בלאט 29 פון 38
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 2:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער וואס גלויבט איין רגע אין אידער נחומ'ס אדער אבגד'ס מעשה גייט אריין אין דעם כלל פון פתי יאמין לכל דבר
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 2:49 pm
דורך אבגד
טאמער די האר פון קאפ שטעלן זיך יעצט אויף, איז ווען איך וועל דיר ברענגען די הכרחים וועט עס ארויס פליען, און גלייב מיר אז יותר ממה שקריתי לפניכם האב איך געקענט שרייבן, אבער איך האב זיך צוריק געהאלטן מפני כמה טעמים, ועוד מפני כבודו של הנפגע, און גלייב מיר ווען דו וואלסט ווען מיטגעהאלטן די מעשה און גערעדט מיט דעם בחור, און געזעהן צערו העמוק עמוק פון אזא איידעלע טייערע חשוב׳ע בחור וואס זיין דאווענען און לערנען איז ממש א מוסטער, (און יעצט שרייעט מען אז דאס אלעס איז נאר א קאווער אפ) וואלסטו מיר נישט געפרעגט אזא שאלה.
איך וועל דיר נאר געבן איין דוגמא וואס איך האב שוין בעצם געשריבען, דער בחור האט זיך שוין אפ גערעדט א שטיק צייט צוריק, אז עס איז אינסטענט ווען ער קומט אין מקוה אז יענער וואקסט דארט ארויס, און אלעמאל געשעהט דעם זעלבען ״טעות״ אז ער קראכט אריין אין אים באותו..., ואידך פירושא היא זיל גמור.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 2:58 pm
דורך שרייבער
אבגד האט געשריבן:טאמער די האר פון קאפ שטעלן זיך יעצט אויף, איז ווען איך וועל דיר ברענגען די הכרחים וועט עס ארויס פליען, און גלייב מיר אז יותר ממה שקריתי לפניכם האב איך געקענט שרייבן, אבער איך האב זיך צוריק געהאלטן מפני כמה טעמים, ועוד מפני כבודו של הנפגע, און גלייב מיר ווען דו וואלסט ווען מיטגעהאלטן די מעשה און גערעדט מיט דעם בחור, און געזעהן צערו העמוק עמוק פון אזא איידעלע טייערע חשוב׳ע בחור וואס זיין דאווענען און לערנען איז ממש א מוסטער, (און יעצט שרייעט מען אז דאס אלעס איז נאר א קאווער אפ) וואלסטו מיר נישט געפרעגט אזא שאלה.
איך וועל דיר נאר געבן איין דוגמא וואס איך האב שוין בעצם געשריבען, דער בחור האט זיך שוין אפ גערעדט א שטיק צייט צוריק, אז עס איז אינסטענט ווען ער קומט אין מקוה אז יענער וואקסט דארט ארויס, און אלעמאל געשעהט דעם זעלבען ״טעות״ אז ער קראכט אריין אין אים באותו..., ואידך פירושא היא זיל גמור.
בקיצור, אונז צו קאנווינסן אז נחום איז א שקרן גייט דיר נישט גיין, ווייל אונז ווייס מיר עס שוין בעפאר
ווידער אויב האסטו מיטגעהאלטן אזא מעשה ליגט אוודאי אויף דיר א חיוב צו גיין צו די הנהלה פון יענע ישיבה און מעיד זיין מה שעיניך ראו
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:10 pm
דורך petergrifin
בקיצור, אונז צו קאנווינסן אז נחום איז א שקרן גייט דיר נישט גיין, ווייל אונז ווייס מיר עס שוין בעפאר
ווידער אויב האסטו מיטגעהאלטן אזא מעשה ליגט אוודאי אויף דיר א חיוב צו גיין צו די הנהלה פון יענע ישיבה און מעיד זיין מה שעיניך ראו
איז דא נאך מעשיות אויף דעם אינגערמאן װאס האט מאלעסטערט די בחור װאס האט (נישט) מאלעסטערט זײן זין?
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:16 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]אבגד[/tag] הייסט די מעשה איז טאקע אמת? כ'בין געווען זיכער אז נחום האט דאס געחלומט.
ארום לויפן אין א מקווה פאר 20 מינוט אינהאלטען איינער ביי די ביצים. דאס איז דאך א מורדיגע מראה צו זעהן. כ'בין זיכער ס'איז דא א קליף דערפון.
