בלאט 30 פון 37

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 1:27 pm
דורך ליפא
ווייל ס'איז די יארצייט פונעם חוזה פון לובלין.

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 2:30 pm
דורך סאשי פיש
איינער אן ענטפער?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 2:55 pm
דורך נקודת החבדית

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:08 pm
דורך שמעקעדיג
די גאנצע 9 טעג הער איך נאכאנאנד ווי נידריג מיר זענען, אז מיר זוכן זיך ארויסצודרייען פון די אבילות דורכן זוכן לופהאולס אין די הלכה, ווי הערן קווייער אלבומס, און עסן פיינע מילכיגע סאפערס, און תירוצים צו גיין אין שאוער. ווער רעדט נאך תשעה באב אליינס, זוכט מען באקוועמע נידריגע בענקלעך, און קוים וואס מען זאגט די קינות א.א.וו. ממש מען שפירט זיך ווי לוזערס. אן אמת'ער אבל - מוסר'ן די פרומע אדווערטייזמענטס - קלאגט און וויינט אויף זיין פארלוסט, אז מען וועט אים טרעפן א היתר צו הערן מוזיק וועט ער עס קאטעגאריש אפווארפן, און וואו זענען מיר?

האב איך זיך אזוי מתבונן געווען. איך האב שוין מיטגעהאלטן ביי מערערע אבלים ל"ע. מען קאלט מתעסקים צו ברענגען באקוועמע בענקלעך. מען גיט דארט 3 סעודות משמנים ומעדנים כסעודות שלמה בשעתו. דאס נישט גיין אין שאוער און נישט טוישן וועש טוט מען נאר מצד חיוב ההלכה, אלמלא די הלכה וואלטן די אבלים זיך גערן געטוישט וועש, טראץ זייער צער.

איז וואס וויל מען פון אונז? וויפיל איז דער שיעור אונז צו מאכן שפירן גילטי?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:12 pm
דורך ירח בן יומו
צדיקים האבן געזאגט מ'דארף מבטל זיין אלע תעניתים אויסער תשעה באב און יום הקדוש. תשעה באב ווער קען עסען יום הקדוש ווער דארף עסען.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
אן אפוועזנהייט פון אהבת ישראל, מדות טובות און שכל, ברענגט אזא שרעקליכע צימצום ביי טייל, אז די איינציגסטע מענטאל דערלייכטערונג איז אויב מ'לייגט אביסל ארויף אויף די ארומיגע.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:25 pm
דורך קאצקע ציקער
טאקע א נייע קרענק וואס מען פארפירט אזוי וועגן עסן און פרעסן אין די 9 טעג . ר'לייביש ליש רופט עס: העפי ניין דעיס!!

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין די 9 טעג דארף מען עסן מער ווי געווענדליך צו שטארקן די גוף לעבודת הבורא, צוליב די מאנגל אין וויכטיגע נוטריאנס און פעטענס פון פלייש.

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:52 am
דורך יהושע חיים
כאילו איינער לאזט נישט דער עולם האקן מילכיגס אגאנץ יאר דער עולם פראבירט צו מאכן דאס בעסטע אבער א נארמאל שטיקל פלייש איז נאכאלס דאס וואס מען וויל עסען וכל השנה יוכח (חוץ איין טאג אין די וואך)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:58 am
דורך ירא שמים
אב״ל איז ר״ת א׳יך ב׳ין ל׳וסטיג ( שמעתי בשם הקאזניצער מגיד זי״ע )

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:42 am
דורך ירא שמים
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס גייט תשעה באב ווערן א יום טוב ווען משיח גייט קומען?

עי' בבני יששכר מאמר צום החמישי שמסביר ענין לידת משיח בט"ב ,שבעת הפירוד מתעורר אז האהבה היותר חזקה והזווג אז היא היותר עליון וכן הנשמה הנולדת היא היותר עליונה וכן אפשר לו' גם לענין שאלה זה ודו"ק .

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:28 pm
דורך שמעקעדיג
בעת די פארגאנגענע 9 טעג, האב איך געטראפן א בריוו אין איינע פון די אויסגאבעס (כ'קען זיך יעצט נישט דערמאנען וועלכע) אז מען זאל נזהר זיין פון קויפן א געוויסע "גרעיפ דרינק", כאטש ס'איז נישט קיין גרעיפ דזשוס און ס'איז ניטעמאל כשר לקידוש, פארט האט עס מעגליך אין זיך עפעס א פראצענט טרויבן זאפט וואס איז אסור אין די 9 טעג, ע"כ.

כ'בין נישט באקאנט אין די עצם הלכה צי ס'איז טאקע אסור צי נישט, אבער דאס האט מיר מעורר געווען א שטיקל סתירה צו אונזערע מנהגים, וואס צייגט אז מיר פירן זיך אסאך מאל אויף פארקערטע עקסטרעמען.

יעדן יו"ט שרייבן די מזכי הרבים אין אלע צייטונגען אז מצות שמחת יו"ט איז מען נאר יוצא מיט עכטע וויין און בשר בהמה, מען קען נישט יוצא זיין מיט א טשיקן באדעם אדער גרעיפ דזשוס, ווייל דאס איז א מ"ע דאורייתא און מען מוז זיך אנשטרענגען צו עסן ביי יעדע סעודה בשר בהמה און יין המשומר, אנדערש איז מען מעגליך נישט יוצא די מצוה פון שמחת יו"ט.

