בלאט 30 פון 55

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:26 pm
דורך קהל'ס נער
מרת פלעטבוש איז גוטע נייעס, זי האט נישט קיין גרעניצען, און פאר דעם האלט איך אז זי גייט געווינען.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:28 pm
דורך צומישט און צוחישט
היכי דמי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:11 pm נעקסט לעוועל!

פלעטבוש גירל האט זיך באזעצט אין סאטמאר שול אין מאנסי אויף מאנסי באלעווערט ווי זי דרייט איבער.

פאליציי אויף די סצענע
זי איז אין 1 אדער אין 13?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
קהל'ס נער האט געשריבן: מרת פלעטבוש איז גוטע נייעס, זי האט נישט קיין גרעניצען, און פאר דעם האלט איך אז זי גייט געווינען.

א מענטש וואס האט נעמט נישט אן די גרעניצן וואס נארישע מענטשן לייגן אויף איהם ארויף איז שוין א געווינער 8-)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:37 pm
דורך ארכיטקט
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זי איז אין 1 אדער אין 13?

אין 1, זי איז פריש..

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:38 pm
דורך קא משמע לן
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זי איז אין 1 אדער אין 13?

איינס

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:47 pm
דורך שפילער
She is a power house

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:18 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: א מענטש וואס האט נעמט נישט אן די גרעניצן וואס נארישע מענטשן לייגן אויף איהם ארויף איז שוין א געווינער 8-)

א מענטש וואס רעספעקטירט נישט די גרעניצן פון אנדערע מענטשן - אפילו נער'ישע, איז א גרויסע פארלירער 😵

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:24 pm
דורך ברוך שפינוזה
ולא קשיא, הא לן והא להו. דו רעדסט פון דיין עקספיריענס לעבנדיג אין א קהילה פון נארנים און דו האסט קאנסענקווענצן צו ליידן אויב שטעלסטו זיך נישט צו, איך רעד פון איינע ווי פלעטבוש גירל וואס האט נישט קיין שום סיבה זיך צוטוהן צומאכן פון די נארנים, ס'גייט איר נישט שאדן פאר שידוכים פאר די קינדער, קינדער אין די מוסדות, נאדא, סך הכל קוקן איר אפאר צוריקגעבליבענע חסידים אן קרום, זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:35 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:24 pm ולא קשיא, הא לן והא להו. דו רעדסט פון דיין עקספיריענס לעבנדיג אין א קהילה פון נארנים און דו האסט קאנסענקווענצן צו ליידן אויב שטעלסטו זיך נישט צו, איך רעד פון איינע ווי פלעטבוש גירל וואס האט נישט קיין שום סיבה זיך צוטוהן צומאכן פון די נארנים, ס'גייט איר נישט שאדן פאר שידוכים פאר די קינדער, קינדער אין די מוסדות, נאדא, סך הכל קוקן איר אפאר צוריקגעבליבענע חסידים אן קרום, זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.
1. מיין עקספיריענס ווייסטו נישט...
2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.

(דאס איז אגב א היפאקראטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע).

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:37 pm
דורך ברוך שפינוזה
זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו :)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:41 pm
דורך town1
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: 2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.

(דאס איז אגב א היפאקריטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע).

האסט זייער גוט געזאגט

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:50 pm
דורך לאכעדיג
למעשה איז זי ארויס פון סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי.
מען וועט אביסל רעדן אויף סאשעל מידיע און אין מקוה פון די מעשה וואס איז א רינגעלע אין די קייט פון אירע לעצטערע משוגעתן, און אלעס בלייבט ביים אלטן.

אבער לאמיר מאכן חזרה, וויאזוי האט נאר סאטמאר רב ז"ל געזאגט, מען דארף טאן און נישט אויפטאן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:13 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:37 pm זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו :)

מען ווערט א פארלירער פון דאס וואס איר האט געשריבן אז מען געווינט...
ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:57 pm
דורך town1
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

דו קומסט אריין זייער גוט און קלאר.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:16 pm
דורך חיי עולם
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:24 pm זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.
איך בין זייער נייגעריג די היסטאריע פון אירע קינדערישע יארן... איינער קען ברענגן א רעזעימע וויפיל מערכות זי האט געפירט דעמאלטס וויפיל איינגעשטעלטע האט זי גערודפט

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:19 pm
דורך וואסער
town1 האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

דו קומסט אריין זייער גוט און קלאר.

מענין לענין באותו ענין.
אין די לעצטע עפאכע פון Hashem loves you דארף מען געדענקען אז דער אויבערשטער האט ליב א "יעדע" איד, נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס.
און יא! נישט נאר אויב ער גייט מיט א טישורט און דזשינס מיט א קעפ אויף זיין טשופ.
נאר אפילו דער וואס גייט מיט א ריזיגע וואלענע ציצית און ברייטע ביבער הוט מיט לאנגע פיאות און בארד האט אויך דער אויבערשטער ליב.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:41 pm
דורך town1
ווער עס האט נאר וויי געטון/גערודפט א איד איז עס זייער שטארק צוריקגעקומען און מאכן מיט אסאך פראבלעמען,

טייערע אידן עס לוינט נישט,

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:42 pm
דורך לאכעדיג
זאג עס פאר די בערקאוויטש פאמיליע.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:44 pm
דורך גוטער
שפילער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:47 pm She is a power house
Oh yeah

אפילו זי גייט נישט געווינען בערקאוויטש, וועלן אסאך פאטענציאלע מעגנים טראכטן זיבן מאל, פאר דעם אליין איז זי א געווינער.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:46 pm
דורך מילך טראק
.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:47 pm
דורך מילך טראק
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: 2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.

(דאס איז אגב א היפאקראטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע).

דו זאגט עס ווייל דו האלטסט אז דו ביסט גערעכט, ווען ס'קומט צו נטורי קרתא, אדער לב טהור, זיי רעספעקטירסטו?? דו האלטסט אז זיי זענען איבערגעטריבן רופסטו עס אהן אביוז, משוגע, וועסטו אויך פראבירן צו שטערן יענעם.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:53 pm
דורך מילך טראק
town1 האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:41 pm ווער עס האט נאר וויי געטון/גערודפט א איד איז עס זייער שטארק צוריקגעקומען און מאכן מיט אסאך פראבלעמען,

טייערע אידן עס לוינט נישט,
פארשטייט זיך אליינס אז אויב מטשעפעט איינעם וואס איז נישט אין די סיסטעם דענסמאלסט ווערט מען געבענטשט מיט אלע ברכות

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:55 pm
דורך שמן למאור
וואסער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:19 pm
מענין לענין באותו ענין.
אין די לעצטע עפאכע פון Hashem loves you דארף מען געדענקען אז דער אויבערשטער האט ליב א "יעדע" איד, נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס.
און יא! נישט נאר אויב ער גייט מיט א טישורט און דזשינס מיט א קעפ אויף זיין טשופ.
נאר אפילו דער וואס גייט מיט א ריזיגע וואלענע ציצית און ברייטע ביבער הוט מיט לאנגע פיאות און בארד האט אויך דער אויבערשטער ליב.

מענין לענין באותו ענין.

איינער זאגט מיר לעצטנס אז די גאנצע איי לאוו יו האשעם מאוומענט געפעלט אים זייער נישט. מען האט גענומען דעם באשעפער און געמאכט פון אים א גאנצע אפגאט.