בלאט 30 פון 50
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:51 am
דורך [NAMELESS]
די טריביון קוקט אויס ווי זיי האבן עם אויפן דעקל
נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2016 11:44 am
דורך שמעקעדיג
שיינע בדחנים אויסגאבע די וואך לכבוד פרשת זכור און פורים הבעל"ט
.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת שמיני
.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
קאמפיאטער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט א גאנצע ארטיקעל וועגען דרייליך אבער ס'איז נישט דא אפילו איין פיקטשער פון דעם מענטש???
האסט שוין בכלל געזעהן א פיקטשער פון אים?
ווען ס'האט זיך געקאכט די פרשה איבער איהם פאר 30 יאר צוריק, איז אויכעט נישט געווען קיין איינציגע פיקטשער פון דעם בעל דבר...!
יש גוי בדבר. איך האלט אז ר' יצחק שלמה האפפמאן שליט"א ה' יאריך ימיו ונשותיו, איז זייער א זיסער איד וועם איך קען פערזענליך זייער גוט. אבער ער איז א ביסל נאאיוו...! אבער זיין הארץ גייט אויס צו העלפן א פארצרה'טן איד...!
נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 6:39 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'איז פארהאנען זאכן וואס ווערטער וועלן נאר שאדן מאכן און מאכן ווייניגער די תוכן וואס מען וויל טאקע זאגן , וועל איך טאקע זיין שטיל און שווייגן , אבער איין זאך קען איך ענק זאגן! איך קויף געווענליך די מאמענט אבער די וואך גיי איך עס בעזר השם נישט קויפן. איך וויל נאך קענען שלאפן באנאכט
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 7:00 pm
דורך יהושע חיים
ק/פ מודעה פון מאמענט רעדאקציע. היות מיר לויפן שוין כמעט אויס פון צרות וואס מיר זאלן קענען מאכן דערפון קאווער סטאריס, אפעלירן מיר צו אלע אונזערע ליינער, זיי זאלן אונז אריינשיקן סיי וועלכע פראלעמאטישע ענין, אזוי אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט אונזער ארבעט. א דאנק
נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 7:38 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:קאמפיאטער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז פשט א גאנצע ארטיקעל וועגען דרייליך אבער ס'איז נישט דא אפילו איין פיקטשער פון דעם מענטש???
האסט שוין בכלל געזעהן א פיקטשער פון אים?
ווען ס'האט זיך געקאכט די פרשה איבער איהם פאר 30 יאר צוריק, איז אויכעט נישט געווען קיין איינציגע פיקטשער פון דעם בעל דבר...!
יש גוי בדבר. איך האלט אז ר' יצחק שלמה האפפמאן שליט"א ה' יאריך ימיו ונשותיו, איז זייער א זיסער איד וועם איך קען פערזענליך זייער גוט. אבער ער איז א ביסל נאאיוו...! אבער זיין הארץ גייט אויס צו העלפן א פארצרה'טן איד...!
און אפשר ביסטו נאאאיוו...! צו גלייבן אז א נארמאלער מענטש האט געהארגעט זיין ווייב על לא דבר..!!..
