בלאט 28 פון 214

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:27 pm
דורך ונבנתה העיר
אין לך אדם שאין לו שע"ה...

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:31 pm
דורך הוגה
I cunt weight! I'm lawkeeng forward to be proofed hair on this forum.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:32 pm
דורך איך אויך
לולתי הרבה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:39 pm
דורך נופת צופים
הוגה האט געשריבן:I cunt weight! I'm lawkeeng forward to be proofed hair on this forum.

מ'גייט פארשפארן פאר ניבול פה.

#נייע-גייסט

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:55 pm
דורך ישראל קאפקע
מען לאזט שוין נישט מאכן קיין טייפאוס דא?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:56 pm
דורך איך אויך
it's all in good just.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 7:04 pm
דורך הוגה
ישראל קאפקע האט געשריבן:מען לאזט שוין נישט מאכן קיין טייפאוס דא?


ביזט גערעכט. איך פיל מיר שלעכט אז איך האב חוזק געמאכט דערפון. אבער דאס ארעגאנץ פון זיין שלום עליכם תגובה האט מיר מער וויי געטון. כ'האב געטראכט אז אפשר וועט דאס אביסל אפקילן זיין אש קודש.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 12:39 pm
דורך אויבערלענדער חכם
איך האב שוין מערערע מאל באמערקט אז נושאים וואס איך האב אין זיי אן אינטערעס זענען ארום געשמיסט אין דער פורום. כאטש אידיש איז נישט דער שפראך וואס איך רעדט בדרך כלל, און כל שכן נישט וואס איך שרייב, עס איז מיר א פארגעניגען צו לעזען א ביסל אידיש טאג טעגליך איבערהויפט פון שרייבערס וואס לייגען צו קאפ צו שרייבען שיין.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 1:00 pm
דורך סארווירער
מיר פילן פאר וויכטיג צו דערמאנען די עלטערע תושבים ניקס זאלן האלטן פאר די אויגן די פאלגענדע סעיף פון נייעם-מעמבער ווארט:

לב) סארקאזם
1) ווען עס קומט א נייער גאסט דארף מען אים אויפנעמען מיט כבוד. דאס מיינט אז מ'זאל נישט גלייך זיך נעמען צימבלען אדער מאכן סארקאסטישע וויצן, זיך נישט ווערטלען אז עס איז נאר א נייער ניק פון א תושב, און נישט מאכן קיין באמערקונגען וואס נאר די תושבים כאפן פון וואס מ'רעדט, אבער דער נייער גאסט שפירט פארלוירן נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:15 pm
דורך יצחק הערש
איך דריי מיך שוין אלץ גאסט דא אפאר חדשים און איך האב באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט צו ווערן א חלק פון די חבריא הקדושה-א זעלטנהייט ווען מען האט אזויפיל בעלי כשרון מבקשי אמת אינטער איין דאך . איך האפ צו שטייגן דא ברוחניות ובגשמיות

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 9:17 pm
דורך נאטירליך
איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן שיטה פון ווער זאגט (אויף אלעס וואס אנדערע זאגן)און ווער עס איז נאר מסופק אין מיין שיטה איז אן אפיקורס (ואין לך סתירה גדולה מזו) און איך בין דורכגעגאנגען אלה גהנימ'ס ביז איך בין אנגעקומען אז דער אמת לא נמצא אלא בתוך לבו של אדם כשמחפשין אותו, און ווען איך געטראפן דעם מקום שמחתי שמחה גדולה אז איך בין נישט אליין

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:00 pm
דורך געוואלדיג
נאטירליך האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן שיטה פון ווער זאגט (אויף אלעס וואס אנדערע זאגן)און ווער עס איז נאר מסופק אין מיין שיטה איז אן אפיקורס (ואין לך סתירה גדולה מזו) און איך בין דורכגעגאנגען אלה גהנימ'ס ביז איך בין אנגעקומען אז דער אמת לא נמצא אלא בתוך לבו של אדם כשמחפשין אותו, און ווען איך געטראפן דעם מקום שמחתי שמחה גדולה אז איך בין נישא אליין


גאנץ נאטורליך

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:06 pm
דורך איך אויך
אפשר איז ער גאר דער סאטמאר-בארימטן נאטורליך פון היידפארק ז''ל.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:02 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
וויפעל איז די שיער נישט צו קענען רעדן אדער געבן א מיינונג.....
כפלעג מיך שפירען ווי איינער זאגט מיך אריין א גוטער פסק נאכן זיך וואשן פאר המוציא אין כקען נישט ענפערן.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 1:04 pm
דורך שמעיה
איך בין שמעי'

איך בין א חסידישע אינגערמאן מיט די גאנצע ניין יארדס, פון די קרוין אויף מיין שטריימעל ביז מיין שווארצע אקספורד עקקא בענדעל שיך.

איך וויל מיטטיילן מיט די וועלט מיין טעגליכע איבעלעבענישען פון א חסידישע אינגערמאן בעקבתא דמשיחא וואס אמפערט זיך צו באלאנסירען זיין לעבן אין די שמאלץ טאפ פון אונזער תחום שבת.

