בלאט 29 פון 214

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:23 pm
דורך בונדל
ס'זענען דא אינטערעסאנטע נושאים ווי איך שפיר אז איך קען - אדער דארף גאר - אריינרעדן. שלום עליכם צו אלע חברים אינעם פארום. ווינטשט מיר א כתיבה וחתימה טובה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 8:11 pm
דורך יצר טוב
ב"ה כהאב אסאך שוין געהערט פון קאווע שטיבל שוין יארן צוריק אין סאיז מיר נישט קיינמאל אויסגעקימען זיך אריין צו שרייבן אינם וועב זייטל. לעצטענס האטס זיך מיר אנגעכאפט אשטארקע תשוקה פאר אידיש שרייבן. אין איך מאך ב"ה אסאך פראגרעס. האט מיר א חבר ג'עצט שרייב זיך איין אין קאווע שטיבל דארט איז פיינע נייעס דארט וועסטו באקומען אסאך נאלעדש..
דעריבער וויל איך עס דשוינען....

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:07 pm
דורך ביליג
נאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
זה הביליג טייער יהי'.
שלום וברכה.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:22 am
דורך געוואלדיג
יצר טוב האט געשריבן:ב"ה כהאב אסאך שוין געהערט פון קאווע שטיבל שוין יארן צוריק אין סאיז מיר נישט קיינמאל אויסגעקימען זיך אריין צו שרייבן אינם וועב זייטל. לעצטענס האטס זיך מיר אנגעכאפט אשטארקע תשוקה פאר אידיש שרייבן. אין איך מאך ב"ה אסאך פראגרעס. האט מיר א חבר ג'עצט שרייב זיך איין אין קאווע שטיבל דארט איז פיינע נייעס דארט וועסטו באקומען אסאך נאלעדש..
דעריבער וויל איך עס דשוינען....


ותן בנו ותן בנו יצר יצר טוב...

שלום עליכם

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:22 am
דורך בעל מדות
ביליג האט געשריבן:נאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -מי מנוחות פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני

מאכסט א קיגל דא, און איך וואלט פארדאמט דא דיין צוגלעכענען די מי מנוחות וועלכע מען קען נישטאמאל מיינען אז עס קימט פון קאווע שטיבל מיטן גאר אינהאלטס'רייכן פה-סח וועלכע איז געווען א סוקסעס אויף אן היסטארישע פארנעם, עניוועיס ווייס איך נישט צו עס איז ווערד צו זיך אפגעבן מיט די אלע ניקים וועלכע טראסקענען אריין דא ביים אויפסעטן די נייע פאון שוין מאכנדיג אן אקאונט אינאיינעם מיטן אינסטאלן אלע סאציאלע מידיא עפפס, קומט אריין דא אין לאזט אייך הערן אפט איך בין נאך אויך היבש ניי דא און איך זאג אייך עס איז א פיין מקום.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 9:49 am
דורך ביליג
בעל מדות האט געשריבן:
ביליג האט געשריבן:נאכן ליינען און אדרוך ליינען אריטקלען און מיינונגען פון פון די ק״ש גמיינדע פאר איבער 2 יאר הנאה האבענדיג ידעה מיניט (אפילו שבת ויום טוב -מי מנוחות פה-סח וכו׳) אן אריינרעדען נאר זיין א זייטיגע טרינקער האב איך גענימען די מי און זיך אריינשרייבן הנאה האבן און מהנה זיין ... הערטס און האטס הנאה - קרעדיט ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני

מאכסט א קיגל דא, און איך וואלט פארדאמט דא דיין צוגלעכענען די מי מנוחות וועלכע מען קען נישטאמאל מיינען אז עס קימט פון קאווע שטיבל מיטן גאר אינהאלטס'רייכן פה-סח וועלכע איז געווען א סוקסעס אויף אן היסטארישע פארנעם, עניוועיס ווייס איך נישט צו עס איז ווערד צו זיך אפגעבן מיט די אלע ניקים וועלכע טראסקענען אריין דא ביים אויפסעטן די נייע פאון שוין מאכנדיג אן אקאונט אינאיינעם מיטן אינסטאלן אלע סאציאלע מידיא עפפס, קומט אריין דא אין לאזט אייך הערן אפט איך בין נאך אויך היבש ניי דא און איך זאג אייך עס איז א פיין מקום.

טעיתי !

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 9:51 am
דורך געוואלדיג
אז דו קענסט מודה זיין אויף א טעות באלאנגסטו טאקע דא, יהא בואך לברכה.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 1:07 am
דורך ירוחם
איך האב א שטארקע אינטערעסע אין היסטאריע
און אין אבזערווירן נושאים
און ווי אויך דורך טוהן געוויסע אידישקייט ענינים
נאכן זעהן וויאזוי מען קען אדורך טוהן אלע ערליי שמוסן מיט א ראוגקייט און עהרליכקייט
און עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:37 pm
דורך Specialist
איך האב ליב קאמפיוטער"ס אין אלע ערלי טעכנאלאגיע איך האף מיך אויס צו לערנען דא אסאך גוטע זאכען אין אויב די עולם קען נישט העלעך פריבערין צו העלפן מיט וואס איך בין specialized, אין איך האף מען וועט מיך שיין אויף נעמען,