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 7:50 am
דורך בעל מדות
יהושע חיים האט געשריבן:ק/פ מודעה פון מאמענט רעדאקציע. היות מיר לויפן שוין כמעט אויס פון צרות וואס מיר זאלן קענען מאכן דערפון קאווער סטאריס, אפעלירן מיר צו אלע אונזערע ליינער, זיי זאלן אונז אריינשיקן סיי וועלכע פראלעמאטישע ענין, אזוי אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט אונזער ארבעט. א דאנק
[justify]ק/פ מודעה פון איד/בלאט רעדאקציע: היות מיר לויפן שוין כמעט אויס פון פייערליכע מסיבות און העפטיגע עקסידענטן אדער ענליכע אינטערעסאנטע און קריטיש וויכטיגע נייעס וואס מיר זאלן קענען דעקן צו האלטן אונזער הויכע ניווא און האלטן אינפארמירט דעם ציבור, אפעלירן מיר צו אלע אונזערע ליינער, זיי זאלן אונז אריינשיקן סיי וועלכע לאנגווייליגע ענין, אזוי אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט אונזער ארבעט. א דאנק[/justify]
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 9:26 am
דורך יהושע חיים
אין הכי נמי
מר אמר ומר אמר ולא פליגי
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 6:15 pm
דורך שמעקעדיג
יהושע חיים עס איז נישט ממש א פארגלייך, ווייל דער מאמענט האט די קוראזש צו רעדן פון ענינים וואס דער איד און בלאט וואלטן נישט גע'חלומ'ט ארויסצולייגן, די איד און בלאט לעבן אין עולם הדמיון ווי אלעס גייט גוט און אלע מוסדות האבן הצלחה ביי זייערע דינערס און אלע רבי'ס האבן כבוד מלכים אזש מ'קען נאר שטעלן בילדער פון טייל פונ'ם ציבור אויף אמאל, אידן האבן כמעט נישט קיין סמארטפאונ'ס און די פאר נידריגע יונגען וואס יא האבן זיכער גדר מיט משומר וכו' וכו', און כלל ישראל איז הערליך שיין מען זעהט און מען קוועלט ווי מען שטייגט כסדר און יעדער האלט מיט דעם דף הקהלה, ווער רעדט דען פון די פאר געציילטע אפגעפארענע יונגען רח"ל מחוץ למחנה די אויסוואורפן די ערב רב אליין, וואס אלעס איז דער סמארטפאון שולדיג אינאיינעם מיט די ציונים אא"וו........ (איך הער זיך אביסל ווי ר' בערל?... כ'ווער שוין אלט
)
פארגלייכסט טאקע די 2 צייטונגען מיטן מאמענט?
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 6:19 pm
דורך ליפא
אז דו פארגלייכסט די צוויי צייטונגען
קען מען שוין פאר די געלט זיי ביידע פארגלייכן צום מאמענט.
לגבי מאמענט, ווען ס'וואלט כאטש געווען אינטערעסאנט באשריבן די א''ג קאנטרעווערסיאלע נושאים איז איין זאך. מגייט אבער אוועק דערפון שפירענדיג אז מ'האט פארלוירן 5$
באקומסט א שיינע קאווער וזה הוא
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 6:22 pm
דורך שמעקעדיג
לו יהא דו האסט א פוינט, איז נאך אלץ נישט אין פלאץ דער ביטערער וויץ אז מען אריינשיקן צום רעדאקציע נאך צרות...
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 7:33 pm
דורך קאצקע ציקער
Says who?
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:06 am
דורך יהושע חיים
די נקודה איז איינס צרות איז פאר זיי ווי א געבראטענע גאנז (איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם)
זיכער איז דא א חיליק און אסאך מער ווי איינס אבער ווען עס קומט צו א גלאבער פרשה וואלטן זיי גענימן די זעלבער וועג בערך (און נאכאמאל עס שטערט מיר איבערהויבט נישט)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:20 am
דורך berlbalaguleh
יהושע חיים האט געשריבן:ק/פ מודעה פון מאמענט רעדאקציע. היות מיר לויפן שוין כמעט אויס פון צרות וואס מיר זאלן קענען מאכן דערפון קאווער סטאריס, אפעלירן מיר צו אלע אונזערע ליינער, זיי זאלן אונז אריינשיקן סיי וועלכע פראלעמאטישע ענין, אזוי אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט אונזער ארבעט. א דאנק
פאר מער אינפארמאציע, ביטע פארבינדט אייך צום לאקאלן /אינטערנאציאנאלן אפיס פון תהילים כולל/כולל חצות...!
