בלאט 29 פון 30
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:17 am
דורך קאווע טרינקער
וואס גייט פאר?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 10:01 am
דורך פלעין יודיש
קען איינער קלאר אראפלייגען וואס דארט גייט אצינד פאר?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
די טשיינע רעגירונג האט אראפגענומען די פארבאט אויף פאמיליעס צו האבן מער ווי איין קינד, פון יעצט איז ערלויבט צו האבן צוויי,
דאס קומט אין א פראוו צו ראטעווען די ארטיגע עקאנאמיע וואס ליידט פון א שטארקע עידזש געפ,
די טויש איז אויפגענימען געווארן מיט געמישטע רעאקציעס מיט א טייל וואס פרייען זיך, אבער א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג איז שוין צוגעוואוינט דערצו און איז נישט גרייט צו טוישן,
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 2:45 am
דורך petergrifin
שווערע אנטי איסלאם-אימיגראנטן פראטעסטן און ריאטס האבן אויס געבראכען אין אייראפע ווי אויך אין אוסטראליע.
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... EGIDA.html
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:52 am
דורך פרייוויליג

טעלעגראם - די גרעסטע קאמפעטעטער פאר וואטסעפפ - יצא לאור עולם פאר צוויי א האלב יאר צוריק. וואטסעפפ האט נישט לאנג צוריק געמאלדן אז זיי האבן שוין א ביליאן יוזערס. יעצט איז געקומען די נייעס פון
טעלעגראם אז זיי האבן דערגרייכט 100 מיליאן אקטיווע יוזערס. און 350 טויזענט נייע אקאונטס קומען צו יעדן טאג. טעלעגראם דעליווערט
15 ביליאן מעסידזשעס יעדן טאג. און לויט וויאזוי די נומערס ריקן זיך וועט נישט דארפן נעמען לאנג פאר טעלעגראם צו דעפיטען וואטסעפפ וואס איז ערשט ארויסגעקומען אין 2010, 6 יאר צוריק.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:12 pm
דורך פרייוויליג
צוויליניג חתונה געהאט מיט צווילינג און ביידע געהאט
צווילינגס
חמשה בכרס אחד!
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:28 am
דורך נעגעל וואסער
א מאמע אין ווייטן אויסאליע האט געהאט 5 געזונטע קינדערלאך (quintuplets) אין january, האט היינט פובליצירט שמעקי בילדער.
15 יאריגע בחור מאכט נייעס
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:50 am
דורך שאולדיספריםפאקער
א 15 יאריגער בחור האט היינט אנדעקט א פארלוירענע שטאט און סאוט אמעריקע
https://www.google.com/amp/www.independ ... nt=safari#
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:58 pm
דורך טמיר
קול מבשר מעלדעט אז עס איז מעגליך דא א פרואוו פון אן אויפשטאנד אין צפון קוריאה אנטקעגן די רעגירונג. אויב עס איז ריכטיג איז עס פון זייט פרייליכע נייעס אז די ערגסטע מלכות הרשעה קען אפשר קומען צו אן ענדע, און שרעקעדיגע נייעס ווער ווייסט וויפיל לעבנס דאס וועט קאסטן.
לאמיר מתפלל זיין און אינזין האבן ביי מלכות הרשעה מהרה תעקר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:07 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב ממש נעכטן געלייענט אין די נייעס אז דער גרויליגער דיקטאטור מאכט ביטערע ליצנות פון זיינע נאנטסטע מענטשן, ממש צו שאנד און צו שפאט, זיין סעלפישקייט האט נישט קיין גרעניץ, שוין צייט ער זאל האבן א מיאוס'ע מפלה און זאל בלייבן פארצייכענט לחרפה ולדראון עולם.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן.
פון וואו נעמט קול מבשר די אינפא?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:26 pm
דורך שלום על ישראל
דו זעהסט נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן ווייל עס איז געבוירן געווארן אין א לאנגווייליגע ק"מ אפיס...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:25 pm
דורך גיבור
ממש אין די מינוטן קומט אריין די נייעס אז די רוסישע אמבאסאדער צו טערקיי אנדרעי קארלעב איז געשאסן געווארן און אומגעקומען אין זיינע וואונדען דורך א אומאינדעפיצירטע שיסער,
באריכטן געבן אהן אז די שיסער האט געשריגן אללה אכבר און אז אין חאלעב שטארבן אומשילדיגע מאנטשן דורך רוסלאנד און יעצט וועסטו שטארבן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:06 pm
דורך גיבור
נישט אז איינער דא איז אינטרעסירט אין די נייעס, אבער יעצט קומט אריין אז די שיסער איז א טערקישע סעקיוריטי גארד.
