סביב העולם האט געשריבן:ImageUploadedByTapatalk1449367600.080642.jpg
ק''פ
אין די שטאט "קיעל" (Kiel) אין צפון דייטשלאנד, איז אין די יארן 924'–933' געווען א רב\ראבינער דר. עקיבא ברוך פוזנר. א פוילישער געבוירענער אין די שטאט ,שאַמאַטוּעֶי". ער איז געווען די לעצטע רב אין די שטאט פאר די מלחמה.
אין יאר 933' איז שוין היטלער ימ"ש געווען די פירער פון דייטשלאנד, און די רדיפות אויף די אידן האבן זיך שוין אנגעהויבן. נאכן זעהן שילדען ביי געוויסע פלעצער אין די שטאט "אידן אריינגאנג פארבאטען", האט דער רב פוזנער געשריבן א פראטעסט אפ-עד איז צייטונג, און ער איז לכבוד דעם אריבער גערופען געווארן צו די נאצישע רעגירונגס אפיס פאר "אויספארשונג". בנוסף זענען צוויי אידישע אדוואקאטען געהארגעט געווארן, און די אידישע וויסענשאפטלער האבן פארלוירן זייערע פאזיציעס אין די יונעווערסעטי.
זעהנדיג די אנגעצויגענע לאגע, האבן די קהלה לייט געבעטן די רב צו אנטלויפן. עס איז נישט געגאנגען גרינג - לויט ווי מען שרייבט - אבער נאכען האלטן א רעדע צו זיין קהילה ווי ער האט געבעטן אלע צו אנטלויפן, האט זיך דר. ראבינער פוזנער, זיין ווייב - רחל - דריי קינדער - אברהם חיים, טויבע\גיטל און שולמית - געזעגענט פון די שטאט און אנטלאפן. ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר 935.
איין יאר פארדעם, אין יאר 932', האט דר' ראבינער פוזנער געצינדען די מנורה, ביי די פענסטער פון זיין הויז. עס איז געווען היפש א געוואגטע שריט, ווייל די נאצישע אנטעסעמעטיזעם האט שוין געבוזשעוועט אין לאנד. און טאקע קעגן זיין דירה, אויף די הויז אנטקעגן איבער, איז געהאנגען א נאצי-פאן מיטן האקן-קרייץ.
זיין ווייב רחל האט געכאפט א בילד פון די מנורה ביים פענסטער, עס איז געווען א ערב שבת - ווי זי פארציילט - און דארט זעהט מען די מנורה, און טאקע אינדרויסען אנטקעגן איבער, זעהט מען די טרויריגע בארימטע נאצישע פאן.
אויף די צווייטע זייט פון די בילד, האט די פרוי רחל געשריבן אויף דייטש:
חנוכה 5692 (1932)
"טויט צו די אידן,
אזוי זאגט די פאן!
יודן וועלן פאר אייביג לעבן,
אזוי ענטפערן די ליכט!!
("Juda verrecke"
die Fahne spricht -
"Juda lebt ewig"
erwidert das Licht)
רוב פון די אידן פון די שטאט האבן זיך טאקע געראטעוועט מיטן אויספאלגן די רוף פון זייער פירער צו אנטלויפן, אבער דאך זענען א טייל געבליבן, קריסטאל נאכט 938' האבן די נאציס אונטערגעצונדען די שול אין איר געשעדיגט, און אין יאר 939' איז זי אינגאנצען צושטערט געווארן. א מינימום פון 240 אידן פון קיעל זענען אומגעברענגט געווארן אין די מלחמה, הי"ד.
היינט וואוינען אין די שטאט 550 אידן (וואספארא סארט ווייסעך נישט). און זינט 006' איז שוין אין קיעל - און אין איר שכן שטאט קרונסהאַגען - געשטעלט געווארן 205 שטאלפער-שטיינער אלס אנדענק פון די קרבנות פון די מלחמה.
(די שטאלפערשטיינער זענען א פראגראם, ווי אקטעוויסטען שטעלן אזעלעכע קליינע שטיינער פארענט פון הייזער איבער גאנץ אייראפע, ווי אידן האבן געוואוינט איידער מען האט זיי פארטריבען און\אדער געהארגעט. לויט די לעצטע ציילונג איז שוין פארהאן אזויפיל ווי 48,000 אזעלעכע אנדענקונגען אין 18 אייראפישע מדינות.)
נאכען זיך ראטעווען קיין ארץ ישראל, האט די פוזנער פאמיליע ווייטער געפירט זייער לעבן אין ארץ ישראל. צווישען די זאכען וואס זיי האבן מיטגעברענגט קיין ארץ ישראל ביים אנטלויפן, איז די דערמאנטע מנורה! און מיט די יארן איז עס אריינגעשטעלט געווארן אין מוזיום יד ושם, ווי עס איז שטאלץ אוועק געשטעלט, ווען דערנעבן הענגט די בילד, ווי זי שטייט שטאלץ אין דייטשלאנד, אין יענע ביטערע יארן, און זאגט פאר די נבואה ווי די פרוי רחל פוזנער האט יעמאלט געשריבן:
יודן וועלן פאר אייביג לעבן,
אזוי ענטפערן די ליכט!!
יעדעס יאר פאר חנוכה, קומט משפחת מאנסבאך (משפחה פון שולמית די עלטערע טאכטער פון ראבינער פוזנער.) און נעמען אפ די מנורה - קיין בית שמש - צו קענען צינדען חנוכה. און נאך יו"ט ווער זי צוריק געקענט צו איר היים אין מוזיאום
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk