בלאט 28 פון 179

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:55 am
דורך סאשי פיש
אן ערל האט באקומען א דז'אב אין א אידישער קאך.
ווען די משגיח איז אריינגעקומען מאכן זיכער אז אלס קלאפט ריפט זיך אן דער ערל
דאונט ווארי באסס איי נא..... די בלויע מילעך פאר מילעכיג, אין די רויטע , פאר פליישיג...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:51 am
דורך טשולענט
א יונגערמאן הייבט אויף די הענט צום הימל און זאגט, רבונו של עולם איך זאג דיר צו אז אויב געבסטו מיר צוויי מיליאן טאלער זעץ איך מיר אריין אין ביהמ"ד לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה.

ענטפערט איהם דער רבונו של עולם: איך האב יונגעלייט וואס טוהען מיר עס פאר צוויי-דריי הונדערט דאלער א חודש.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 10:31 pm
דורך טשולענט
מ'האט געליינט די וואך אין די פרשה ווי דער רבונו של עולם זאגט פאר אברהם אבינו קח את בנך, האט ער געפרעגט וועלכע, את יחידך, ביידע זענען יחידים, און אזוי ווייטער ביז ער האט איהם קלאר געזאגט יצחק'ן.

שטעלט אייך פאר ווען אברהם פרעגט ווען נישט קיין קשיות, כאפט ישמעאל און שחט איהם אפ, וויפיל פראבלעמען וואלט זיך די וועלט געשפארט, "מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 11:46 pm
דורך פרישער
לכבוד דו בעל הלולא העליך פארציילן א עובדא מצש"ק
ר' שלמה איז אמאל געפארן אויף א נסיעה, האבן דו חסידים זיינע אים ארים גערינגעלט און פארלאנגט עפעס א אנדעינק זיך צו קענען אנכאפן און עפעס ווי לאנג דער רבי איז נישט באנינז,
קימט איין זיינס חסיד גיט ער אים א רעקל, אן אנדערע חסיד באקריגט ס'העמד, אן אנדערער דעי מאנטל, מען פארט שוין לויפט אים נאך איינער ער מיז אויך עפעס קריגן, זעיענדיג אז ער האט שוין גארנישט, ר' שלמה'לע כדרכו מתוך גרויס אהבת ישראל גיבט ער אים זיין ציצית, מען וויל שוין פארן זעיט מען אז נאך איינער לויפט נאך, גיט ער אים ס'קאפל, מען איז שוין אויפן פליגער באגעינט ר' שלמה א חסידישער אינגערמאן, ער דערקענט אים פרעיגט אים דער חסיד הלמאי א איד אן קיין קאפל אדער ציצית, זאגט אים ר' שלמה דו מתנה גיב איך דיר.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:20 pm
דורך גאנצל
shutdown:

ביי די שאטדאון סענזאציע האט מען געפנט א כולל אין באלטימער פאר די אלע וואס ארבעטן פאר די רעגירונג וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ארבעט יענע טעג

מ'האט עס א נאמען געגעבן שאט דאון כולל... (שפאר אפ כולל)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך כאפ נישט, זיי עס מסביר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
פאלגענד זענען די וויכטיגע ציטאטן פונעם דיין'ס שיעור כללי אויף הילכות האלעווין.

היות אין די לעצטע פאר יאר איז דער עולם ליידער זייער נתרשל געווארן אין די מנהגים פין האלעווין, דעריבער וויל איך דא נאכאמאל איבערגיין בברירות איבער די מנהגים וואס איז שוין איינגעפירט פאר דורי דורות בכל תפוצות תבל.

צים ערשטן וועלן מיר אויסשמועסן די הלכות בנוגע מחוץ לבית.

א. יעדער מענטש איז מחוייב איינצוהאנדלען דרייסיג טאג קודם החג א גרויס געוויקס וואס רופט זיך פאמפקינס, מ'לייגט דאס ארום די צורת הפתח, די פאמפקין ברויך לכתחילה זיין אזוי גרויס ווי א דריי יאריג קינד, אבער בדיעבד איז מען יוצא אויף קלענערס.

ס'איז דא פלעצער ווי מ'פירט זיך אויסצוהוילן די פאמפקין אינגאנצן און דערנאך שניידט מען אויס א צורה פון א פרא אדם און אזוי לייגט מען עס אויס אינדרויסן פון שטוב.

ב. מ'באצירט די פענסטער און שטיגן - ווי אויך די גאנצע וואנט פון אויסנווייניג פון הויז - מיט כל מיני צרוע וזב, על פי קבלה איז אן ענין אויפצוהענגען געשטאלטן פין ריזיגע עכבישים (ספיידערס בלע"ז) און שפין געוועבאכטץ ביים אריינגאנג צום שטוב, ביים רבי'ן האט מען זיך אויך געפירט אויפצוהענגען מאוימ'דיגע געשטאלטן פון מזיקים, מלאכי חבלה, און פון דעם יצר הרע אליין.