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:47 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:יהושע חיים עס איז נישט ממש א פארגלייך, ווייל דער מאמענט האט די קוראזש צו רעדן פון ענינים וואס דער איד און בלאט וואלטן נישט גע'חלומ'ט ארויסצולייגן, די איד און בלאט לעבן אין עולם הדמיון ווי אלעס גייט גוט און אלע מוסדות האבן הצלחה ביי זייערע דינערס און אלע רבי'ס האבן כבוד מלכים אזש מ'קען נאר שטעלן בילדער פון טייל פונ'ם ציבור אויף אמאל, אידן האבן כמעט נישט קיין סמארטפאונ'ס און די פאר נידריגע יונגען וואס יא האבן זיכער גדר מיט משומר וכו' וכו', און כלל ישראל איז הערליך שיין מען זעהט און מען קוועלט ווי מען שטייגט כסדר און יעדער האלט מיט דעם דף הקהלה, ווער רעדט דען פון די פאר געציילטע אפגעפארענע יונגען רח"ל מחוץ למחנה די אויסוואורפן די ערב רב אליין, וואס אלעס איז דער סמארטפאון שולדיג אינאיינעם מיט די ציונים אא"וו........ (איך הער זיך אביסל ווי ר' בערל?... כ'ווער שוין אלט
)
פארגלייכסט טאקע די 2 צייטונגען מיטן מאמענט?
שמעקעדיג: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. ס'איז אלץ בעסער דער היינטיגער דרך פון ..."דער איד" און ..."דער בלאט"...ווי דער אמאליגער זיסער דרך פון הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (בלאט יונגעלע. צו דיר רעד איך נישט. נישט דיך האט מען דא געמיינט. ס'איז נאך פון פאר דו ביסט געבוירן געווארן) ווען ער האט זיך געווארפן מיט די לשונות...שר"י, ימ"ש, עפ"ל, וכו'...אדער האט ער געשריבן אין קאלום..."פון דא און דארט", אונטער'ן נאמען ..."אליעזר עפשטיין"... די גמרא זאגט דאך כל ליצנותא אסורה בר מליצנותא דעבודה זרה...והנה... דער ליובאוויטשער פיהרער האט געפיפן מיט'ן מויל ביי שלוש סעודות...און דער וויזשניצער אגודיסט, ביי וועמען ס'הענגט דער פאן פון די ציוניסטישע מדינה, און מ'רעדט נאר עברית און זיי גייען צו די בחירות הטמאות, האטציך פארשמירט מיט די שמאלץ פון קוגל...הא הא הא...און דער קלויזנבורגער ...האטציך געטראפן מיט בן גוריון שר"י...וכו' וכו'. אבער ביי אונז...איז דער קוגל און דער קאמפאט געווען זייער פיין. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעות... און דאס האט געדארפט צו זיין ענטערטעינמענט. ...אוי בענק איך נאך יענע צייטן. הוי ר' סענדער, ר' סענדער. מי יתן לנו תמורתו...!
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 7:00 pm
דורך ירא שמים
פון אידישע ווינקל
גאסט-עדיטאריעל:
איי-וועלט האט זיך שוין ווייטער צעפירט די הענט
פון: יוסף הירש. עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.
שוין ווידעראמאל האט איי-וועלט זיך צעלאזט די הענט און זיך גענומען מיט א געמיינע אטאקע אויף א לעגיטימע ביזנעס, א פאפולערע אויסגאבע, פאר זעלבסטזיכטיגע עקלהאפטיגע סיבות.
כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'בין נישט קיין לייענער פון מאמענט. כ'בין נישט קיין שטיצער פון מאמענט אויף קיין שום אופן וואס זאל נאר זיין. כ'ווייס נישט וואס זיי האבן געשריבן די וואך אדער וועלכע אנדערע וואך. איין זאך וואס איך ווייס איז אז זייערע פראיעקטן האבן שוין אויפגעטאן גרויסע זאכן, אויפוועקנדיג דעם ציבור צו געוויסע אישוס וועלכע האבן געדארפט באקומען אויפמערקזאמקייט און פיינעלי אדרעסירט געווארן, פירנדיג צו גרויסע שינויים אויף אן אינדיווידועלן און קאלעקטיוון אופן.