זאגסט אז די ביסט דאך דארט געווען. איך מאך א דיעל מיט דיר. די לייג דא ארויף די קליף אין איך וועל אלעדיגען אז די עולם זאל דיך גלייבן איידער נחום.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:17 pm
דורך אבגד
רבותי!! You are missing my point!!!
איך זיך נישט דא אויפצוווייזן אמת׳קייט אין די מעשה, איך שטיי נישט פאר א jury יעצט, און עטס מוזט נישט גלייבען די מעשה, אבער וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז איך מיט׳ן דערציילן די מעשה וואס איז אמת לאמיתו האב אבער קיינעם נישט פוגע געווען, (חוץ דעם נחש הידוע וואס איז ממילא א דבר ידוע), דעם נאמען פון דעם איד האב איך נישט געזאגט טאקע וועגן דעם ווייל צו שחט׳ן יענעם דארף מען האבן 1,000,000% הכרחים און איך האב נאר 999,999%
, אבער יענער וואס הערט א מעשה פון דעם יענעם און טראכט נישט קיין צוויי און שחט יענעם דורך ביידע סימנים, ווען די מעשה הייבט זיך נישט אהן אדער גאר געווען פונקט פארקערט דאס איז א מעשה רציחה ורשעות מלובש מכלומרשט אין עבודה להרבות טהרה, אשר ע״כ דארפן מיר זיך נעמען אין קאפ אריין און טראכטען מיליאן מאל פאר מבאגראבט יענעם לעבעדיגערהייט אים מיט זיינע דורות ארויף און אראפ, און איך מיין אויף דעם דינגט זיך נישט קיינער, חוץ די מנוולים וואס ווילן גיין אויפ׳ן דרך פון דעם גיפטיגען שלאנג.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:22 pm
דורך אבגד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]אבגד[/tag] הייסט די מעשה איז טאקע אמת? כ'בין געווען זיכער אז נחום האט דאס געחלומט.
ארום לויפן אין א מקווה פאר 20 מינוט אינהאלטען איינער ביי די ביצים. דאס איז דאך א מורדיגע מראה צו זעהן. כ'בין זיכער ס'איז דא א קליף דערפון.
זאגסט אז די ביסט דאך דארט געווען. איך מאך א דיעל מיט דיר. די לייג דא ארויף די קליף אין איך וועל אלעדיגען אז די עולם זאל דיך גלייבן איידער נחום.
איך האב אויך געזאגט אז דאס קען נישט זיין, נאר דאס קומט שוין מיט הוספת ״נפיחה״ משלו צוצולייגען זיינע ניבול וואס ער וואלט בעצם געוואלט טוהן, נאר יענער האט אים מאלעסטעט דאס יא...
און פארשטייט זיך קיין קליפ איז נישט דא, ווייל דער וואס וואלט ווען געכאפט די קליפ ווייזט אז ער האט נישט קיין שום רחמנות, וואס דאס ווייזט אשר לא מזרע ישראל הוא, און גוים גייען נישט אין מקוה
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:28 pm
דורך נולד מאוחר
אבגד,כהאב הנאה די טוסט צים זאך די באשמיצט נחום א חזיר לשטתך.
פארוואס אבער זאלסטו נישט ענדערשט באשמיצען א חזיר וואס לייגט אונדזערע קונדער אין א סכנה. נחום איז א סכנה פאר אקריינישע מיידליך לדבריך, און העכענס רעדט ער חזריש, למעשה האט ער קיינעם נישט געטאטשט דא.
כקען דיר געבן א ליסט פון חזירים וואס דרייען זיך ביי אונדז און מקוה וואס די וואלסט געדארפט קודם קיערנעמען.
געגאנגען ארויף מיט ארבעל נעם דיך איבער די עכטע חזירים.
דיין מעשה איז אן אויסנאם חזירים האבן געווענדליך נישט די גאטס צי נעמען אן אומשילדיג בחור און עם באוואשען אין פובליק אז ער גאר די חזיר כדי זיי זאלן זיך קענען נאךגעבען זייערע תאות.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 4:23 pm
דורך אבגד
נולד, you're 100% right!
אבער איך זאג נאכאמאל איך קום קיינעם נישט דא באשמיצן (חוץ נחש הידוע וואס איז באשמיצט ועומד), איך קום זיך בעטן ביי כלל ישראל רחמנים בני רחמנים ווען איר זענט עוסק אין די עבודת הקודש פון טוהר המחנה, זעהט אז וואוילע אידן זאלן נישט בטעות געכאפט ווערן דורך די קוילען וואס ווערן געשאסן, און טאקע נולד, דו זאגסט אז עס איז דא חזירים וואס דרייען זיך צווישן אונז, דו ווייסט מכח ראי׳ אדער עד נאמן? אדער סתם געהערט פון דעם יענעם, ווי דער רב וואס האט גע׳גנב׳ט א ספר תורה און צום סוף האט זיך פשוט ארויסגעשטעלט אז איינער האט געזאגט אז ער האט גע׳גנב׳ט א תורה פון א ספר, די זאכן זענען דיני נפשות ממש און מען דארף אכט געבן וויאזוי מאיז דאס דן, און ווי באקאנט פון דעם אלטן פון קעלעם (אזוי דאכט זיך) ווי ער האט געזאגט אז יעדער איד דארף זיך זעצען לערנען הלכות דיינים וויבאלד עס שטייט הוי דן את כל האדם וכו׳ איז דאך יעדער א פערזענליכען דיין, און ווילאנג ער איז נישט אויסגעהאלטן מיט די הלכות דיינים טאר ער נישט פסק׳נען און אוודאי נישט קיין דיני נפשות.
בתקוה להבנה
(נ.ב. די אוקריינע מיידלעך זענען נישט קיין אידן?
, ועוד דארט ווייסט מען דערפון ווער ווייסט וואס ער איז עלול דא צווישן אונז)
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 4:41 pm
דורך מאטי
דו האסט בלויז ערגער געמאכט, ווייל ביז דו ביסט אנגעקומען האט יעדער געהאלטן אז לא גודים ולא ביצים! נאך א פאנטאסטישע קראנקהאפטיגע שגיון פון נחום. ביסטו געקומען און מודה געווען במקצת. יעצט דארף איך גלייבן אדער דיר אדער נחום.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 4:57 pm
דורך מצטמק ויפה
[tag]אבגד[/tag] הער מיך אויס די האסט א טעות, דו האסט א פעטע ביינדעל דא, און די מוזט זען עפעס צו טוען דא, מיט'ן פארציילען א מעשה דא אויף ק"ש האסטו זעכער נישט יוצא געווען.
ווייל אין הכא נמי מיר אלע ווייסען אז נחום רעדט שטותים והבלים במלאו מובן המולא, אבער למעשה דער עולם, גולם, טאמעיטעס, פאטעיטעס, הייבט שוין יא אן אפצוקויפן זיינע דברי הבל וחלומות, מיט די תם קשיא, אפשר דאך איז עס אמת???,
ממילא אז די האסט אזא זאפטיגע מעשה איז ממש א עבירה אז דו קומסט נישט ארויס מברר זיין מיט א קלארקייט דיין זייט פון די מעשה.
און טאמער ווי דו זאגסט אז דו ביסט דארט געווען בשעת מעשה, וואלט געדארפט זיין זייער גרינג צו זען וואס יענע'מס מאטיווען זענען געווען, און מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם דאס צו זען.
