בלאט 29 פון 66

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 2:27 am
דורך גאנצל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דיין לאגיק קלעבט נישט,

פאר צענליגע יארן ווען ס'געווען ברענעדיגע בלוטיגע שלעגערייען, זאגסטו דאך מפורש, האט דער דיין גע'מענעדשט צו זיך האלטן נייטראל,
און פונקט יעצט ווען די זאלונים מיט די בני יואל זענען פאוערפול קהילות וואס יעדער בר דעת זעהט אז קיינער גייט זיי נישט רירן,
פונקט יעצט האט זיך דער דיין אויפגעוועקט אז ס'קומען זיין צו זיך אויפרייסן אין ווערן א ראדיקאלער אהרוני,
פונקט יעצט, ווען דאס רוב ארונים ווילן עס מיטאמאל,

האט דאס א פשט?

טראכט פאר די זאגסט עפעס,

אלא מאי, וואס יא, מוז מען זאגן בהכרח אז ער האט איינגעזעהן ע"פ תורה אז אזוי איז דער הלכה,
וכל רוחות שבעולם לא יזיז אותו,
אפי' ס'איז מעגליך זעלסבטמארד פאר איהם פאליטיש,

רבי, דא ארבעט מען מיט א סטראטעגיע - טאקע ווייל מקען עס נישט פיזיש אפהאלטן - פין עס אריינלייגן אין הייליגקייט אין הלכה אין דורך דעם אפהאלטן קרובים פין קימען, אין א דאנק דעם פארמינערן חתונות אן רשות וואס זיי האבן מצליח געווען למחצה ולשליש אין עטרת מאיר צבי, מימלא ניצט מען דעם דיין,

אויף צי שיסן שטיינער אין פארברענען קארס אין שרייען שייגעץ ארויס איז ער נישט די פאסיגסטע קאנדידאט, דאס האט דא רבי אליינס סאך בעסער געטויגט מיטן אינטערייצן די בחורים מיט זיינע דרשות, ווען סהאט אויסגעפעלט צי אסרן בנ"י חדר מטעם הלכה האט ער זיך אויך שיין צי געשטעלט

לשבחו מיז מען זאגן ער דאך נישט קיין טייטעלבוים ער איז נישט גרייט צי זיין די גורם צי צעשטערן יודישע שמחת, אבער זארג נישט מוועט עס קלאר פארלאנגען פין אים וועט ער דאס אויך צישטעלן,

אין צי קארעקטן, קיינער האט נישט קיינמאל נישט געהאט הו"א אז ר געציל איז נוטראל, נאר אנדערש ווי דער צדיק דארט האט ער זיך קיינמאל נישט געטינקען אין שמיץ אין געהאלטן העצרישע דרשות אין בארעדט רבנים, וואס דאס האט געמאכט אז ער זאל האבן א געוויסע רעספעקט אפילו ביי בנ"י יודן, אבער ווען מהאט עים געברויכט ניצן פאר הלכה ענינים האט ער זיך פיין צי געשטעלט, עכ"פ ברבים, פינקט ווי ביי סידור קידושין...


אפשר ווייזטו אן ווי ר' געציל איז מיטגעשטאנען מיט זאכן וואס מ'הט אים געדארפט נוצן להלכה ?

סתם אזוי ביי די וועי בני יואל האט זיך געפנט נאך פאר סיי וואספארא דרשה פון ר' אהרן

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 6:27 am
דורך berlbalaguleh
גאנצל:איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע טענה'ריי איז דא. ס'איז אין א בחינה ווי די גמ' זאגט...,עביד כדלא גמרי אינשי שמעתא"...! די גאנצע שקליא וטריא דא איז איבריג. איז דען דא איין נארמאלער מענטש (וועלכער האט נישט קיין נגיעות) און ער פארשטייט נישט אז מהר"א וסייעתו זענען 100% גערעכט.

יא. אמת ביי די בני יואל זענען געווען אידן גרויסע תלמידי חכמים. אבער די נגיעות פון ..."אני אמלוך"...האבן זיי בלינד געמאכט. און זיי האבן פארזעהן דעם אמת...!

ווי זאגט רש"י מיט די באקאנטע קשיא..."וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה"...?! אלא עינו הטעתו...!

קיינער נעמט נישט אוועק די גדלות אין תורה פון שארמאשער רב זצ"ל. אבער ער איז געווען א חלק (א רעדל אין די מאשין) פון די מרידה אינ'ם כח פון מרא דאתרא...!