יעצט האבן זיי געמאכט א פראיעקט פון יתומים, וואס דארף עפענען די אויגן פון מענטשן איבער די יוניק פראבלעמען פון יתומים, און 'דאס' האט ארויסגערופן דעם צארן פון איי-וועלט. איך ווייס אפילו נישט וואס דארט שטייט און כ'קען נישט קוואוטן דעם ארטיקל, נאר איין זאך, אין די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אפאר יתומים ביי שמחות וכדו', און אלע פון זיי האבן גערעדט מיט גרויס התפּעלות איבער'ן קאווער סטארי פונעם מאמענט די וואך.
בנוסף לזה: די מענטשן וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פראיעקט זענען אדער אליין געווען יונגע יתומים און געמוזט דורכגיין דעם שווערן קאשמאר, אדער זענען זיי געווען אזעלכע וואס האבן געהאנדלט מיט יתומים, עכ"פ אזוי קוקט אויס לויטן קאווער וואס פארט ארום אויף די וואצאספערע און טעלעגראמעספערע. איז ווער זענען די עליט חברה פון איי-וועלט וועמען ס'האט קיינמאל גארנישט געפעלט אין לעבן, וועלכע האבן קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין שוועריגקייטן, צו רעדן אין נאמען פון די יתומים?
און יעצט א קורצן בליק איבער איי-וועלט: איי-וועלט איז א מקום פון בעלי דמיונות, מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט. איך בין דארט געווען א לאנגע צייט צוריק און זיך פארעקלט פון זייער קטנות. יעדע שטיק צייט געמאכט עלעקשאנס און ערוויילט באאמטע פאר יעדן פאזישאן, באגלייטעט מיט היציגע קאמפיינס, מיט קאמפיין ראליס, נצחונות און מפלות, באשולדיגונגען פון פראוד און אנגעצויגענע שטימונגען צווישן דעם געווינער און פארלירער.
דער סייט ווערט געפירט גאר דיקטאטוריש, אפאר ילדים מאכן אפ וואס ס'מעג יא ארויפגיין און וואס נישט. קענסט שרייבן עפעס וואס איז העכסט לעגיטים און זיי וועלן עס אויסמעקן, פשוט ווייל איך קען און דו קענסט נישט.
(בדרך אגב, די גרינדערס און אנפירערס פון איי-וועלט זענען עתיד ליתן את הדין פאר'ן פירן צו די גרינדונג פון קאווע שטיבל, וואו מען טאלערירט זאכן וואס א פרומער איד טאר נישט לייענען. די גרינדערס און אנפירערס פון קאווע שטיבל זענען באמת פיינע אידן וואס מיינען נאר גוטס. דער פראבלעם איז אז זיי זענען אפגעבריטע חברה, מענטשן וואס האבן זיך צוזאמגעליטן פון די טיפשות און דיקטאטורשאפט פון איי-וועלט און באשלאסן צו גיין ביז'ן אנדערן עקסטרעם פון טאלעראנץ.)
די קראנקהאפטע באנעמונג פון איי-וועלט מוז פארדאמט ווערן און אראפגעריסן ווערן. די גרופע רשעים דארפן דעמאסקירט ווערן. זאלן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער ניקס און דאס ניצן צו וויי טאן אנדערע אידן און שעדיגן אנדערע אידנ'ס פרנסות, ווייל אויב יא וועט מען זיי דארפן געבן צו שפורן דעם טעם פון זייער אייגענעם מעדיצין.
נ"ב, דער שרייבער פון די שורות וועט אפן מודה זיין אז ער האט א בייעס. מיין בייעס איז נישט לטובת מאמענט וואס איך לייען נישט. מיין בייעס איז קעגן די קראנקהאפטע רשעות און טיפשות פון איי-וועלט.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 3:24 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.
.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 4:02 pm
דורך געשווינד
שמעקעדיג האט געשריבן:און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.
.
וועלכע ארטיקול?
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 4:09 pm
דורך mevakesh
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 4:37 pm
דורך שמעקעדיג
וואס למשל וואלט דיר יא אינטרעסירט?
ווען 'מאמענט' שטאב קומט זיך שואל עצה זיין מיט דיר וואס אריינצולייגן, וואס וואלסטו למשל אריינגעשטעלט?