ממילא בעט איך דיר נאכאמאל טראכט איבער וואס איך זאג און קום ארויס שארף און קלאר.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 9:52 pm
דורך חזקיהו המלך
אבגד, טאמער די מעשה וואס די פארציילסט איז אמת דאן פארוואס גייט נישט דער בחור צי די פאליציי אין זעצט איין זיין אטאקירער, ער זאל פארציילען פאר די פאליציי די גאנצע מעשה, זיי וועלען אים אויפארשען אין טאמער זיי וועלען זעהן אז עס שטימט וואס ער פארציילט וועלען זיי איינזעצען זיין אטאקירער,
דאס איז די ערשטע זאך וואס ער דארף טוהן איז צי גיין צי די פאליציי,
טאמער ס'נישט אמת אז ער האט געבאבערט יענעם'ס קינד וועט עס שנעל קלאר ווערען, ביי א קינד זעהט מען זייער שנעל צי ער זאגט אמת, דאס קינד קען בדרך כלל נישט זיין מער כיטרע פין די אויספארשער, אין טאמער מען וועט איינזעצען זיין אטאקירער אין אים ריינוואשען וועט זיין נאמען ריינגעוואשען ווערען,
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:09 pm
דורך אבגד
מצטמק, דו ביזט זייער גערעכט אבער זאלסט וויסען אז אזעלעכע פעטע ביינדלעך האט מען שוין געהאט גענוג און נאך, עס איז שוין אמאל געווען ווי מהאט צונומען זיינע מעשיות שקרים ווי מען האט pinpointed אויף יעדע איינע ווי מעשה שקר עס איז, ווי איך אליין האט מיטגעהאלטן איינע אזוי ווי שוין פריער דערמאנט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן און עס וועט ווייטער אויך נישט העלפן ווייל אזוי ווי דו זאגסט עולם גולם טאמעיטא פאטעיטא עפל סנעפל גלייבט עניוועי אלעס, ווייל ברית כרותה לשפתים גזירה על לשון הרע שיתקבל על הלב בפרט ווען עס ווערט אראפגעלייגט מיט ניבול און חאזעריי, אשר ע״כ בין איך דוקא נישט געקומען דא אויפווייזן די שקרים פון דעם נידריגען פארשוין, און this will not make it or brake it, און איך וויל אביסל בארוהיגן דעם עולם אז בעצם האט מען געטוהן דערין אסאך אויפצוווייזן דעם אומשולד סיי פאר די ישיבה און אזוי אויך אין ביהמ״ד און קודם האט עס געהאלפן א רעטעך ווייל היינט אין דעם ענין איז א יעדער א שולדיגער, אבער בעז״ה האט עס געהאלפן, און צוביסלעך האפט מען בעז״ה אז דער בחור וועט ארויסקריכען דערפון און קומען צו זיך (וואס דאס איז לדעתי כמעייל פילא בקופא דמחטא).
נאר בעצם איז געווען מיין תכלית דערין נישט אזוי ווייט געצילט צו דעם חזיר, נאר עס האלטן אין איין אויפקומען פארשידענע אזוי גערופענע שומרים על כלל ישראל, וואס טייל דערפון זענען אליין חזרים, מאלעסטערערס, און טאנצן פאר שמחה ווען מען קען ב״ה פארשמירן א איד מיט דעם ענין, וואס ווען דו טוסט זיי קאנפראנטען איז זייער גאנצע ידיעה געבויעט אויף א שמועה איש מפי פיש פון דעם ערשטען שקרן מנוול, און דער עולם גולם וכו׳ קויפן דאס אפ פאר גוט געלט, און יענער דארף מען שוין הרג׳ענען, מסרס זיין, וכו׳, - איין מינוט! Calm down האסט אריין געטראכט א סעקונדע פאר דו האסט אזוי אנגענומען די שמועה צו מעגליך אז עס איז נעבן אמת קיינמאל נישט געשטאנען, און שוין האסטו יענעם אפגע׳פסק׳נט למיתה היותר חמורה מכל ד׳ מיתות ב״ד, - יענער שטייט און רייסט זיך די האר פון קאפ וואס ער קען טוהן זיך ריינוואשן און אויפווייזען זיין אומשולד, און ביזדערווייל ליידט ער זיך צוזאם שבעה מדורות גיהנם און בושות ביז איבערן קאפ, אבער יענער האט אים שוין אפגעסטעמפעלט, - איך זאג נישט עס איז ליידער דא במחנינו וואס מען דארף קער נעמען, און אפילו טאמער איז דא א חשד אויף איינעם דארף מען דאס קער נעמען בכובד ראש און אויספארשען די ענין, וואס קען זיין אז דער גאנצע זאך איז א הוילע שקר, וואס טאמער דאס ווייזט זיך ארויס וואס וועלן טוהן די אלע אידן וואס האבן אים געטרינקען זיין בלוט מיט א hose, - אשר ע״כ טייערע אידן איך בעט אייך לאמיר נישט אריין קריכען מיט די מלחמה אין עבודת הקדש לטוהר המחנה צום שטן אין די האנט, וואס ליידער האט ער עס שוין פארכאפט דריי פערטעל, וואס דאס איז טאקע די סיבה (אזוי ווי שוין ערווענט ערגעץ דא אין שטיבל) וואס אסאך ערנסטע אידן וואס האבן טאקע געטוהן אין דעם ענין און אויפגעטוהן, האבן זיך שטארק ארויסגעלאזט פון טוהן אין דעם ענינים, טאקע וועגן דעם ווייל עס געפירט דורך דעם שטן אליין מיט אנדערע מעטאדן ווי אונז האבן מיר, און נאכאמאל לאמיר ארבעטן דעם עבודת הקודש משולב מיט אהבת ישראל.