Specialist

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:25 pm
דורך cictim
שטעטלעך , דערפלעך , געבן א בוסט פאר בלומענבורג , לעיקוואד , זשערסי סיטי , סטעטן איילענד , טשעסטער , קרית יואל , מאנסי , יעדער וועט עדות זאגן וווען מערעדט מיט א פרעמדען גוי פארשטייט ער נישט ווי די יודן האלטן עס אויס דא , נישט נאר די געלט חלק , די טראפיק , פארקינג , עניטינג , סאיז אזוי ארויס פון מענטשליכע באוועגונג צו וואינען דא , ברוחניות ובשגשמיות , פרעג עני וואן וואס האט אוועק געמופט לעצטענס , ער פארשטייט נישט וויאזוי ער האט געקענט וואינען אין אזא שטאט , די דאזיגע ראשי קהלה דערמאנען פון דער אלטער היים וואס פלעגען געוועלטיגן מיט בארבארישקייט אויפן ציבור , איך זיך נישט צו העצן קעגן רבנים , אבער רוב רעבילעך וואס גייען זיין די ביי די מיטונג , האבן די זעלבע פראבלעם ווי די ראשי קהלה , טאמער די עולם מופט, בלייבן זיי אן מענטשן , איך רעד פון די קליינע בתי מדרשים , נישט קיין קהלה'ס , אבער נאך אלע מעשות ווער סהאלט מיט , גייען פון אנגעהויבן יעצט שבועות ביז ראש השנה , אוועקמופן אפאר הונדערט משפחות פון ווילי קיין מאנרא /מאנסי

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
אשר ע"כ?

פארוואס זאגסטו עס דא?
און וואס מיין cictim

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:41 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב מורא דא איז גישעהן א פארדריסליכע טעות דער ניק זעהט אויס ווי טעותדיגע אותיות און זיין אינטרעדאקשען איז די לעצטע חלק פון דער תגובה

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:49 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:אשר ע"כ?

פארוואס זאגסטו עס דא?
און וואס מיין cictim

אפשר א צוזאמשטעל פון 'סיטי' און 'וויקטים'??

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:46 pm
דורך ונבנתה העיר
עטץ קענסט נישט קיין ענגליש? 'סיסטעם'.

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
די ספעלינג הוא גופא איז א פראדוקט פונעם cictim. בכל אופן וועלקאם עבארד.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:11 pm
דורך הק זעמל
שלום וברכה קאווע טרינקער מיין נאמען איז זרח יהודה זעמיל זאלצשטיין מרופט מיך הק זעמל נישט פארמישען זעמל פון די פלעיס
די סיבה פארוואס איך שטעל מיך צו טרינרען קאווע דא אין קאווע שטיבעל איז משום מעשה שהיה פאר 2 טעג צירוק קים איך אריין ביי מיר אין בית המעדרש איך בין געווען שפעט צו מיין חברותא בקיצור איך לויף אריין אין קאווע שטיבעל אין גארנישט נישט קיין קאווע נישט קיין מילך אביסל הארטע פארגליווטע ציקר פון שריים פון נעכטן ניטאמאל סטראס וואס די קינדער באגנבנען שוין איך לויף צום שמש מיט א בהלה אבער פאר איך עפען זיך דאס מויל ווייזטער מיך אויפען פרנס השבועה צעטיל איז שוין אפגעלאפען און ווי לאנג סאיז נישט דא קיין נדבן איז נישטא קיין קאווע סהעלפט נישט גארנישט שוין בין איך געגענגען זיכן א קאווע שטיבעל ווי מקען טרינקען קאווע אן קיין זארג פון נדבנים נו וויאזוי סירטשט מען היינט תשעה מנעמט דעם סעל מגוגולט אריין קאווע שטיבעל און אט דא בין איך

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 1:13 pm
דורך קאווע טרינקער
הק זעמל האט געשריבן:שלום וברכה קאווע טרינקער

עליכם החיים והשלום

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:03 pm
דורך איך אויך
פאלט מיר יעצט איין ,די קעפל שטייט פאָרשטעלן אדער פאַרשטעלן?

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:04 pm
דורך הק זעמל
איך זיץ דא אין שטיבעל פאר קוים אפאר שעה און איך מיז אייך זאגען איך לייק, פשוט אזוי ווי ס'הערט זיך איך לייק די קאווע, איך לייק די ציקער, איך לייק די מילך, אפ די סטראס זענען פון גוטע קוואליטיט
און א קאווע שטיבעל וואס מקען ליגן אין בעט און טרינקען איז נישט קיין נסיון צו לייקען שכח פאר די לייקס

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:17 pm
דורך הק זעמל
איך האב פארגעסן צו זאגן אז די קאווע דא מעכט נישט קיין בויך ווייטאג

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
דא איז אויך דא קאווע בונדלעך, די חברה קענען נישט נאר מאכן בויך ווייטאג, נאר אויך קאפ ווייטאג.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:27 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
הק זעמל האט געשריבן:איך האב פארגעסן צו זאגן אז די קאווע דא מעכט נישט קיין בויך ווייטאג

נאך איין פרט, די קענסט טרונקען קאווע אויך פאר עס אדורך זעקס שעה פון זיך אנעהסען מיט בשר בהמה,
עניוויי אויף הכנות צום דאווענען וועט די קאווע נישט קיין סאך קומען צו הילף, דא דארף מען שוין א הייסע עכטע קאווע אזוי שווארץ וי די פרענקען אדער די בני חם, און בנוסף צום לילקע צובעך וועט עס פארען געשמירט.