בלאט 29 פון 213

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:55 am
דורך נולד מאוחר
אלטע זכרונת
לאו דוקא איך בין גערעכט. ביסט בארעכטיגט צי 'וועלן וויסען' ווער ס'געדענקט נאך די אינטערסאנטע געפירקלאכטס אויף אלע בתי מדרשים.
וויליאמסבורג באראפארק מאנרא.
די זעלבע מענטש האט אליינס געקאוורט אלעס.
סאיז געווען אלע די זעלבע שריפט .

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:21 am
דורך ברסלבער
moti107 האט געשריבן:פארוואס דארף שטיין ביי די לייק ליסטע ״פאר הודאה״ איך זעה נישט אן אנדערע סיבה אויף א לייק ביי קיינעם.

די ווערטער "פאר הודעה" איז א לינק צו די הודעה אויף וועלכע די לייק האט זיך באצויגן.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:49 am
דורך [NAMELESS]
דער מענטש האט דאס געשריבן אין יעדע שיל אין ניו יורק כמדומה לי, שפעטער האט מען געשמועסט אז עס איז ישעי יענקל קאהן פון קרית יואל, ווייסט איינער וואס איז די אמת? ווער האט עס געטוהן?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:42 am
דורך ברסלבער
ישעי' יאנקל זיכער נישט, איך האב געהערט אן אנדערע נאמען דעמאלט'ס, אבער וואס איז אינטערעסאנט צו אויספויקן ברבים?
אגב דער שטערן/שפאקטיוו זענען דאטציך נאכנישט געווען דעמאלט'ס, סא מוז זיין אז יענער האט טאקע געמיינט שמוציגע צייטונגען און מאגאזינען.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:48 am
דורך [NAMELESS]
עס איז געווען אין יאר תשס״ד, שטערן איז ארויסגעקומען זוממער תשס״ב.
אבער די שטערן איז ווייט נאך נישט געווען גע׳אסר׳ט דעמאלס, עס איז געווען אין די גאר הייסע צייטן וואס יעדע טאטע האט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן ענדערש ליינען פון אנא פראנק, פרענק עבינגייעל, סיקרעט סערוויס, איידער פון די סאטמארע פאליטיק. במילא יענע אויפשריפט איז געווען באמת אויף שמיציגע צייטונגען.

זאכן וואס כ'וויל וויסן (נישט אזוי וויכטיג)

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:58 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס איז Lindsay Lohan אין געריכט?
וואס האט זי געזינדיגט?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:26 am
דורך ברסלבער
ממי, בדחנים פלעגן זאגן יענע צייטן אז אזוי ווי חסידישע אידן פירן זיך צו גיין הכנות פארן דאווענען, און אויך לערנט מען מוסר פארן דאווענען, האט מען צוזאמגעשטעלט ביידע זאכן אינאיינעם...

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:18 pm
דורך קעצעלדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס איז Lindsay Lohan אין געריכט?
וואס האט זי געזינדיגט?

די טראבל-מאגנעט עקטריסע ווי די מידיע רופט איר, איז אנגעקלאגט געווארן פאר רעקלעס דרייווינג, ליגענט זאגן פאר פאליציי, און פאר obstructing police - אלעס מיסדעמינערס - נאכדעם וואס איר פארש לוקזשערי ספארטס קאר האט אריין געשמעטערט אין א טראק אום יוני 2012, אין סאנטא מאניקע, קאליפארניע.
די עקטערקע וועלכע האט שוין געהאט עטליכע זעקלעך פוטער אויפן קאפ זינט 07, און האט געהאט איר פראבעישאן ריוואוקט פאר א פארברעך פון 2011 אויף וואס זי האט געפליעט נאוי קאנטעסט, האט געזאגט פאר פאליציי אז זי האט נישט געדרייווט די קאר אין די צייט פונעם אינצידענט, און האט געפליעט נאט גילטי אויף די קלאגעס.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:38 pm
דורך שמעקעדיג
וואס זענען די קליינע זעקלעך וועלכע קומען אריינגעלייגט אין ס'רוב באטלעך פון וויטאמינען/מעדעצינען, און אויפגעשריבן דערויף "DO NOT EAT"? און וואס איז דער אורזאך דערפון?

--

קעצעלדיג, שלום וברכה! (What a name)

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:44 pm
דורך איך אויך
דאס איז א פרעזערוועטיו וואס האלט די טאבלעטן פריש אבער פאר מענטשן איז דאס סם.

------
שלום מר' קעצעלדיג, ביסט אזא פען פון איר אז דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן?

אגב, א זכר איז א אקטיאר, וואס איז א נקבה א אקטיארקע?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 7:59 pm
דורך קאווע טרינקער
קעצעלדיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס איז Lindsay Lohan אין געריכט?
וואס האט זי געזינדיגט?

די טראבל-מאגנעט עקטריסע ווי די מידיע רופט איר, ........

שלום עליכם "קעצעלדיג" (עכטע נאמען כ"ץ ? :lol: )
כ'האב מקדים געווען אז ס'איז נישט אזוי וויכטיג, האסט נישט געמוזט מאכן צוליב דעם א נייע ניק...
just kidding
יהא בואך לברכה לששון ולשמחה.
we want more
אבער אין אידיש...