און חזקיהו ביזט אויך גערעכט אז ער קען דאס טוהן אבער דער בחור זיכט זיך נישט נאך פרסום, דו זעסט דאך אז דער עולם קען נישט זיין נאמען און מווייסט נישט פון וועם מ׳רעדט, כאטש דארט אין ביהמ״ד ווייסט מען דערפון אבער די גאס ווייסט נישט דערפון און ער וויל נישט זיין אין יעדעמס מויל, אזוי האפט ער אז דער עולם וועט צוביסלעך זיך בארוהיגן און פארגעסן, און נאכדערצו אז אסאך האבן שוין איינגעזעהן אין זיין אומשולד.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:25 pm
דורך גנדי
אבגד,
די פארציילסט אז די בחור האט זיך שוין אפגערעדט פאר א שטיק צייט אז די מענטש שטופט זיך אריין בטעות וכו׳
אויב דיין מעשה איז אמת זענען שולדיג די אלע וואס האבן געהערט די בחור זיך אפרעדן און נישט איינגעזעצט די מענטש.
דיין מעשה צייגט מיר איבער אז נחום׳ס מהלך פון איינזעצען איז די איינציגסטע וועג. אפילו פאר קליינע עבירות.
אפילו אויב נחוםס ווערשיאן איז אמת דארף מען דעם אינגערמאן איינזעצען פארן אנרורען א בחור.
ממה נפשך דארף דער אינגערמאן ווערן איינגעזעצט.
און אפשר איז שוין צייט אז בחורים זאלן ווייניגער גיין אין מקוה. לויט ביידע ווערסיעס. (לאפוקי פון די בריוו צום בלאט)
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:45 pm
דורך איחוד פעלד
אוי וויי, יכה נחום את נחום, איין בעל דמיון פרעגט אפ דער צווייטער בעל דמיון. ואני אנה אני בא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:34 pm
דורך אבגד
גנדי!
איך מיין אז פונקט פארקערט ווייל עס איז דא דער קרומע מהלך פון דעם נחש אז מען דארף גיין מיט יעדן אפילו נאר אויף א חשד בכל חומר הדין דאס האט דא צוריקגעהאלטן די אלע אידן און דעם בחור פון טוען עפעס פון פאראויס, דער בחור און אזוי אויך אנדערע אידן זענען נישט גרייט איינצוזעצן א איד וועגן א חשד אדער פאר א קלייניקייט, נאר דער ריכטיגער מהלך וואלט געווען אז מ׳זאל אפיר נעמען דעם איד צווישן פיר אדער זעקס אויגן און אים זאגן הער אויס! דאס און דאס הערט מען אויף דיר איז עס נישט אמת נאר א דמיון איז גוט, אויב נישט זאלסטו וויסן מהאלט א אויג אויף דיר און די מינדעסטע זאך וואס וועט זיך דאכטן אז דו קומסט אין בארירונג מיט א אינגעל און בחור זאלסטו וויסן עס וועט זיין ביטער, וואס דא ביי דעם פאל וואלט עס לכאורה געהאלפן ווייל דער איד וויל טראגען א שיינעם נאמען, נאר פארוואס האט מען דאס נישט געטוהן, ווייל עס איז נישט דא ווער, די אלע נארמאלע ערליכע אידן וואס פלעגן טוהן אין די נושא האבן זיך אפגעטראגען ווייל אפאר פאלנע משוגעים מנוולים האבן איבערגענומען די לייצעס און וועגן דעם האט עס אזא פנים, השי״ת זאל שוין אויסרייניגען די קוצים מכרם בית ישראל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:32 pm
דורך איחוד פעלד
און וואס וועט מען טוהן נעקסטע מאל ווען עס דארף ווערען ביטער?
נאך אמאהל סטראשען אונטער פיר אויגען?
אזער דער צווייטער מאל וועט אים שוין סטראשען אן אנדערע פאר אויגען, וכן לעולם.
להוי ידוע לך אז דער סטראשעריי גייט שוין אהן פאר פערציג יאר, און דער רעזאלטס זענען ...... נחום ראזענבערג......