אונזער חסידישע/היימישע געזעלשאפט איז מורא'דיג קאמפליצירט און איך פרוביר צו פארשטיין מיין אייגענע פסיכילאגיע און די הלוך ילך פון אונזער סיסטעם.

איך האף צו שרייבען א טאג בוך פון מיינע אבזערוואציעס, צווייפעלנישען און מיטמאכענישען ווען איך פרוביר צו מיט פליסען מיט די שטרום.,

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:54 pm
דורך שמעיה
יישר כח, פאר די שיינע אויפנאמע!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 5:59 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:eager to shoe everyone the happiness of being Jewish
​אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא..
strongly believe in it. will love to prove this here on the forum



שלום עליכם.!
יא... די בושת זענען גאנץ גרוסע....
מיין כבוד נו... אבל כבוד בית משפחת ׳סאלאווייטשיק׳ אין כבודם מחול...
ע״כ העלמיר פארציילן דברים כהויתן..

היות לעת עתה האב איך access
צי קאווע שטיבל נאר דורך די Tapatalk app,
האב איך געבעטן מיין חברותא בכולל אחצ״ה, זאל מיך ביטע
רעגיסטרירן אלץ א member,
ריפט ער מיך זאגן אז קאווע שטיבל פארלאנגט א opening message..
זאג איך אים נו.. שרייב עפעס וועגן, אז איך בין proud צי זיין א איד...(בבחינת ׳א יוד צי זיין איז טייער.. וגו׳)
האט ער געשרבן דאס אובן דערמאנטע post..

דאס אראגאנץ אינעם post איז טאקע נישט צים דערטראגן...
אין פארוואס ער האט זיך צירעדט בלשון העמים, פארשטיי איך בכלל נישט...

היולמ״ד
אז דאס איז בכלל נישט מיין מהות,
יאך בין מער אויף די לייכטערע זייט פין די מענטשהייט..
אין בכלל פלאן איך נישט ציפיל צי פארקופן דא אויף קאווע שטיבל..(לע״ע)

ואיתכם הסליחה...
י.ב. הלוי


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 7:47 pm
דורך איך אויך
אז דיין חבר שרייבט דעם שלום עליכם פואסט מה אהני מנהלים מיט די תקנה?

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:12 pm
דורך אחד העם
קוקט מיר אויס אז די ביסט פון די משפחה פון רבי וועלוועל פון ירושלים? ריכטיג.
שטעלסט נישט פאר הרב מבאסטאן ז"ל.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:50 pm
דורך אדיר_אדירינו
Hello,
מה נאמר ומה נדבר.
ס'איז מיר נישט גרינג צי טייפען יודיש, חאטש דאס איז מאמע לשון, אבער וואס טיט מען נישט צי ווערען א מעמבער אין קאווע שטיבעל.

אלזו,
איך בין... ווער איך בין.
איך פלעיג אמאהל זיין א גלויביגע חסידישע יוד. היינט האב איך מער נישט מיין רעליגיע.
איך בין אבער נאך סטאק אין די לייפסטייל, מיט קינדער, רינדער אין אזןי ווייטער.


כ'האב אסאך צי זאגען...גאר אסאך.
אבער ווער איז אינטרעסירט צי הערען?

שוין. געניג פאר יעצט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 1:37 am
דורך געוואלדיג
וועלעכע רעליגיע האסטו מער נישט די חסידישע אדער די אידישע?

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:00 am
דורך יוסי פיינשטיין
איך האב שוין געהערט איבער דאס ווינקל אסאך! כ'האב מיר אבער קיינמאל נישט צאמגענומען און זיך רעגאסטרירט, כ'בין געווען א אפטע באזוכער דא, אבער אן א קאנטע.
יעצט האב איך איינגעזעהן סאיז שוין העכסט צייט......

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 5:48 pm
דורך משה פראגער
אין קורצע שטריכען איז אזוי,
געבוירען בינעך אין קאנאדא, אין די ישיבות געלערענט אין שווייץ + ישראל, חתונה גיעהט קיין ניו יורק אין די לעצטע 12 יאר געמופט קיין לאס אנדשעלס, קרוב לארבעים, ליגט אין ביזנעס אין די פרייע צייט אויך כתבי המהר"ל,איזביצא,ר"י הוטנער, רא"א דעסלער, ר"י לייבאוויץ,אין פיאסאצנא.

א חסידישער טיפיקעל אינגערמאן, חלעש'ט אויף מוזיק אין שפילט גיט פידעל, גייט מיט א הויכען ביבער היט אבער די קינדער וואס לערנען אין די ישיבות אין ניו יורק טראגען שוין א קראך היט, מקושר צום אמשינאווער רבי אין מושפע פון הרב זמיר כהן, הרב מזרחי אין הרב פאנגער, כ'בין שטאלץ מיט מיין יידישקייט א אוהב חכמה בלי גבול אין האט ליב צו טראכטען, בעיקר אינדרויסען פון באקס.