן דעם מנהל אז ער זאל אריינלייגן חסידישקייט אדער ווארעמקייט אין דיינע קינדער ווען דו ווייזט זיי קליפס פון די וואלן למשל וואס איז קלאר דא אן איסור פון צניעות וכדומה.
אזוי אויך האט ר' ישראל הרגער אב''ד וישניץ מאנסי אויך ארויסגעקומען קעגן די שומרים קארטלעך (פערצופאל?), דא האט איר אויסצוגן לויט ווי עס איז ארום געפארן.
הרב ר' ישראל האגער אב״ד ויזשניץ מאנסי ביים שבת הגדול דרשה קעגן די שומרים קארטלעך למינהם:די קארדלעך קוקן אפשר אויס פאר געוויסע ווי אגוטע זאך אבער למעשה זענען זיי יוצא שכרם בהפסידם.
סאיז דא זייער אסאך יונגעלייט וואס נוצען די כלים בהיתר ובהכשר לאט דעת תורה און די סארא קארטלעך מאכן נישט קיין חילוק צווישן זי מיט אנדערע.
דאס קען חלילה ברעיינגען אז די יוגנט וואס וואקסט אונטער וועט אויך נישט מאכן קיין חילוקים, ותוצאותיה מי ישורון.
אזא סארט מערכה, (און בכלל, יעדע סארט ליין מאטריאל וואס פארקויפט א געוויסע השקפה פאר אונזערע קינדער) מיז זיין געפירט נאר דורעך גדולי תורה וואס שטעלן ארויס זייער נעמען, און דורך מחנכים מוסמכים צו דעם עניין על ידי די רבנים שליט״א.
#פאראייביגן.
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:39 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 5:43 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: ס'איז א גוטער צושטעל. אפשר א גוטע מליצה. אבער נישט דאס מיינט די משנה אין מס' אבות...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:34 pm
דורך שמעקעדיג
דער דאזיגער צעטל וואס איך האב ערהאלטן פון איינעם אין אישי, האט לעצטע וואך געהאנגען אין מערערע שולן.
די הארץ וואקסט פון פרייד צו ליינען ווי דער עולם ווערט קאלט צו די וואנזיניגע מערכה, עשירים געבן נישט די געלטער עס צו שטיצן, אנדערע פליקן אראפ די צעטלעך פון די ווענט (אפשר איז עס [tag]פליקער[/tag]?), און די צייטונגען ווערן צעביסלעך סיק ענד טייערד פון די נארישע פראפעגאנדע, וכו' וכו'.
על אלה.jpg
נישט צום גלייבן ווי עס שעמען זיך נישט אפאר בני בליעל, נידערטרעכטיגע עקסטרעמיסטן, וואס פירן שטילערהייט אנאנים א מיאוס'ע שאנדפולע מערכה, מיט אלע סארטן בעבישע בילדער פון שלענג און סוער לעכער, מענטשן וואס זייער קאפ איז א פערד מיט שרעקעדיגע אויגן און שארפע ציין, און נאך מאדנע צעדרייטע בילדער מיט זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, צב"ש א טאטע וואס לאזט די קינדער זיך דערטרונקען אדער צעשניידן מיט א מעסער און טרינקען איזי-אףף בשעת דאס קינד שרייעט פאר הילף, ווייל ער איז כלומר'שט צו ביזי מיט זיין סמארטפאון.... די צעטלעך האבן קינדער און בחורים געזען, מען האט פארשעמט טאטעס און זיידעס בפומבי, זיי געמאכט צו שאנד און צו שפאט! און דא קומען זיי וויינען קאזאק הנגזל אז דער עולם וויל נישט מיטארבעטן מיט זייערע משוגעת'ן נעבעך!!
איר האפט אויף א נחמו נחמו עמי?? סארי, איר וועט עס נישט זוכה זיין צו זעהן. אבער מיר זעהען שוין יא א נחמו נחמו עמי.
כה לחי, נאר אזוי!עס ליגט א הייליגע פליכט אויף יעדן ערליכן איד טאקע ווייטער ממשיך צו זיין מיט די דרכים, אראפפליקן די צעטלעך, און זיי ח"ו נישט שטיצן, באשייגעצן די שומרים קארטלעך טיילערס, און טון אלעס וואס מעגליך אפצוהאלטן די שמוציגע חברה אויסצופירן זייערע נידערטרעכטיגע פלענער, און די רבנים זאלן טאקע רעדן דערפון ביי די שבת שובה דרשות, און דאס וועט זיכער מקרב זיין משיח צדקנו, ווען עס וועט מקויים ווערן דער "והשיב לב בנים על אבותם", און עס וועט מקויים ווערן בשלימות
נחמו נחמו עמי!!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:17 pm
דורך איש את רעהו
[tag]שמעקעדיג[/tag] די איזי אףף פיקטשער וכדו' האב איך מיטגעהאלטן לייוו
ווען א זיידע איז געזעסן אין קאנטרי מיט א סמארטפאון "אומגעפילטערט" און געשפילט א לענגערע צייט מיט זיין אייניקל, אריינגעבנדיג א חינוך צו שפילן געימס אויף אומגעפילטערטע אינטערנעט.
צו מחטיא זיין צעירי צאן איז וואס אויב נישט א איזי פעסס פאר אףף די דרך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: אויב אזוי דארפסטו תשובה טון. אז מ'האט מן השמיים צוגעפיהרט אז דו זאלסט צו זעהן וויאזוי א איד איז עובר אזא הארבע עבירה. נאכדערצו א חוטא ומחטיא. מסתמא האסטו פוגם געווען. און דו דארפסט שטארק תשובה צו טון. אנישט וועסטו האבן א פנים ווי הרהגה"צ ר' אבא חייא טויבער שליט"ע וועלכער פרעדיגט א יעדע וואך זיינע שטותים און בויך גרימענישן אין מאמענט...!
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די מעשה איז געווען שבת? וואס פאר אן עבירה האבען זיי געטוהן? פארוואס זאל א קינד נישט שפילען? מסתמא בעסער אז ער זאל שפילען מיט א באלל, אבער אן עבירה איז עס נאך נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:03 pm
דורך איש את רעהו
@בעלעגאלע
אפשר וועלמיר דארפן פון דא ארויסיינען, לשמחת לב בעל עגלה וחבורתו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די מעשה איז געווען שבת? וואס פאר אן עבירה האבען זיי געטוהן? פארוואס זאל א קינד נישט שפילען?
מסתמא בעסער אז ער זאל שפילען מיט א באלל, אבער אן עבירה איז עס נאך נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איר פרעגט גאר הארבע פראגע'ס, אבער א טאטע וואס איז מדריך קינדער לתורה זאל זיין אזוי תמימות'דיג און נישט וויסן ווי אויפן פלאנעט ער געפינט זיך, זענען די צו-ווילדעוועטע קארטלעך א.ד.ג. שוין נישט אזוי אףף.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: דו מאכסט מיך גאר שטארק שמייכלען. ביי מיר האטציך אייביג אריינגעגנב'עט א חשד אז דו ביסט א חסיד פון די שומרים קארטלעך. יעצט איז עס ב"ה ארויסגעקומען ...יצא המרצע מן השק...! בכל אופן. אנא. איך בעט דיך סיין נישט ארויס,. סטראשען קענסטו געזונטערהייט. אבער טו עס נישט בפועל (בע-פעיעל)...דו ברענגסט גרויס תענוג רוחני מיט דיינע מאמרים. ספעציעל פאר מיר...יישר כח...!