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:50 pm
דורך אי איתמר
איחוד פעלד האט געשריבן:און וואס וועט מען טוהן נעקסטע מאל ווען עס דארף ווערען ביטער?
נאך אמאהל סטראשען אונטער פיר אויגען?
אזער דער צווייטער מאל וועט אים שוין סטראשען אן אנדערע פאר אויגען, וכן לעולם.
להוי ידוע לך אז דער סטראשעריי גייט שוין אהן פאר פערציג יאר, און דער רעזאלטס זענען ...... נחום ראזענבערג......
פארוואס זאל נישט סטראשענען העלפען ?
אין אויב סטראשען העלפט נישט איז ער דך א חולה מסוכן(תרתי משמע)
דארף מען איהם ארינפירען אין שפטאל/משוגעים הויז, וואס עפיס אין תפיסה?
[אין לי עסק בנסתארות]
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:58 pm
דורך לאליפאפ
אבגד האט געשריבן:יז ער צוגעגאנגען צו דעם בחור און זיך גענומען שרייען אויף אים ״דו זאלסט מער נישט טאטשן מיין זוהן״ און באותו מעמד האט ער מקיים געווען דעם כאיל תערוג וכו׳ ״כן נפשי תערוג״ אזוי ווי דער מאירי טייטשט ״לשון צעקה והמיה מרוב תאוה וכוסף״, (נישט ווי דער מנוול האט געטייטשט אז עס מיינט טאנצן), און האט אויסגעגעבן זיין גאנצע תאוה אויף אים, נישט געטאנצן אזוי ווי דער חזיר זאגט, נאר מאלעסטעט אויף א שרעקליכען אופן
Oral האט ער אויך געמאכט דארט אין מקווה בשעת'ן שרייען "טאטש נישט מיין זון"? אפשר ביסטו מסביר אביסל וויאזוי דעיס שטימט בכלל? טאמער א בחור טאטשט מיין זון גיי איך אים נישט מאלעסטן, א צווייטער יא?
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:01 pm
דורך אבגד
איחוד!
ביזט אביסל מיסד אינפארמירט אדער ביזטו אנגעפרעסן פון נחום'ס האטליין, אבער אין די לעצטע יארן האבן זיי אסאך אויפגעטוהן, און אסאך האט מען געראטעוועט מען האט אפילו געהייערט א דעטעקטיוו וואס מען האט זיי אנגעשראקען און מיט דעם איז דאס געגאנגען א מחי', און דאס וואס דו ווייסט נישט דערפון איז דאס זיי צו פארדאנקען וואס זיי זענען נישט געגאנגען אויסברעכן אין די גאסן אזוי ווי די חזיר הידוע, און מען קען זאגען אז מען האט אסאך מער געראטעוועט ווי מען קען היינט וואס נארמאלע מענטשען האלטן זיך צוריק צו טוהן אין דעם נושא כנ"ל, נאר מען דארף דיך פארלאזען אז די מאלעסטערערס וועלן אליין מער מורא האבן, וואס דאס געשעט נישט נאר זיי וועלן זיכן מער פראטעקשאן אז מען זאל זיי נישט קענען קלאגען, אדער אזוי ווי אונזער מעשה צו דו ווילסט עס גלייבען צו נישט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:04 pm
דורך אבגד
לאליפאפ האט געשריבן:Oral האט ער אויך געמאכט דארט אין מקווה בשעת'ן שרייען "טאטש נישט מיין זון"? אפשר ביסטו מסביר אביסל וויאזוי דעיס שטימט בכלל? טאמער א בחור טאטשט מיין זון גיי איך אים נישט מאלעסטן, א צווייטער יא?
איך הייס נישט נחש רשעבערג וואס לעבט אויף ניבול פה און איך בין נישט גרייט מיך מנבל זיין אפילו בכתב, און דאס זענען זאכן וואס השתיקה יפה להם, אנטשולדיגט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:10 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אנטשולדיגט איך האק דא אריין, אבער דער קליפ איז געוואלדיג. ס'איז אלטע סחורה, אבער א גוטע קליף קען נישט שאטן איבער קוקן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=z9udqAUPm7M[/youtube]
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:48 pm
דורך גנדי
הא הא. ווער געדענקט? דעמאלטס איז נחום נאך געווען גוט מיט טשארלס היינס...