בלאט 30 פון 164
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:15 pm
דורך אוהב דעת
לאמער רעדן אפען, דיDA וויל אוועק לייגען נחום ר. נישט נ. וו. , ער חלשט עם אוועקצולייגען ער קען נישט טרעפן קיין פלעק אויף עם ....
ער מאכט א שטרענג פנים ,ווייל די מידיא האט זיך גענומען איבער עם , ער דארף אונזער וואטס ,
ווען דו זאלסט וויסען וואספארא relationship פארקאש האט מיט מר היינס וואלסטו אנדערשט געטראכט....
ליבי אומר לי , אז די DA ארבעט פאר נ. וו. ,נישט פאר דאס מיידעל ....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:19 pm
דורך ביינער פיש
נחום ר"ב וועט נאר א קאול אין קאפ אוועקלייגן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:26 pm
דורך יידל
אוהב דעת האט געשריבן:יעצט confirmed זיי האבען זיך נישט געקענט פון פארדעם ,א״כ הדרה קשיא לדוכתיא סאיז נישט מסתבר אז ער האט דאס געטאן די ערשטע מאל.....
וויפיל מאלעסטערס קענסטו? וואס ווייסטו דען איבער וויפיל ס'איז מסתבר? 2 א האלב שעה אריין אין די סעסיע, נאכן זיין אזוי לאנג מיט איר אין איין צימער, און רעדן כל מיני פריוואטע ענינים, האט עס דען נישט געקענט פאסירן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:30 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שוין ביים ערשטן מאל גיין עד הסוף?
פאקטיש אוממעגליך? ניין.
זייער זייער נישט מסתבר? יא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:38 pm
דורך אוהב דעת
איך קען אפאר מענטשען וואס זענען עוסק אין די זאכען זאגען זיי אזוי: א גדולה פון בערך18 אין העכער קען מען אזוי שנעל ווי 15 מינוט, אבער א קינד נעמט עס אסאך אסאך צייט,מדארף געווינען א טראסט אין דאס קינד , חוץ אויב מסטראשעט,זי קלעמט אז ער האט איר געסטראשעט?
וואס זאגען דיינע מבינים?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:42 pm
דורך יידל
זאלן די פאר מענטשן וואס זענען עוסק אין די זאכן אויפטרעטן אין געריכט. כ'האב נישט געגלייבט ס'וועט זיין אזוי גרינג אויפצואווייזן אז זי זאגט ליגנט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:43 pm
דורך אוהב דעת
Oren Yaniv @OrenNYDN
One of the four men that are being questioned in #webermantrial picturegate is named Lemon Juice. Yes, that's how it
appears on his license
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:47 pm
דורך אוהב דעת
ווער איז דער לעמען זשאס? איך קען עם נישט טרעפען אויף facebook
זארג נישט מוועט ברענגען א sexalagist מיט א PHD צו זאגען זיין מבינות
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:54 pm
דורך יידל
אוהב דעת האט געשריבן:ווער איז דער לעמען זשאס? איך קען עם נישט טרעפען אויף facebook
זארג נישט מוועט ברענגען א sexalagist מיט א PHD צו זאגען זיין מבינות
ער רעדט פון picturegate, דאס הייסט די סקאנדאל פון כאפן בילדער אין געריכט. אפשר איז לעמאן דזשוס מיודענו יוסעלע פליט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:56 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:יעדער קען אריין אדער מען דארף איינשרייבן ? איך וויל זיין מארגן אין קאורט ווי איז עס? וואס דארף איך טון?
אדרבה גיי. מען דארף זיך נישט איינשרייבן זיי דארט גענוג פרי פאר 9 ווייל אויב עס איז פול לאזט מען נישט אריין. פיר דיר אויף מענטשליך לאז אונז דא וויסן דעם מצב. איך בין נייגעריק וויאזוי די זשורי זעט אויס ווייס שווארץ וכדומה. פרייטאג וועט זיך ענדיקן פרי פאר שבת.
וואס זאגן די ראסע עקספערטן, וועלעכע זענען בעסער פאר דעם באשולדיגטן, שווארץ אדער ווייס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:03 pm
דורך יידל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:03 pm
דורך פארווע
יידל האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:ווער איז דער לעמען זשאס? איך קען עם נישט טרעפען אויף facebook
זארג נישט מוועט ברענגען א sexalagist מיט א PHD צו זאגען זיין מבינות
ער רעדט פון picturegate, דאס הייסט די סקאנדאל פון כאפן בילדער אין געריכט. אפשר איז לעמאן דזשוס מיודענו יוסעלע פליט.
