בלאט 30 פון 37

איר אדער ער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:20 pm
דורך petergrifin
20141214_151620.jpg

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:22 pm
דורך petergrifin
א גאנצע ארטיקל מיט איר אנשטאטס ער. אדער פארשטײ איך נישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:03 pm
דורך פלעין יודיש
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

1.jpg

די עוולה גדולה פונעם 'קניפ אין די שאל'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:43 pm
דורך גנדי
די עוולה גדולה פונעם 'קניפ אין די שאל'


לכבוד "דער בלאט".

נישט אנדערש ווי ערווארטעט האט דאס קורצע בריוול אין בלאט פאראורזאכט א געשפרעך צווישן היימישן ציבור אז ענדליך פארדאמט שוין איינער די נארישע מאדע אז בחורים אן יונגגעלייט באקליידן זיך מיט'ן שאל דורכ'ן ארויפווארפן די עקן אויף די פלייצעס, ארייגייענדיג אין די שווערע שאלה צי מען איז נישט עובר אויפ'ן לאו פון "לא תלבש".

איך וויל אויך מעורר זיין אז די דרך ווי אזוי די סקווירא רבי שליט"א מאכט א קניפ אין די שאל איז א מאדע וואס קומט פון אויסגעלאסענע פריצות פון פאריז ארייגייענדיג אין די שווערע שאלה צי מען איז נישט עובר אויפ'ן לאו פון "לא תלבש".

איך געדענק אז מיט אריבער צען יאר צוריק האט כ"ק אדמו"ר מבאניאד שליט"א מעורר געווען איבער די פירצה לתלמידי ישיבתו ביי א כ"ו אב סעודה, נאכדעם וואס ער האט מיטגעהאלטען א קידוש לבנה אין די זומער אין סקווירא שטעטיל און סקווירא רבי שליט"א האט זיך באוויזען מיט די קניפ אין זיין שאל.

דער באניאדער רבי שליט"א האט בנועם שפתותיו שטארק אראפגעריסען די דאזיגע פירצה און אלע ענליכע מאדעס וואס קומען אינאיינעם מיט די נסיונות און חשכות הדור.

ב.ע.ז ווילימסבורג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]

1.jpg

פלעין יודיש: ייש"כ. אבער וואס איז דען נאך דא צו קאמענטירן איבער די פענע צום בלאט קאלום. די בריוון דארט זענען דאך איינס מער נאריש ווי די אנדערע. מדי שבוע בשבתו, ווען איך קויף דעם בלאט איז איינס פון די ערשטע זאכן וואס איך קוק איז די בריעפן. וואס איך קען נישט פארשטיין וויאזוי דערוואקסענע מענטשן שעמען זיך נישט ארויפצוברענגען אזאלכע שטותים אין פאבליק.
א קליינע דוגמא פון די סאבדזשעקטס וואס זענען דארט באהאנדלט געווארן לעצטנס. א מכלומר'שטע טענה פון א איד וואס דאוונט בכוונה ובמתינות. אז דער שמש זאל אכטונג געבן אז ווילאנג די ערליכע אידן ענדיגן דאווענען זאללן די פראסטע חברה נישט צו כאפן די טשיעז דעלקעלעך וואס דער בעל יארצייט ברענגט צו תיקון... :lol:
נאך א מעשה'לע (איבער אכילה.) א איד וועלכער ברענגט אייביג זייער גוטע קאקאש-קעיק אין ביהמ"ד פאר די מתפללים האט אויסגעפונען אין די ניין טעג אז די קאקאש-קעיק איז געבאקן געווארן מיט וויין. ער האט זיך אויפגערעגט. היתכן, וויין פאר תשעה באב? ער האט שוין געוואלט אויפהייבן א טעלעפאן און זיך קריגן מיט זיין ווייב. ביז א איד האט געראטעוועט זיין שלום בית און איהם געוויזן אין א ספר אז אפילו מ'טאר נישט טרינקען וויין אין די ניין טעג, אבער קאכן און באקן מיט דעם מעג מען יא. האט ער זיך בארואיגט... :lol: :roll:
אנטשולדיגט אז איך ברענג אזאלכע נארישע מעשיות. אבער דאס איז א קליינע סעמפל פון די תוכן פון די בריוון אין בלאט....!.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 10:23 pm
דורך יואליש
כ'זעה די וואך אז דער בלאט ראנגעלט זיך מיט טרעפן די אידישע ווארט פאר "בלעק" מענטשן אן א ראסיסטישע אונטערטאן. אין אמת'ן איז פילייכט נישט דא אזא ווארט אין אידיש אויף די מאמענט. ס'איז נישט די ווארט אלעמאל וואס איז ראסיסטיש נאר די היסטארי און קאנטעקסט וואס דאס האט אנגענימען. ממילא שווארץ וואס איז אויבענאויף די איבערזעצונג פון די אנגענימענע ווארט "בלעק" איז אבער נישט אזוי ריין צוליב די וועג וויאזי זי איז היסטאריש געניצט געווארן ווען די געזעלשאפט אין אלגעמיין איז נאך געווען מער ראסיסטיש. דער בלאט האט פאר יעצט אויסגעקליבן דאס וארט "טונקל-הויטיגע". ס'גריזשעט פארט אבער עכ"פ מ'זעהט אז דער בלאט דראפעט זיך פאר די ריכטיגע ווארט וואס פאר דעם אלין קומט זיך איר קרעדיט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:50 am
דורך פלעין יודיש
עהנמ.jpg