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 6:34 am
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:הרב טשאדעלע א זייטיגע נאטיץ איך האב נישט קיין פראבלעים אז דו זאגסט אז ר' געצילס פסק איז פארטייאיש געשטימט אבער ווען איך אדער אנדערע זאגן די זעלבע זאך אויף ר' זלמן לייב פילאף אדער אויף ר' ישראל חיים מנשה ווערסטי אזוי אויפגעציטערט ?

נאפוס, יעדער טיט וואס זיין אויבערהארן פארלאנגען,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 6:49 am
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דיין לאגיק קלעבט נישט,

פאר צענליגע יארן ווען ס'געווען ברענעדיגע בלוטיגע שלעגערייען, זאגסטו דאך מפורש, האט דער דיין גע'מענעדשט צו זיך האלטן נייטראל,
און פונקט יעצט ווען די זאלונים מיט די בני יואל זענען פאוערפול קהילות וואס יעדער בר דעת זעהט אז קיינער גייט זיי נישט רירן,
פונקט יעצט האט זיך דער דיין אויפגעוועקט אז ס'קומען זיין צו זיך אויפרייסן אין ווערן א ראדיקאלער אהרוני,
פונקט יעצט, ווען דאס רוב ארונים ווילן עס מיטאמאל,

האט דאס א פשט?

טראכט פאר די זאגסט עפעס,

אלא מאי, וואס יא, מוז מען זאגן בהכרח אז ער האט איינגעזעהן ע"פ תורה אז אזוי איז דער הלכה,
וכל רוחות שבעולם לא יזיז אותו,
אפי' ס'איז מעגליך זעלסבטמארד פאר איהם פאליטיש,

רבי, דא ארבעט מען מיט א סטראטעגיע - טאקע ווייל מקען עס נישט פיזיש אפהאלטן - פין עס אריינלייגן אין הייליגקייט אין הלכה אין דורך דעם אפהאלטן קרובים פין קימען, אין א דאנק דעם פארמינערן חתונות אן רשות וואס זיי האבן מצליח געווען למחצה ולשליש אין עטרת מאיר צבי, מימלא ניצט מען דעם דיין,

אויף צי שיסן שטיינער אין פארברענען קארס אין שרייען שייגעץ ארויס איז ער נישט די פאסיגסטע קאנדידאט, דאס האט דא רבי אליינס סאך בעסער געטויגט מיטן אינטערייצן די בחורים מיט זיינע דרשות, ווען סהאט אויסגעפעלט צי אסרן בנ"י חדר מטעם הלכה האט ער זיך אויך שיין צי געשטעלט

לשבחו מיז מען זאגן ער דאך נישט קיין טייטעלבוים ער איז נישט גרייט צי זיין די גורם צי צעשטערן יודישע שמחת, אבער זארג נישט מוועט עס קלאר פארלאנגען פין אים וועט ער דאס אויך צישטעלן,

אין צי קארעקטן, קיינער האט נישט קיינמאל נישט געהאט הו"א אז ר געציל איז נוטראל, נאר אנדערש ווי דער צדיק דארט האט ער זיך קיינמאל נישט געטינקען אין שמיץ אין געהאלטן העצרישע דרשות אין בארעדט רבנים, וואס דאס האט געמאכט אז ער זאל האבן א געוויסע רעספעקט אפילו ביי בנ"י יודן, אבער ווען מהאט עים געברויכט ניצן פאר הלכה ענינים האט ער זיך פיין צי געשטעלט, עכ"פ ברבים, פינקט ווי ביי סידור קידושין...


אפשר ווייזטו אן ווי ר' געציל איז מיטגעשטאנען מיט זאכן וואס מ'הט אים געדארפט נוצן להלכה ?

סתם אזוי ביי די וועי בני יואל האט זיך געפנט נאך פאר סיי וואספארא דרשה פון ר' אהרן

ווי? די גרעסטע פלאץ איז דא? גרייט צי זיין א מרבה מחלוקת אין משפחות אלס צי דינען די פארטיי, ביי די איסור פין בנ"י, היתר אויף סקול דיסטריקט, סאיז נישט קיין קא אינצידענט אז ר געציל אין מהר"א האבן די זעלבע מיינונגען אין הלכה,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 7:48 am
דורך מפיל קינד
די החלטת האסיפה צעטל דערמאנט מיך פון טראמפ'ס לעצטע סטראשע January 19 איידער'ן פארלאזן וואשינגטאן... די מערכה איז טיף אין דער ערד.