ג. דער תכלית און קלימאקס פון די אלע מנהגים איז כדי אריינציזייען א פחד איום נורא אין די קליינע קינדער, ממילא ברויך א יעדער בעל יר"ש באצירן די אייגענע שטוב - ווי אויך די שלאף צימערן פון די קינדער - מיט געשטאלטן פון יענע חברה אזש די קינדער זאלן נישט מסיח דעת זיין פונעם פחד פאר א רגע.

ד. אזוי ווי ס'איז איינגעפירט שוין פון די קדמונים, אז אין דעם גרויסן טאג אליין פארשטעלט מען זיך אנשים נשים וטף מיט שוידערליכע, געביין פארפרוירענע, נשמה צאפענדע, שרעקליכע פארשטעלאכטצער, און מ'פירט זיך ארויפצושרויפן די פחד אין די קינדער און אלטע לייט ממש עד כדי שיש בו להמית, ועד בכלל.

ה. בו ביום שיקט מען ארום די קינדער אליינס אנע באגלייטער אפצונעמען מתנות און זיסקייטן דווקא ביי מענטשן וואס וואוינען אינדרויסן פון שטאט אליינס און האבן נישט קיין אייגענע משפחות אדער קינדער, און האבן זייער א שלעכטע נאמען אין שטאט, און זיינען חשוד אויף רציחה און ארגערס וד"ל.

ו. מ'זאגט נישט קיין תחנון און מען מאכט נישט קיין שום סעודה, אבער מ'טאר נישט פאסטן, אבער מ'מעג מספיד זיין אפילו עמי הארצים.

ז. מ'גייט פארטאגס צום בית הקברות אינדרויסן פין שטאט, און מ'פירט זיך אז די חברה קדישא פארשטעלט זיך מיט תכריכים און דערשרעקן דעם ציבור עד כדי יציאת נשמה ולא עד בכלל.

ח. בו ביום ביי בין השמשות פירט מען זיך צו טשעפענען און מצער זיין איינעם דעם צווייטן, און אפ'חוזק'ן און אפשפעטן פון איינעם דעם צווייטענס שוואכקייטן עד שיורידו דמעות הרבה.

עד כאן איז דער שיעור פונעם דיין שליט"א.

C/P

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:58 pm
דורך petergrifin
נאך אן אלטע מנהג פון די אלטע היים און די מדקדק בקלה כבחמורה טיען נאך היינט צוטאג איז צו ווארפן אייער ווי ס'לאזט זיך נאר און איעדער זוכט צו כאפען פארשטייט זיך בעלי מדריגה זעהן גרויסע זאכן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:37 am
דורך שושן פורים
petergrifin האט געשריבן:נאך אן אלטע מנהג פון די אלטע היים און די מדקדק בקלה כבחמורה טיען נאך היינט צוטאג איז צו ווארפן אייער ווי ס'לאזט זיך נאר און איעדער זוכט צו כאפען פארשטייט זיך בעלי מדריגה זעהן גרויסע זאכן

מדארף וויסן א חילוק צווישן א הלכה , מנהג , אדער חומרה..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:04 am
דורך zurich
petergrifin האט געשריבן:נאך אן אלטע מנהג פון די אלטע היים און די מדקדק בקלה כבחמורה טיען נאך היינט צוטאג איז צו ווארפן אייער ווי ס'לאזט זיך נאר און איעדער זוכט צו כאפען פארשטייט זיך בעלי מדריגה זעהן גרויסע זאכן

און אז די אייער זאל אריינפאלן אין א יודישע קאר דאס איז שוין מהדרין מן המהדרין...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:17 am
דורך עוד מישהו
נעכטן ביי די בחירות דערציילט מיר מיין חבר א מעשה, ער איז געגאנגען צו די הר המנוחות צו א פרומע חלקה, מיט א וועקער זייגער אין די הענט, נאכן אנשטעלן האט זיך די זייגער הויעך צוקלונגען אז יעדער האט עס גוט געהערט, וועקט זיך אוי א נפטר פון קבר און זאגט אים "אינגערמאן, א שאד דיין ארבעט קיינער איז נישטא, אלע זענען געגאנגען שטימען לקיים מצות היום, ווען זיי וועלן ענדיגן קומען זיי צוריק אין קבר", פרעגט די אינגערמאן פונעם נפטר, "היתכן איר זענט נישט געגאנגען"? ענטפערט דער נפטר איך האב געשטימט אגודה, דארט האט מען נישט געדארפט ווארטן אזוי לאנג וואו ביי עץ פון אויערבאך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 5:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
(הקדמה: אין די בחירות נעכטן פאר ירושלמ'ער מאיאר, האט גור נישט גשטיצט קיין איינער פון די צוויי. די הוראה איז גווען מ'קען טוהן וואס מען וויל.)
מחזות נדירים מאוד אתמול בירושלים
עשרות חסידי גור נראו מטיילים ביחד עם נשותיהם, ניגשתי לשניים מהם שאני מכיר וכששאלתים לפשר הדבר הם ענו לי מה אתה רוצה? קיבלנו היום הוראה מגבוה שהיום אפשר לעשות מה שרוצים