קומט די 9 טעג ווען מען דארף ממעט זיין בשמחה, וואלט דער שכל פארשטאנען אז מען דארף בלויז מצמצם זיין פון די מאכלים וועלכע מאכט (מ'כלומר'שט) פרייליך, משא"כ פשוט'ע טשיקן פלייש און גרעיפ דזשוס איז נישטא קיין חשש אז ס'וועט גורם זיין שמחה. ווער רעדט נאך פון א גרעיפ דרינק נאש וועלכע קליינע קינדער טרינקען שלא לשם שמחה כלל נאר ס'איז סתם נאך א פלעיוואר צוישן אנדערע, איז א חשש רחוק אז מען זאל דארפן נזהר זיין דערין.

למעשה, מאכט א טשיקן באדעם פרייליך?

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:37 pm
דורך ירא שמים
דיין שאלה איז צי א טשיקען באדעם מאכט פריילעך , אדער פארוואס די תקנה איז נישט באגרעניצט צי נאר זאכן וואס מאכט פריילעך ?

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:40 pm
דורך קאווע טרינקער
דו פרעגסט גוט.
בעצם איז דאס א יסודות'דיגע שאלה וויאזוי צוצוגיין צו אלטע הלכה אינעם היינטיגען שטייגער.
למשל - טאקע בנוגע די 9 טעג - האב איך געהערט א דיין'ס שיעור: מ'טאר נישט וואשען וועש, אויב האט מען נישט קיין ריינע, איז בעסער צו קויפן נייע ווי איידער וואשען!!
יתכן אז אמאל האט "וואשען וועש" געמאכט פארגעסען אבילות מער ווי איינקויפן נייע. אבער היינטיגע צייטען?!

ווען די חכמים וואלטן היינט געלעבט וואלטן זיי געאסר'ט טישקען פלייש? וואשען וועש? שאוער'ס? אוודאי נישט, זיי וואלטן מן הסתם גע'אסר'ט צו עסען אין רעסטעראנט, זיך ווייקען אין א וואנע, קויפן נייע גלעזער, וכו'. זאכן וואס שמעקט פון שמחה מענין לענין.

די צוגאנג פון די פאנדעמענטעליסטע רבנים איז צו נאכפאלגן אלטע הוראות שווארץ אויף ווייס אן פארשטיין די נשמה פון די הלכה.

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:41 pm
דורך שבת אחים
ביי אונז אמעריקאנע פרעסערס נישט, אבער אין אסאך פלעצער אויף די וועלט איז עסען טשיקן אדער פלייש א גאנצע שמחה, למשל אין ארץ ישראל מיין איך אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם עסט נאר פלייש שבת אדער איינמאל א וואך ווייל זיי קענען זיך עס נישט ערלויבן, פארשטייט זיך איך רעדט נישט פון די הלכה שטאנדפונק נאר פון א ריעליסטישע שטאנדפונק איז עסען פלייש און טרינקן וויין אין רוב וועלט א לוקסאָוס

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 1:54 pm
דורך רוסישער
איטערעסאנטע פראגע, אבער למעשה דער איסור פון טרינקען וויין האט ניט צו טאן מיט שמחה, נאר משום שבטלו הנסכים. און אזוי אויך די איסור פון פלייש, (סי' תקנ"א ט' י' בנו"כ).

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:06 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן:ביי אונז אמעריקאנע פרעסערס נישט, אבער אין אסאך פלעצער אויף די וועלט איז עסען טשיקן אדער פלייש א גאנצע שמחה, למשל אין ארץ ישראל מיין איך אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם עסט נאר פלייש שבת אדער איינמאל א וואך ווייל זיי קענען זיך עס נישט ערלויבן, פארשטייט זיך איך רעדט נישט פון די הלכה שטאנדפונק נאר פון א ריעליסטישע שטאנדפונק איז עסען פלייש און טרינקן וויין אין רוב וועלט א לוקסאָוס

לפי זה איז שווער פארוואס זענען זיי נישט יוצא מצות שמחת יו"ט מיט דעם

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:17 pm
דורך שבת אחים
גערעכט, איך רעדט נישט אריין אין די הלכה חלק, איך האב מיך נאר באצויגן צו דיינע ווערטער:

למעשה, מאכט א טשיקן באדעם פרייליך?.

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:24 pm
דורך יהושע חיים
נישט קיין נפקא מינה וואס דער טעם איז אזוי שטייט אזוי דארף מען טיהן אבער בעצם וואלט מען געדארפט צילייגן נאך זאכן פון שמחה אבער אין אזא שוואכע דור לייגט מען נישט צו הלואי שישמרו וכו'

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:35 pm
דורך קאווע טרינקער
שוואכע דור??? Wt*?

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 3:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קוק אין דער גמרא סוף תענית און אין ב''י תקנ''א. דער יסוד איז אז דער איסור בשר ויין ביים סעודת המפסקת איז טאקע נאר ביי בשר הראוי לשלמים, אבער דער מנהג אשכנז פון ר''ח איז גאר אן אנדערע, און וויבאלד עיקר מאכלינו איז בשר מליח און בשר עוף, האט מען איינגעפיהרט לאיסור. איך זעה נישט אז ס'האט מיט פאנדעמענטעליזם, די ראשונים ברענגען עס להלכה. מ'דארף זיך טוישען ווייל ס'ווילט זיך אזוי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:57 pm
דורך ירא שמים
כהאב פריער געלערנט די רש״י אין בראשית וועגן עיבור הנחש שבע שנים , וויל איך וויסען צו די היינטיגע חוקרים זענען שוין צוגעקומען צו דעם ,[tag]אבטולמוס[/tag] דו בוסטעך א מומחה אין די זאכן אפשר ווייסט איר ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געזען א גאנצע שמועס וועגען דעם אבער כ'געדענק נישט ווי. עכ"פ לויט די חוקרים נעמט עס נאר אפאר חדשים.