ניין סיר, ער איז אויף די א"ג וויקטים'ס צד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:05 pm
דורך אוהב דעת
@OrenNYDN
His real name was Yoely Weingarten & he changed his legal name a few yrs ag
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:06 pm
דורך מורינו הרב
אוהב דעת האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
One of the four men that are being questioned in #webermantrial picturegate is named Lemon Juice. Yes, that's how it
appears on his license
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:11 pm
דורך מים חיים
מורינו הרב האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
One of the four men that are being questioned in #webermantrial picturegate is named Lemon Juice. Yes, that's how it
appears on his license
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס?
דאס מיינט אז ווער עס האט גענומען א בילד אין געריכט, סיי פון די קלעגער, און סיי פון די אנגעקלאגטע האט מען פארהאלטן פאר אויספארשונג.
איינע פון די פיר פערזאנען וואס מען האט פארהאלטן הייסט אויפן נאמען "לעמאן דזשוס". און דאס איז נישט קיין ניקנעים, נאר דאס איז זיין לעגאלע נאמען וואס פיגורירט אויף זיין דרייווערס לייסענס.
ווי פריער דערמאנט, איז דאס א געוועזענע היימיש אינגעל וואס זייענדיג קיהל, האט ער געמאכט א ליגעל נעים טשעינדזש פון יואל וויינגארטן צו לעמאן דזשוס.
אלעס פארשטענדליך?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:13 pm
דורך מורינו הרב
איך האב נישט ארויס.
פון וועלכע זייט זענען די בילדער מאכער, און וואס איז זייער ציל?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:13 pm
דורך מים חיים
מען האט גענומען בילדער פון ביידע צדדים.
די סיבה פארוואס עס איז נישט ערלויבט איז ווייל עס קען נוצן צו אינטימידעיטן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:16 pm
דורך פארווע
מורינו הרב האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
One of the four men that are being questioned in #webermantrial picturegate is named Lemon Juice. Yes, that's how it
appears on his license
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס?
איינער פון די פיר מענטשן וואס ווערט אויסגעפרעגט אין #וועבערמאַןפּראצעס בילדצוים הייסט לימענע זאפט. יא, דאס'ס ווי אזוי עס ערשיינט אויף זיין ערלויבעניש
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:17 pm
דורך מורינו הרב
מים חיים האט געשריבן:מען האט גענומען בילדער פון ביידע צדדים.
די סיבה פארוואס עס איז נישט ערלויבט איז ווייל עס קען נוצן צו אינטימידעיטן.
אבער פארוואס האבן יענע גענומען די בילדער?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:20 pm
דורך אוהב דעת
ווייל ער איז א ווילאמסבורגער יואלי , כמיין וואס פונקטלעך איז דיין שאלה דא??
אדער האט דאס פארקאש אזוי אונטער געשטעלט ווייל..... איך ווייס נישט וואס.... אבער איך ווייס אז ער א געזונטע מאפאינר....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:22 pm
דורך זר זהב
ווייל ס'גייט ארויסקומען א ספעציעלער מאגאזין פון די וואך. ''קרויס-וועבערמאן טרייעל'', לויפט און קויפט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:30 pm
דורך מורינו הרב
תכלית. וואס איז געווען אין געריכט היינט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:44 pm
דורך קפנדריא
יאנקל האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:לאמיר רעדן אביסל צווישן היימישע אידן.
די שאלה איז צו די אלע וואס גלויבן די מיידל אז נ. וו. האט איר געטשעפעט און מאלעסטעד. מאכט עס סענס אז שוין ביים ערשטן מאל א מיידל קומט אריין זאל ער איר טשעפענען?
לאמיר זיך פארשטעלן די בילד, א אינג מיידל קומט אריין צום ערשטן מאל צום וועד הצניעות פארשטייער, און איידער וואס ווען וואו, נאך איידער ער ווייסט וואס דאס מיידל ווייסט אלס, וואס זי האט אלס אין קאפ, די ערשטע זאך רירט ער צו במקומות המכוסים ? דאס מאכט סענס?