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:05 pm
דורך ניו יארק
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווער געדענקט; ראטעוועט! ליינט נישט קיין טריפה׳נע און שמיציגע מאגאזינען, פארברענט נישט אייער נשמה! פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן!....
איינער געדענקט?

איז דא נאך איינער וואס דאס דערמאנט אים די ראדני ביהכ"ס גערויך?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:06 pm
דורך קאווע טרינקער
די גראך איז נאך די זעלבע.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 8:22 pm
דורך געפילטע פיש
איך אויך האט געשריבן:דאס איז א פרעזערוועטיו וואס האלט די טאבלעטן פריש אבער פאר מענטשן איז דאס סם.

נישט ממש א פערזערוואטיוו, אין די פעקעטס ליגן silica gel וואס זאפט איין די לחלוחית פון די לופט אינעם באטל, כדי די gelatin coating פון די טאבלעטן זאלן זיך נישט צאמקלעבן.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:23 pm
דורך קעצעלדיג
איך אויך האט געשריבן:

שלום מר' קעצעלדיג, ביסט אזא פען פון איר אז דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן?

אגב, א זכר איז א אקטיאר, וואס איז א נקבה א אקטיארקע?

ניין איך ליין די נייעס פון צייט צו צייט און צופעליג האב איך עס מיטגעהאלטן, לגבי די לשון בין איך אויך מסופק.
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קעצעלדיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס איז Lindsay Lohan אין געריכט?
וואס האט זי געזינדיגט?

די טראבל-מאגנעט עקטריסע ווי די מידיע רופט איר, ........

שלום עליכם "קעצעלדיג" (עכטע נאמען כ"ץ ? :lol: )
כ'האב מקדים געווען אז ס'איז נישט אזוי וויכטיג, האסט נישט געמוזט מאכן צוליב דעם א נייע ניק...
just kidding

עליכם השלום, א איד פרעגט און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, אז מען ווייסט דעם ענטפער ענטפערט מען אפגעזעהן ווי וויכטיג עס איז
Your welcome

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:27 pm
דורך גאלד
פארוואס איז משיח נאך נישטא?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:45 pm
דורך ודי למבין
לאחר שנת תר"ח שאלו את אדמו"ר היצמח צדק'
על השנה שעברה היה קץ' ומדוע משיח לא בא
השיב הרבי
מה זה משיח משיח יגלה עומק פנימיות התורה וכולם ירגישו את האור
בשנת תר"ח נדפס ונתגלה הילקוטי תורה' שהוא גילוי אור פנימי וסגולה
לגילוי הנפש
אגרות קודש אדמו"ר הריי"צ א עמ' תפה

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:47 am
דורך געפילטע פיש
קעצעלדיג האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:

אגב, א זכר איז א אקטיאר, וואס איז א נקבה א אקטיארקע?
לגבי די לשון בין איך אויך מסופק.


אין ענגליש פלעגט מען רופן א מאן אן actor און א פרוי אן actress, היינט אבער איז אכשר דרא, און ס'איז מער פאליטיקלי קארעקט צו רופן ביידע אן actor.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:33 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:דאס איז א פרעזערוועטיו וואס האלט די טאבלעטן פריש אבער פאר מענטשן איז דאס סם.

------
שלום מר' קעצעלדיג, ביסט אזא פען פון איר אז דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן?

אגב, א זכר איז א אקטיאר, וואס איז א נקבה א אקטיארקע?

די אידישיסטן פארן קריג פלעגען זאגען אקטריסקע..

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:דאס איז א פרעזערוועטיו וואס האלט די טאבלעטן פריש אבער פאר מענטשן איז דאס סם.

------
שלום מר' קעצעלדיג, ביסט אזא פען פון איר אז דו האסט דיך ספעציעל איינגעשריבן?

אגב, א זכר איז א אקטיאר, וואס איז א נקבה א אקטיארקע?

די אידישיסטן פארן קריג פלעגען זאגען אקטריסקע..

ניין. נישט אינגאנצן. במחכת"ה. זיי (וועלכע זענען שוין האפנטליך אפגעקומען די י"ב חודש.) פלעגן רופן א פרוי וואס שפילט אין טעאטער אן "אקטריסע". די לצים און מנוולים האבן עס אביסל אנדערש ארויסגעזאגט.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 6:06 pm
דורך ענן כבד
אויב איינער וויל ארויסגעבן א זמירות פון אידישע ניגונים וואס זענען אויף די עלבוים'ס פון די לעצטע צוואנציג יאר, מעג ער אדער איז דא א קאפירייט צו וואס?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 6:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געזעהן אזא בוכל פון נייטרא קעמפ

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:32 pm
דורך ענן כבד
ווי, אין געשעפט?

עס איז דא א זמירות לשבת אנעים זמירות נוסח באבוב וואס האט אין די בעק אסאך ניגונים. און כ'מיין ס'איז דא נאך.