בלאט 30 פון 46

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:04 pm
דורך קינד_אן_קייט
אז די ערשטע ווערסיע פון א מאשין גאן, איז ערפינדן געווארן מיט׳ן ציל צו ראטעווען מענטשליכע לעבנ׳ס.

Gatling invented the Gatling gun after he noticed that a majority of the soldiers fighting in the Civil War were lost to disease rather than gunshots. In 1877, he wrote: It occurred to me that if I could invent a machine – a gun – which could by its rapidity of fire, enable one man to do as much battle duty as a hundred, that it would, to a large extent supersede the necessity of large armies, and consequently, exposure to battle and disease [would] be greatly diminished

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:31 pm
דורך טאמבל סאס
יא וואדע, דער תירוץ פון א גילטי קאנשענס. פון וואנעט קומט דיזיז און אינפעקשאן אויב נישט פון וואונדן וכדומה. בקיצער, אינדזשעריס פון שלאכטפעלד. ווייניגער געשעדיגטע פון דיין זייט און מער פון די צד שכנגד איקוואלט נישט צו דער אזוי גערופענער ציהל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 10:30 am
דורך קל וחומר
אז די באקאנטע טערם abracadabra מיט וואס magicians באניצן זיך (עפ"ר ביי stage performance), מקורו בארמית, אברא = איך וועל באשאפן, כדברא = בשעת איך רעד.

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 12:31 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז:
דער לעצטער אידישע גענעראל אין ארץ ישראל איז געווען בר כוכבא.
דער ערשטער אידישע גענעראל אין מדינת ישראל איז געווען יגאל ידין.
יגאל ידין איז געווען דער וואס האט געטראפן די באהאלטענע בריווען פון בר כוכבא!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=juwF2Eo_Z-0[/youtube]

קאווע טרינקער: ער (יגאל ידין) האט אויך געפונען א באהאלטענע וועג קיין ירושלים, ווען די אלטשטאט איז געווען אין באלאגערונג דורך די אראבערס ימ"ש מיט זייערע בריטישע מיטהעלפערס און שטיצערס. דער וועג איז נאך געווען פון די צייטן פון בר כוכבא און זיינע קעמפערס. נאר ס'איז באדעקט געווארן און פארוואקסן געווארן מיט ביימער אין לויף פון די יארן. נאר אלס היסטאריע פראפעסאר און ארכיאלאג (געגאנגען אין די דרכים פון זיין טאטע) האט ער געוואוסט אז ס'מוז זיין נאך א וועג קיין ירושלים. און ער האט דאס געפונען. און דורך דעם האט די הגנה געהאט א שטיקל ניצחון אין איינס פון זייערע קאמפן...!
נ.ב.: טוה מיר א טובה און דערצייל עס נישט פאר נטרונא אדער פאר שמואל שלמה טעללער...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:28 am
דורך שמעון וואלף
אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז א צייטווייליגע טיטעל וואס מ'פארקויפט אין א ווענדינג מאשין אין jfk. ווען ער פארט צוריק לייגט ער עס צוריק אריין, ביז א צווייטע קומט באזוכען און מוז עס קריטיש האבען פאר'ן ביזנעס.

'נעה, ס'איז נישט איהם, ס'איז די קינדער', מ'פארקויפט די תירוצים דארט אויך, הארט לעבען דער פאסט"א סטעישע"ן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:26 pm
דורך אברך משי
שמעון וואלף האט געשריבן:אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?


בין געווען אין וומסב"ג פריער און געזען די סיינס
עס קוקט אויס ווי א געהעריג 'מארקעטינג' מערכה
וואס איז געמאכט געווארן בכוונה תחילה צו ברענדן א נייע שר התורה און גדול הדור
פאר טשטוש המוחות צוועקן. נראה ברור.

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 12:05 am
דורך כוכב
אז זשאסטין ביבער ליינט קריאת שמע פאר יעדע שוי.
זעט דא

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 7:33 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:אז די באקאנטע טערם abracadabra מיט וואס magicians באניצן זיך (עפ"ר ביי stage performance), מקורו בארמית, אברא = איך וועל באשאפן, כדברא = בשעת איך רעד.

קל וחומר: נאך א פירוש האביך געזעהן. אז די ..."היילערס"...פון פארצייטנס, וועלכע זענען געווען אין מערסטנטייל געריבענע אידעלעך האבן געזאגט א שטיקל לשון הגמרא אויף אראמעאיש...עברא כד עברא אז די מחלה וועט אריבערגיין ווען ס'איז באשטימט אריבערצוגיין...!