נעקסטע תקנה גייט זיין אז מ'טאר נישט געבן סידור קידושין פאר א מרא דאתרא וואס אין זיין שטאט איז דא א זאל וואו מ'איז פורץ גדר...

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 7:52 am
דורך ליב צו וויסן
.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 7:53 am
דורך ליב צו וויסן
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:Cp

*כל זמן שלא יתבטלו המהרסים, לא יתבטלו הגודרים*

היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען אין חדר ישראל דוב בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל א שטורימישע "אסיפת הרבנים וראשי הקהילה" פאררופן דורך הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקריה, 'לאור די פירצה נורא וחמור מאוד" אינעם שטאט פון די פורצי גדר מסדר קידושין צו זיין בלי רשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נגד תורתינו הקדושה ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, עס האבן זיך באטייליגט אלע רבנים ודיינים וראשי הקהילה בקרית יואל, ובראשם הגה"צ הדומ"ץ שליט"א און מיט די השתתפות פון מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו בכורו פון מרן רבינו שליט"א.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ הדומ"ץ שליט"א וועלעכע האט בתוך דבריו שארף ארויסגעברענגט אז "סידור קידושין איז נישט נאר דער וואס מאכט די ברכה, נאר דאס איז א יסוד גדול זעכער צו מאכן אז די שטאט פירט זיך בקדושה" און אז "אזא פירצה איז א פירצה גדולה בקדושתן של ישראל" און איז איינגעפירט געווארן 'בחרם' דורכן הייליגן רבינו תם זי"ע דערנאך האט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א איבערגעחזרט די פסק הלכה ודעת תורה אז "סיי אין שטאט און סיי אין די גלילות טאר מען נישט מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא" ושלא לפרוץ בזה.

דערנאך האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה, און בתוך דבריו ארויסברעגענדיג וואס סהאט געמיינט ביי אונזערע פריערדיגע רביס דאס ענין פון א מרא דאתרא, די הארבקייט דערפון ביי אלע רבנים אינדערהיים, און האט נאכגעברענגט ביים הייליגן קדושת יו"ט זי"ע -דאס ענין פון שחוטי חוץ וואס כאטש סאיז געווען ערליכע כשרע שוחטים וואס האבן באלאנגט צו ערליכע רבנים האבן אבער ערליכע אידן געהאלטן שחוטי חוץ "ממש ווי נבילות וטריפות", "וכל שכן אויפן ענין פון סידור קידושין" וואס אלע ראשונים ואחרונים זענען זייער מחמיר אין דעם, די רב שליט"א האט פארבעטן הנהלת קהלתינו הק' בקרית יואל צו פארמירן א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם און מיט די האקעלע פעלער און ארויסהעלפן מענטשן וואס האבן פראבלעמען ארום דעם ענין, דערנאך האט די רב שליט"א דערמאנט די חומר הענין און די "איסור השתתפות" ביי אזא חתונה וואס חוץ פון די איסור און תקנה דערפון וואס די מייסד הקרי רבינו הקוה"ט זי"ע שרייבט אינעם בריוו, זעהט מען אויך בחוש אז דעי וואס גייען צו אזא חתונה זענען מחזק ידי עוברי עבירה, און מיט דעם וואס מען האלט זיך צוריק קען מען אפהאלטן א גרויס חלק פון די אידן עובר צו זיין אזא הארבע איסור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י.

*להעמיד חומה בצורה*

די בייגעלייגטע צעטל איז פאלש.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 9:40 am
דורך גאלד
ליב צו וויסן האט געשריבן:
די בייגעלייגטע צעטל איז פאלש.


וועלכער צעטל?
פון קהל? כאב מיך פארגעשטעלט.

הקיצור די זאליס פרובירן צו מאכן א טומל,
שטויסן און בריקענען,
כאילו דא טיצעך עפעס בלוטיגע שלעגערייען,
דערווייל ווי וואס ווען,
דער דיין מיטן וומ"ב רב,
האבן זיך איידעלערהייט אפגעזאגט זייער דעת תורה,
פונקט ווי ר' יחזקאל ראטה האט געזאגט זיין מיינונג לגבי שערי חמלה,
ס'נישט געווען קיין שום רעזאלוציעס מטעם קהל,
זאל זיך יעדער טאן וואס ער וויל,
העולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידין ליתן את הדין,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 10:21 am
דורך אלגעמיין
מפיל קינד האט געשריבן:די החלטת האסיפה צעטל דערמאנט מיך פון טראמפ'ס לעצטע סטראשע January 19 איידער'ן פארלאזן וואשינגטאן... די מערכה איז טיף אין דער ערד.


