בלאט 29 פון 50

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
פון הרב שטיינמעץ'ס פנים זעהט נישט אויס אז ער איז מתיר. כ'גיי שוין אויסמעקן די נאמבער פון ספיד דייל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:19 pm
דורך קרעקער
אזויפיהל ליצים ארויפגעלייגט אויף איין דעקל
רחמנא ליצלן
איך מיז מיך איינהאלטען פין שרייבען וואס איך וויל

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:01 pm
דורך מארמאראשער
איך ברויך א PDF אדער בילדער פון אלע ארטיקלען פונעם מאמענט וואס מבאשרייבט לעצטנס די אניאגראם

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:13 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]מארמאראשער[/tag]/
ס'פאלט דיר נישט ביי צו שטיצען די מאמענט מיט'ן קויפן אויב ס'איז דיר אזוי וויכטיג די ארטיקלען???

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:26 pm
דורך מארמאראשער
גראדע קויף איך עס יא די ערשטע פון די סעריע אניגראם ארטיקלען האביך ביי מיר אבער פאריגע וואך האב איך עס נישט געקויפט פשוט ווייל די דעקל איז מיר נישט געפאלן אבער די ארטיקל ברויך איך יא ממילא בעט איך עס דא און שטיבל

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:46 pm
דורך רימון
מארמאראשער האט געשריבן:איך ברויך א PDF אדער בילדער פון אלע ארטיקלען פונעם מאמענט וואס מבאשרייבט לעצטנס די אניאגראם

איך ברויך א פידיעף פון אלע מאמענטס זינט דעם ערשטן טאג.
וואס פאר א מין גערעדאכטס איז דאס, מאמענט איז א ביזנעס און זיי פארקויפן זייער פראדוקט פאר פינף טאלער א שטיקל.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:48 pm
דורך מארמאראשער
האו עבאוט א ליינבארע פיקטשער פונעם ארטיקל בלויז א טובה צו טון א יוד??? כמיין כמיז נישט צאלן 5-6 טאלער פאר א קליינע ארטיקל,

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:54 pm
דורך ירא שמים
וואס איז די מעשה מיט דעם טעלעפאן מנין?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 8:07 pm
דורך רימון
מארמאראשער האט געשריבן:האו עבאוט א ליינבארע פיקטשער פונעם ארטיקל בלויז א טובה צו טון א יוד??? כמיין כמיז נישט צאלן 5-6 טאלער פאר א קליינע ארטיקל,

די ''טובה'' קען זיין אן ערנסטע שאלה פון השגת גבול.
מוזן מוזטו גארנישט אבער קאפירן יענעמס ארטיקל וואס זיצט אויפ'ן מארק צום פארקויפן האט נישט קיין שום הגיון און דאס פארלאנגען אויף אן עפנטליכן פלאטפארמע מיט אזא בלעכענעם גלייכגילטיקייט איז א גרויל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:05 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט דעם טעלעפאן מנין?

שעמסט דיך נישט צו פרעגן? לויטן מאמענט איז דאס א סקאנדאל, און דו ווייסט נישט דערפון? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?...

ערנסט גערעדט, איך מיין אז דאס איז אזא ליוו האטליין מיטצוהאלטן מיט א מנין פאר די אידן וואס קענען ליידער נישט ארויסגיין פון שטוב/שפיטאל/מושב זקנים, די גרויסע סקאנדאל האט לכאורה געפלאצט ווייל מ'ווערט אפשר נכשל מיט אמן לבטלה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:06 am
דורך שמעקעדיג
פרשת בא

.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 1:28 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת בשלח

.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:16 am
דורך [NAMELESS]
דער מאמענט האט זיך ביי מיר איינגעקויפט א בליק אלץ א מאגעזין וואס באשטייט פון א גוטע פיקטשער אויפן דעקל מיט גוטע העדליינס, חוץ דעם פירקלען זיי א דרייסיג פערציג דפים מיט הויעך געשפריצטע ווערטער אן קיין טראפ אינהאלט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:26 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת יתרו

.

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת משפטים

.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:32 pm
דורך ליפא
IMG-20160207-WA0034.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:21 am
דורך שמעקעדיג
מיין לייק איז פאר ר' יצחק משה

נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:25 am
דורך קאצקע ציקער
ליפא האט געשריבן:
IMG-20160207-WA0034.jpg

דער געט צו האקן אויף אלע באקן

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת תשא

.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:12 pm
דורך שמעקעדיג
פקודי :P ר"ח אדר

.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט א גאנצע ארטיקעל וועגען דרייליך אבער ס'איז נישט דא אפילו איין פיקטשער פון דעם מענטש???

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:08 am
דורך קאמפיאטער
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט א גאנצע ארטיקעל וועגען דרייליך אבער ס'איז נישט דא אפילו איין פיקטשער פון דעם מענטש???

האסט שוין בכלל געזעהן א פיקטשער פון אים?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:21 am
דורך [NAMELESS]
נישט וואס איך געדענק