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 8:32 pm
דורך zurich
א גיטע וואך!
איינער זאגט פאר זיין ווייב דריי דיך ארים פרעיגט זי פארוואס? זאגט ער: איך ווייס נישט ביי לוט האט עס געארבעט...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
I'm back האט געשריבן:איך פארשטיי נישט: איז נישט די סאטמאר רב (נישט רבי דוד גרינוואלד) געווען די זעלבע צו די אונגארישע אידן?
כידוע זענען פארן קריג די אונגארישע אידן געווען די שוואכסטע קוואליטעט פון צווישן די אייראפישע מדינות.
(נישט אז נאכן קריג איז עס בעסער געווארן, נאר פון זיי איז געבליבן דאס מערסטע)...

איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען צוזאמ רעדן אזויפיל שטותים אין איין קורצע תגובה. :roll: :oops: :evil:

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:04 pm
דורך I'm back
איך האב נישט געמיינט פערזענליך.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:די רעבעצין פונעם צמח צדק פלעגט יעדן טאג אויסזאגן גאנץ תהילים, האט זי אמאל געפרעגט איינע פון איהרע קינדער פארוואס זי קען עס נאכנישט אויסעווייניג, האט ער גענטפערט: ווייל יעדן טאג זאגסטו עס מיט נייע גרייזן...

מ'דערציילט אז דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר זצ"ל האט געהאט א הויז בחור (אן עלטערער בחור) וועלכער פלעיגט זאגן פאר די רביצין בלשון"דו". ווען מ'האט איהם געפרעגט דעריבער, האט ער געענטפערט. "דער רב זאגט דאך איהר אויכעט בלשון "דו". :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:51 am
דורך טשולענט
א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת פרה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:54 am
דורך berlbalaguleh
טשולענט האט געשריבן:א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת פרה.

דיין דזשאוק איז "דאם", דום, אויף אידיש/דייטש, מטומטם אויף עברית, ר"ל, און דזשאסט פלעין סטופיד, אויף ענגליש. אבער ס'איז אין פינטל. דערפאר האביך געגעיבן א לייק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:59 am
דורך zurich
berlbalaguleh האט געשריבן:
טשולענט האט געשריבן:א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת פרה.

דיין דזשאוק איז "דאם", דום, אויף אידיש/דייטש, מטומטם אויף עברית, ר"ל, און דזשאסט פלעין סטופיד, אויף ענגליש. אבער ס'איז אין פינטל. דערפאר האביך געגעיבן א לייק.

וואס בוסטו אזוי בייז?
ביסט אפשר א נקבה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:13 am
דורך רויטע וואנצעס
טשולענט האט געשריבן:א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת פרה.


א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת שקלים.

אפשר וועט זיך בערל בארואיגן יעצט :D

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:51 am
דורך berlbalaguleh
:lol:
zurich האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
טשולענט האט געשריבן:א פרוי האלט פאר איר מאן: היתכן ס'איז נאר דא שבת זכור און נישט שבת נקיבה?

ענטפערט די מאן: אוודאי איז דא, ס'הייסט שבת פרה.

דיין דזשאוק איז "דאם", דום, אויף אידיש/דייטש, מטומטם אויף עברית, ר"ל, און דזשאסט פלעין סטופיד, אויף ענגליש. אבער ס'איז אין פינטל. דערפאר האביך געגעיבן א לייק.

וואס בוסטו אזוי בייז?
ביסט אפשר א נקבה?

:lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: א שאד ס'איז נישטא אייקאן פאר טאמבלסאוס!

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:01 pm
דורך טשולענט
א היימישער יונגערמאן איז אריין אויספולן אן אפליקאציע פאר א וויזא.

שרייבט ער דארט אריין, נאמען: חייקל בעל עגלה, געגנט: ברוקלין, סיטי: ניו יארק, קאנטרי: פליישמאנס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
איחוד מיינט "יונייטעד" (סטעיטס), מסתם האט ער דאס געמיינט. דער אנדערער רבי וואס האט געענטפערט לפידות איז אומפארשטנדליך וואס ער האט געמיינט צו זאגן