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:55 am
דורך ישראל קאפקע
וויפיל טפשות דארף א בריוו-שרייבער האבן אנצוקומען אין בלאט?

אזוי ּ סאך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:32 am
דורך בשבילי!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:01 am
דורך דריידל
בשבילי, ביסט ריזיג! כ'האב געדענקט אז ס'איז שוין געשטאנען אבער כ'בין נישט געווען אין די מאאד אויפצוזיכן, נאכדעם קליק איך אויף דיין לינק, והנה!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:42 pm
דורך יין שרף
[center][/center]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
:roll: :roll: :roll: :roll:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
איימיצער קען העלפן? ווי אזוי זאגט מען "טעיפ" אין אידיש?
איין מינוט, עס איז דען בכלל טעיפ?

.

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:04 am
דורך קאווע טרינקער
זיי כאפן נישט אז די משל ברענגט ארויס פונקט דאס פארקערטע פון וואס די שופר החריידיס היהדוס איז זיך מתיימר צו זיין????

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:10 am
דורך שמעון וואלף
זאג פאר דעם ש. ק. פון בארא פארק אז ער זאל אויפהערן צו פארפירן ווייל ערשט נעכטן האב איך אים געזעהן שרייבן אויף א וואטסעפ.

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:30 pm
דורך בעל מדות
די בלאט סוערט אריין, איינער דיסעגריעט מיט מיר?
איך שעם זיך עס צו קויפן, און ווען איך קויף עס יא באהאלט איך עס אונטער די ארדער באדעקט מיט מענגאס און אייזקריעם.

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישט שלעכט. נעבן די מענגאוס איז דער פלאץ וואו עס באלאנגט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:32 am
דורך שמעקעדיג
באלאנגט אינעם דייעט אשכול?
אדער אינעם "קוריאזן אין אונזערע אויסגאבעס" אשכול?

.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:05 am
דורך שמעון וואלף
א פלא אז נארמאלע מענטשן קויפן עס נאך. די רעדאקציע שרייט אפען ארויס אז זיי האלטן זייערע ליינער פאר בהמות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:47 am
דורך ישמעאל הכהן
די ארונישע פילטער גדר גייט מער נישט לאזן מעקן פעטע עסן. משומר וואקעלט זיך נאך וואס צו טון

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:53 am
דורך סאשי פיש
אזא פנים האט די גאנצע בלאט...!!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:59 am
דורך יואב
שמעון וואלף האט געשריבן:א פלא אז נארמאלע מענטשן קויפן עס נאך. די רעדאקציע שרייט אפען ארויס אז זיי האלטן זייערע ליינער פאר בהמות

שוין גארנישט אזא פלא. נארמאלע מענטשן ברויכן דאך אבער פארט קענען באטראכטן די העכסט-ארטיסטישע בילדער פון יענעם דרום-פאקיסטאנער וואס עסט ניסלעך מיט איין האנט, א כינעזער וואס באטראכט די האלבע לבנה, א דורכשניטליכן רעגן אין קינטאקי, א פויגל וואס זוכט בשלח ברעקלעך אין צפון מערב טיילאנד, א לאך אין א שאסיי אין דענמארק און אן עירקאנדישאנער אין מאנטיסעלוי וואס ליגט אין פענסטער ארום דעם גאנצן יאר.