נעקסטע תקנה גייט זיין אז מ'טאר נישט געבן סידור קידושין פאר א מרא דאתרא וואס אין זיין שטאט איז דא א זאל וואו מ'איז פורץ גדר...


עקזעקלי, א נחת צו זעהן ווי אידן דערקוויקן זיך מיט די פאלטשע מודעות און דרשות. סטומלט זיך אינעם ראדני-קרייז-טאפ אויפן העכסטן לעוועל :פארנומען:
מ'קאכט, מ'לעבט אויף אלע באקן מיט די אייגן פאבריצירטע סחורה אינטער יענעם'ס לעדער-העד און נעמען. יאפ, מאמענטום עט איטס בעסט...
@ טשאדעלע באדעלע א ישר כח נאכאמאל און ברענג נאך עני טיים

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:29 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אגב, פאר 10 יאר צוריק ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן, האט מען איינגעפירט אז נאר ר' געציל זאל פארקויפן די חמץ אין אלע ק"י שילן, אנדערש ווי ביז דאן וואס יעדע רב פלעגט פארקויפן אין זיין שול, שאפנדיג אן הכנסה פין צענדליגע טויזנטער דאלארס פאר ר' געציל אין זיינע קינדער וואס זיצן אין פארקויפן די חמץ, אויפן חשבון פין מהרא'ס קינדער,

זיכער געווען א בלויזע צופאל אז ס'האט פאסירט אין די זעלבע צייט, משה רבינו האט שוין נישט געקענט טרעפן קיין שונא בצע, די חידוש איז אז ער האט זיך דערוואגט אין נישט געזאגט אז מזאל זיך נישט משתתף זיין ביי שמחות,


פליז ענטפער מיר אפילו נישט פאר דו רופסט אן סיי וועלעכע קר"י יוד וואס ווייסט אז מיום הווסדה האלט ער דאס פאר זיך, מהר"א האט ביי זיין הכתרה געזאגט בפירוש אז ער לאזט מכירת חמץ פאר'ן דיין, אפילו חסידי מהר"א באדערט דאס אבער משום כבודו טוט מען גארנישט דערקעגן

ד"א איך געדענק נאך ווען רנ"י מייזעלס ז"ל און ר"מ יאזעפאוויטש ז"ל מיט'ן דיין ז"ל ריח"מ זענן געווען די איינציגע וואס האבן געמעגט פארקויפן חמץ אין סאטמאר וומסב"ג, אפילו עס איז געווען אנדערע ביהמ"ד מיט זייערע דיינים האט מען געמוזט גיין קיין ראדני.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:43 pm
דורך גאלד
געמוזט גיין קיין ראדני? אפי פאפא חסידים?

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 2:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך גיי נישט אנרופן ווייל איך בין אליין א תושב, איך געדענק זייער גוט די מציאות פאר תש"ע, און דערנאך, איך אליינס פלעג פארקויפן די חמץ ביי איינע פין ר' אהרן'ס איידימער,

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:24 pm
דורך מפיל קינד
גאלד האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
די בייגעלייגטע צעטל איז פאלש.


וועלכער צעטל?
פון קהל? כאב מיך פארגעשטעלט.

הקיצור די זאליס פרובירן צו מאכן א טומל,
שטויסן און בריקענען,
כאילו דא טיצעך עפעס בלוטיגע שלעגערייען,
דערווייל ווי וואס ווען,
דער דיין מיטן וומ"ב רב,
האבן זיך איידעלערהייט אפגעזאגט זייער דעת תורה,
פונקט ווי ר' יחזקאל ראטה האט געזאגט זיין מיינונג לגבי שערי חמלה,
ס'נישט געווען קיין שום רעזאלוציעס מטעם קהל,
זאל זיך יעדער טאן וואס ער וויל,

העולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידין ליתן את הדין,

איך ציטיר עס נאר זאלסט עס נישט קענען פארמעקן ווען קהל גייט ארויסגעבן די רעזאלוציעס...