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 7:35 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

ס'הייסט, מ'האט איהם געוועלט...? דעם שר התורה וועלט מען נישט. מ'קרוינט איהם מן השמים אלס שר התורה...!

נשלח: זונטאג יולי 03, 2016 2:06 am
דורך וואלווי
אז אין וויליאמסבורג קען מען טרעפען שווארצע יוקאנס וואס האבן נישט ווי. עי. עס. פלעיטס.

נשלח: זונטאג יולי 03, 2016 11:25 am
דורך מרדכי ישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אז רב טורטשין פון ירושלים איז די שר התורה

ווען האט מען אים אריינגעוועילט?

ס'הייסט, מ'האט איהם געוועלט...? דעם שר התורה וועלט מען נישט. מ'קרוינט איהם מן השמים אלס שר התורה...!

ווער איז סגן שר?

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:47 pm
דורך נהורא נפישא
וויאזוי ארבעט די פאזיציע פון שר התורה ?
ווי איך פארשטיי איז נאר דא איין שר התורה, ווען נישט וואלט דער תואר געדארפט זיין שר תורה, אדער משרי התורה.
איז פארוואס האבן די זאלונים אוועקגעשאנקן אזא טיטול פאר א פרעמדן, צו לעבן זיי אויף חיי שעה ?

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
ס'ווענדט זיך: ביי דער בלאט און איד, איז הרב שמואל הלוי וואזנער ז"ל דער שר התורה. ביי יתד נאמן איז הרב חיים קנייבסקי שליט"א. און ביי הפלס איז הרב אויערבאך...!

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:09 pm
דורך געוואלדיג
א. אז אויך פליענדיג מיט א עראפלאן רעכנט מען די זמנים לויט אונטן און נישט לויט די בערך 37 טויזנט פוס הויעך, ד.מ. אז ווען עס איז שוין לעכטיג אויבן מוז נאך נישט מיינען אז מען מעג שוין אנטוהן טו"ת אויב אונטן איז נאך טונקל.

ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:22 pm
דורך קאווע טרינקער
געוואלדיג האט געשריבן:ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 3:56 pm
דורך א איד
קאווע טרינקער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:ב. אז די סייט myzmanim שטעלט צו א סערוויס בחינם וואס רעכנט אויס פאר דיר די זמנים אין יעדע פלאץ וואו דו פליעסט פארביי.

פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?


מיינסט עס צו פרעגן אויף דעם
געוואלדיג האט געשריבן:א. אז אויך פליענדיג מיט א עראפלאן רעכנט מען די זמנים לויט אונטן און נישט לויט די בערך 37 טויזנט פוס הויעך, ד.מ. אז ווען עס איז שוין לעכטיג אויבן מוז נאך נישט מיינען אז מען מעג שוין אנטוהן טו"ת אויב אונטן איז נאך טונקל.


בפשטות איז די סיבה, ווייל דער זמן משיכיר מיינט ווען דו זעהסט אויף די ערד דיין חבר, און די זון שיין קומט אן שפעטער אויף די ערד ווי ווען עס איז 37000 פוס הויעך, דאס איז אביסל מער ווי 9 מייל הויעך ארויף.

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:57 pm
דורך קול דודי
קאווע טרינקער האט געשריבן:[פארוואס טאקע? אלץ תורה לא בשמים?

בענין טבריא וציפורי להכנסת והוצאת שבת
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=157

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:23 pm
דורך שמעקעדיג
א איד האט געשריבן: 37000 פוס הויעך, דאס איז אביסל מער ווי 9 מייל הויעך ארויף.

7 מייל, נישט 9.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:37 pm
דורך א איד
פארוואס? א מייל איז 4000 פוס

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 6:55 pm
דורך קל וחומר
5280

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 11:24 am
דורך שמעקעדיג
... אז אין שפאניע, אויב באקומט מען א טורמע אורטייל אונטער 2 יאר, גייט מען נישט אין תפיסה, עס ווערט אויטאמאטיש געטוישט פאר פראבעישאן...

https://www.washingtonpost.com/news/ear ... tax-fraud/

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 1:44 pm
דורך קאמענטירער
אז אין יאפאן איז אן אומרעספעקטפולע אקט צו טיפען די סערעווער