אפילו נניח אז ער איז שולדיג, און עס איז דא נאך 6 פרויען וואס באשולדיגן אים מיט די זעלבע מעשים תעתועים, פאר קאנווערסעישאן סעיק, לאמיר אננעמען אז דאס איז אמת, אבער איידער ער איז באקוועם מיטן אנגעבליכן קרבן טוט ער דאס?
מיטן דאס פארציילן האט זי אוועקגענומען ביי מיר יעדן צל של ספק אין די אמת פון איר געשיכטע, דאס איז בלויז פאנטאסטיש צו געבן דעם בליק פארן דזשורי, אז ער איז א מסוכנדיגע בריה.
משולם, איך מיין דיר נישט פערזענליך, איך נעם אן דיין טענה ווי עס קומט פון די וועבערמאן-פארטיידיגער אין אלגעמיין.
א פלא אז אין דער זעלבער געמיינדע וואס האט צענדליגער יארן איגנארירט די ביטערע טרערן פון געשעדיגט קינדער און ערוואקסענע דורך די הענט פון פעדאפילן און מאלעסטארס, האט זיך פלוצלינג געיאוועט "עקספערטן" וועלכע ווייסן וואספארא סארט פארגוואלדיגונג איז "נארמאל" פאר א מושחת און וואס נישט. פלוצלינג קען מען זיך אריינזעצן אין דאס מיידל'ס שיך, און מ'האט די מעגליכקייט צו פארשטיין וועלכע פון אירע ווערטער וואלטן זיך געלייגט אויפ'ן שכל און וועלכע נישט.
כמעט מ'קען שוין טראכטן אז די אלע פארשטייערס זענען מנובלים זעלבסט, און רעדן פון אייגענער ערפארונג...
זיי נישט ברוגז ווייל איך מיין דיך נישט פערזענליך, אבער די גרופע [געמיינדע] פון אידישע אנטעסימיטן אנגעפירט דורך עטליכע וואס הייסם שומתומ"צ און עטליכע פרייע אידן פורקי עול תורה ומענטשליכקייט, און ס'איז זיי געלונגען אריינצודרינגען אין די שוואכע מוחות פון פיל אינטערנעט זיצערס וואס רוב חכמתם און ידיעות פון די אינטערנעט זיצערס נעמען זיי גראד פון אנאנימע אץגץ אידישע בלאגס און פון ליידיגע שונאי ישראל [יא, שונאי ישראל במלוא המובן], זיי ווערן אזוי פארדרייט און פאר'סם'ט אז ס'איז נתפעל צו ווערן אסאך מאל ווי זיי קענען שוין נישט טראכטן גראד אדער יושר'דיג, ווער רעדט נאך תורה'דיג, און צוזאמען וועלן זיי שטרעבן צו זען א מפלה אין יעדע פרומער איד וואס ווערט אנגעקלאגט מיט א פארברעכן, ספעציעל ווען ס'איז פארמישט אין שמוץ, וועלן שטיין און לעכצן צו הערן אז מ'האט געכאפט נאך א איד, און זיך רייבן די הענט פאר שמחה און יובל'ן, נישט ווייל זיי זענען אנגעפיקעוועט מיט האס און שלעכטקייט, נישט ווייל זיי האבן נישט קיין פינטעלע געפיל וואס א נארמאלער איד פארמאגט, ח"ו, פשוט ווייל
זיי פארנעמען נישט קיין עוולות, למשל אזא עולה וואס רוב פון די באמס און באמטעס וואס זענען געקומען פראטעסטירן ביי עלילת 75, אדער וואס שטעלן זיך כסדר ארויס זיך 'אנצונעמען' פאר קדושה און פארדאמען מנוולות, זיי האבן שוין עובר געווען אויף כל מיני ניוול און עריות אויף די וועלט, דאס באדערט נישט פאר די מה יפית'ניקעס און אינטערנעט געפיטערטע ליידיגע קעפ, וואס חוץ פון זייער רשעות און אגענדע צו טרעפן שולדיג יעדער איד וואס עפעס א לויזיגער נואפת וועט נאר באשולדיגן אן קיין שום באווייזן, און ווארפן שמוץ פעך און שוועבל אויף באשולדיגטן אן דעם וואס מ'זאל האבן א באזיס צו גלייבן די געמיינע באשולדיגונגען.