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 5:07 pm
דורך גאלד
גוט טוסטו, אלס כדאי צו זיין באווארענט, ביסט א קלוגער איד

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
אלגעמיין האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:די החלטת האסיפה צעטל דערמאנט מיך פון טראמפ'ס לעצטע סטראשע January 19 איידער'ן פארלאזן וואשינגטאן... די מערכה איז טיף אין דער ערד.


נעקסטע תקנה גייט זיין אז מ'טאר נישט געבן סידור קידושין פאר א מרא דאתרא וואס אין זיין שטאט איז דא א זאל וואו מ'איז פורץ גדר...


עקזעקלי, א נחת צו זעהן ווי אידן דערקוויקן זיך מיט די פאלטשע מודעות און דרשות. סטומלט זיך אינעם ראדני-קרייז-טאפ אויפן העכסטן לעוועל :פארנומען:
מ'קאכט, מ'לעבט אויף אלע באקן מיט די אייגן פאבריצירטע סחורה אינטער יענעם'ס לעדער-העד און נעמען. יאפ, מאמענטום עט איטס בעסט...
@ טשאדעלע באדעלע א ישר כח נאכאמאל און ברענג נאך עני טיים

נניח אז די צעטיל איז פאלש, איך ווייס באמת נישט אויב סאיז קראנט, אין מקען באמת שוין נישט וויסן היינטיגע צייטן, וועלכע חלק שטימט נישט מיט דעם וואס מהאט אפיציעל געמאלדן אויף קול סאטמאר אין מיט די אפגעטייפטע דרשה וואס די אפיציעלע אימעל אקאונט האט ארויסגעשיקט? חיץ די פרט אז מגייט נישט אנעמען די קינדער אין די מוסדות,

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 7:42 pm
דורך וואסער
שוין! די ארונים האבן שוין ארויסגעהאנגן היינט אין די שולן די החלטות (ווער עס האט עב איז מכובד עס צו ברענגען).
מען טאר זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות.
מען טאר נישט געבן קיין עליות אין די בתי מדרשים.
מען טאר נישט פארדינגען די זאלן פאר די שבע ברכות.

אלץ ענטפער צו די זאלן האט קהל יטב לב ארויסגעשטעלט די מודעה

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 7:42 pm
דורך וואסער
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
די בייגעלייגטע צעטל איז פאלש.


וועלכער צעטל?
פון קהל? כאב מיך פארגעשטעלט.

הקיצור די זאליס פרובירן צו מאכן א טומל,
שטויסן און בריקענען,
כאילו דא טיצעך עפעס בלוטיגע שלעגערייען,
דערווייל ווי וואס ווען,
דער דיין מיטן וומ"ב רב,
האבן זיך איידעלערהייט אפגעזאגט זייער דעת תורה,
פונקט ווי ר' יחזקאל ראטה האט געזאגט זיין מיינונג לגבי שערי חמלה,
ס'נישט געווען קיין שום רעזאלוציעס מטעם קהל,
זאל זיך יעדער טאן וואס ער וויל,

העולם כמנהגו נוהג ושוטים שקילקלו עתידין ליתן את הדין,

איך ציטיר עס נאר זאלסט עס נישט קענען פארמעקן ווען קהל גייט ארויסגעבן די רעזאלוציעס...

שוין, סהאט נישט גענומען לאנג,

א רחמנות אויף די ארונים וואס שרייען שוין אפאר יאר, ובתוכם אפאר חשובע ניקס דא, סאיז איין מעשיגנער וואס פירט די מערכה סהאט גארנישט מיט קהל,

פין די אנדערע זייט קען מען ליידער זען ווי א רב האט נישט קיין פראבלעם צי צישטערן יודישע שמחת אין אריינברענגען די גארביטש פאליטיק צווישן משפחות אין אנזייען מחלוקת צווישן טאטע/קינדער ברודער/שוועסטער מיטן אריינלייגן אן אני אמלוך מלחמה אין יודישקייט, ווי זיס וועט זיין מיטציהאלטן וועס דאס גייט עם איין טאג צוריק בייסן אזוי דער פאטער זיינער,

אין אזוי אויך דער חשובער דיין, וואס הגם ער האט נאך אזא פרעסטיזש נישט צי זאגן אז מזאל זיך נישט משתתף זיין, ווייסט ער זייער גיט אז מניצט עם אויס פאר זייערע אינטערעסן אין א דאנק אים גייט מען צישטערן יודישע שמחת, אין די אלע טעראר וואס איז שוין געווען בעבר אקעגן חתן כלה אין מחותנים גייט אויף זיין פיקעל, וואס קען מען אבער טיען דאס געהאלט אין די כבוד איז וויכטיגער,

נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 12:41 am
דורך וואסער
איך האב גערעדט מיט א איד אין אנטווערפן זאגט ער מיר מיט שטארקע אויפברויז אז ער האט געהערט די דרשה פון ר' מענדל ווי ער רעדט פון די שחיטה אין אנטווערפן, און ער זאגט מיר די ווייסט פארוואס ער דערמאנט נישט סידור קידושין אין אנטווערפן וואס האט א מרא דאתרא? ווייל אין אנטווערפן איז ר' מענדל געווען דער וואס האט עס דורכגעבראכן, ביז אים האט זיך קיינער נישט געוואגט צו מסדר קידושין זיין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא ער איז געווען דער ערשטער דאס צו טון.

איז דאס אמת? אויב יא מאי שנא?

נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 12:56 am
דורך פתחון פה
עפעס געדענק איך דערפון, מ'האט גערעדט בשעתו.
ווי האט ר' חיים קרייזווירטה געזאגט, ביי וועם איך בין נישט געווען מסדר קידושין בין איך געווען דער מסדר הגט.

נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 6:46 am
דורך berlbalaguleh
פתחון פה: ס'איז א גוט ווערטל. ס'האט מיך געמאכט שמייכלען. אבער אנטווערפן איז נישט גלייך צו מאנרא. אין אנטווערפן איז דער רב דער מרא דאתרא. און איינער וואס וואגט זיך צו גיין אקעגן איהם איז דער גרעסטער מחוצף. און מ'רודפ'ט איהם עד חורמה. און מ'פארטרייבט איהם פון די שטאט.

אין אנטווערפן איז שוין געווען אזא מעשה אין די היסטאריע. מיט בערך 100 יאר צוריק. ס'איז געקומען א איד הרב ראטנבערג, ז"ל. און ער איז געווארן כמו קאמפעטישן פאר דעם דאמאלס'דיגן מרא דאתרא. האט ער (און זיין זוהן) טאקע געליטן גרויסע רדיפות פאר א סאך יארן. ער האט נאר געהאט א גאר קליינעם עולם וואס האט געהאלטן מיט איהם...1

נשלח: זונטאג יוני 20, 2021 2:00 am
דורך גאנצל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין, ס'האט נישט גענומען לאנג,

א רחמנות אויף די ארונים וואס שרייען שוין אפאר יאר, ובתוכם אפאר חשוב'ע ניקס דא, ס'איז איין משוגע'נער וואס פירט די מערכה, ס'האט גארנישט מיט קהל,

פון די אנדערע זייט קען מען ליידער זען ווי א רב האט נישט קיין פראבלעם צו צושטערן יודישע שמחות און אריינברענגען די גארביטש פאליטיק צווישן משפחות אין אנזייען מחלוקת צווישן טאטע/קינדער ברודער/שוועסטער מיטן אריינלייגן אן אני אמלוך מלחמה אין יודישקייט, ווי זיס וועט זיין מיטצוהאלטן וועס דאס גייט עם איין טאג צוריק בייסן אזוי דער פאטער זיינער,

אין אזוי אויך דער חשובער דיין, וואס הגם ער האט נאך אזא פרעסטיזש נישט צו זאגן אז מ'זאל זיך נישט משתתף זיין, ווייסט ער זייער גוט אז מ'ניצט עם אויס פאר זייערע אינטערעסן און א דאנק אים גייט מען צושטערן יודישע שמחות, און די אלע טעראר וואס איז שוין געווען בעבר אקעגן חתן כלה און מחותנים גייט אויף זיין פיקל, וואס קען מען אבער טוהן, דאס געהאלט און די כבוד איז וויכטיגער


איך וואלט געזאגט אז דער רב וואס קומט אין שטעטל זיין מסדר קידושין אן רשות און די מחותנים וואס גייען אקעגן א פסק פונעם דיין און מאכן חתונה אן רשות בדת וכדין, די זענען די וואס שטערן ליידער אידישע שמחות.

נשלח: זונטאג יוני 20, 2021 2:10 am
דורך [NAMELESS]
יעדער איז בארעכטיגט אראפצושטעלן זיין אייגענע שמחה ווי אזוי אים שמעקט, מהר"א קומט צו שטערן יענעמס שמחה פאר זיין פארשטינקענע גאווה,