GRAPHIC
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וועלט[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sdCvaxPnICI[/youtube]
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 4:42 pm
דורך שמעקעדיג
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.
דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 10:01 am
דורך רויטע וואנצעס
טעראר אטאקע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד.
א מעכטיגע אופרייס אין א מעטרא סטאנציע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד האט איבערגעלאזט צען טויטע און צענדליגע פארוואונדעט.
א פראפערטי ביליאנער רעסטארט א גארטן אויף פארנומענע לאנדאנע ג
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 3:23 am
דורך טאמבל סאס
אבי מען זאגט אז אלע פראפערטי גבירים רייסן אויס די גרינע איקאסיסטעם.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 8:26 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.
דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!
און עודך!
ווידעראמאל האט פאסירט א ענליכע שרעקעדיגע געשיכטע באותו מקום אין אינדאנעזיע, ווען א גרויסער פייטאן שלאנג האט אריינגערוקט גאנצערהייט א 54 יעריגע פרוי, וועלכע איז געגאנגען באקוקן איר פעלד.
נאכדעם וואס די פרוי האט זיך נישט צוריקגעקערט צו איר הויז די גאנצע נאכט, האט מען אנגעהויבן א זוך אקציע, ביז מען האט געטראפן דעם ריזן שלאנג מיט א גראבן בויך וואס האט זיך קוים געקענט רירן, מען האט גלייך פארשטאנען וואס דא טוצעך רח"ל, האט מען געקוילעט דעם שלאנג, עס אויפגעשניטן, און אכן נודע הדבר, די פרוי איז דארט געווען גאנצערהייט נאך מיט אירע קליידער! ה"י.
די יודעי דבר זאגן אז אזא שלאנג עסט נישט אויף דעם קרבן
לעבעדיגערהייט (אנדערש ווי געשריבן לעצטע יאר), נאר וועט עס קודם דערשטיקן און ערשט דאן איינשלינגען.
https://www.washingtonpost.com/news/wor ... -a-python/
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:59 am
דורך בן תורה
א דראמאטישע פאסירונג האט זיך היינט אפגעשפילט אין טיילאנד ווען מען האט אפגעפונען 12 יונגע קינדער פון א סאקער טיעם וואס זענען געגאנגען שפאצירן אין א cave מיט זייער סאקער קאוטש, נאכן זיין פארלוירן פאר גאנצע 9 טעג.
די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען פאריגע וואך שבת, יוני 23, ווען זיי זענען געגאנגען שפאצירן אין די cave פארקירענדיג זייערע ביציקלעך אינדרויסן און זענען ווארשיינליך געווארן סטאק נאכדעם וואס עס האט דארט שטארק גערעגנט פאראורזאכנדיג פארפלייצונגען דארט אין די cave.
א פארק באאמטע האט באמערקט די פארקירטע ביציקלעך און אלאמירט די אינסטאנצן וואס האבן מיט הילף פון באאמטע פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אמעריקע, אוסטראליע, טשיינע און נאך, דורכגעפירט א מאסיווע זוכעריי אבער מען האט זיך נישט געקענט אפגעפונען, דערביי געבענדיג שוואכע שאנסן זיי צו טרעפן לעבעדיג.
היינט, נאך איבער 9 טאג זיי זוכן האט מען אפגעפונען אלע דרייצן מענטשן אין א גוטן צושטאנד, אבער זיי זענען נאך דערווייל סטאק דארט אין cave צוליב וואס עס איז זייער שווער זיי ארויסצונעמען פון דארט צוליב די שווערע פארפלייצונגען דארט.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:50 am
דורך איסר האטלקי
זיי דארפן דארט בלייבן פאר לכה''פ 5 -6 חדשי,ם, חוץ אויב זיי לערנען זיך אויס צו דייווען, וואס איז די איינציגע וועג ארויס.
וויאזוי מען קען זיי שיקן עסן, אבער נישט ארויס זען פון דארט דורך א העליקאפטאר שטריק וכדו', ווייס איך נישט...
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:46 pm
דורך אונטער חכם
די עסן שיקט מען אויך דורך דייווערס.
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 12:49 am
דורך החוקר
סי.ען.ען. רעדט מיט א דייווער אין טיילאנד וואס איז מסביר די שוועריקייטן אנצוקומען צו די קינדער.
https://youtu.be/3g_-agsDW5o