בלאט 4 פון 4
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:30 am
דורך אונטער חכם
פארוואס פעלט זיי אויס די פרי ווייפיי? זיי האבן ליב קאפוויי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:45 am
דורך מפיל קינד
צו מיר קוקט אויס ווי ס'קומט פון א גראפיק דעזיינער, נישט פון קיין צוקונפטיגע באס קאמפעני.
אבער לאמיר האפן אז יש דברים בגוי...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:38 am
דורך גבור חיל
חתם סופר האט געשריבן:.
"GARND opening"...
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 1:12 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
די גרעסטע פאראדאקס איז נאך אז זיי זאגן מיר צו נאכזאגן אמן, חיות טורפות וואס טרעטן אויפ׳ן צבור,
און זיי זאגן מיר מוסר?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:47 am
דורך איך אויך
אין ק''ש לינגאו הייסט עס ''ער האלט אינמיטן זיך מוחל זיין די עבירות''.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:10 am
דורך אדונינו
ק/פ
די סאמאטוכע די לעצטערע טעג און באצוג צום ערעפענונג פון א "נייע" ב"פ - וויליאמסבורג באס קאמפעני האט געשאפן אלע מינע קאנספעראציעס און טעאריעס. מאנכע האבן געוויסט צו זאגן אז עס איז זיכער שקר, אנדערע האבן קלאר געוויסט ווער עס שטייט דערונטער אא"וו... איינער איז אפילו געקומען מיט א גראבע ראי' אז עס איז פאלש וויבאלד עס האט א ספעלינג מיסטעיק... (סארי פארן דיך אויספאקן ברבים, אבער ס'האט מיר באמת געקאסט א שמייכל...)
סא, די צעטל וואס איז היינט ארויס איז געוועהן א מיטל וואס איז געוועהן ארי'ס איידיע צו טעסטן די טעמפעראטור ביים עולם ווי ווארעם די אלגעמיינע גאס איז פאר א נייע באס קאמפעני...
ב"ה אז די פידבעק איז געוועהן העכער אלע ערווארטונגען און די אינוועסטערס האבן אין א מזל'דיגע שעה היינט געגעבן די $500,000 דאון פאר די דילערשיפ אין וויסקאנסין צו ליעסן די 8 נייע עלעקטראנישע באסעס וואס גייען זיין רעדי מיט אלע קאסטום פיטשערס הערשט נאך יו"ט (סאפיסטעקעיטעט באצאלן סיסטעם, קאסטום מחיצות, סטאפ באטטענס וכו').
מען האט שוין געליעסט א ריזיגע גאראדזש אין די נעווי יארד וואו מען גייט אויפבויען די עלעקטעריק טשארדזשערס און מעקעניק שאפ. און זינט די באסעס זענען ריין עלעקטעריק און איז "ענווייראמענט פריינטליך", באקומען די בעלי בתים א גרענט פון די סיטי צו קויפן די באסעס וואס ערמעגליכט צו האלטן דעם פרייז נארמאל.
די נעמען פון די בעלי בתים גייען ארויסקומען פאר די גאס אין די נעקסטע פאר וואכן, ס'איז נישט קיין סוד, זיי זוכן פשוט עס צו האלטן שטיל ווי ווייט מעגליך.
לויט וויאזוי זיי צאלן אונז סאונדט עס ווי זיי האבן א וואנע מיט קעש... גראדע קען איך איינע פון דעי אינגעלייט פערזענליך און זיין שווער איז סאליד אויפן דאללער.
עטס קענטס איבערזאגן דעי דיטעילס אבער פליז נישט אין מיין נאמען און נישט פאורווערדן מיין מעסעדזש.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:29 am
דורך קורקלענד
דערווייל איז עס סתם א פאשקעוויל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:36 am
דורך בן ישי
אונטער חכם האט געשריבן:פארוואס פעלט זיי אויס די פרי ווייפיי? זיי האבן ליב קאפוויי?
דאס וועט זיי געבן פרייע מארקעטינג.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:24 am
דורך פאליטיקאנט
זיי דארפן דען מארקעטינג?
די עצם קאמפעטישן איז שוין גענוג אז מענטשן זאלן גיין צו זיי, ווער רעדט נאך ווען עס איז כמעט האלב די פרייז און נארמאלע דרייווערס און באסעס.....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: דער אלטער גענגסטער און לאו לייף, דער ..."אמן מענטש"... זיצט מסתמא יעצט און פלאנט וואס אנצושטעללן פאר די נייע קאמפעני און איהרע בעלי בתים. ווי אנברעכן די ביינער. און אריינגיסן צוקער אין די ענדזשין. אדער אויסלעכערן די רעדער פון די באסעס...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:44 am
דורך גיב א שמייכעל
אויף טעלעגראם איז דא א גרופע וואס באהאנדעלט די
בארא-פארק-באס-מאנאפאל קריזיס....
https://t.me/BoycottBPWilliBus
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 4:55 pm
דורך berlbalaguleh
געב א שמייכל: איך האב נישט טעלעגראם. ביטע ברענג עפעס א לינק וואס ארבעט. אדער פארצייל דעם תמצית פון די ווערטער. ווייל ס'איז מיר סתם אינטרעסאנט צו זעהן ווי א וועלט נארט זיך. דער ..."אמן מענטש"... ווען ער האט געדארפט די וואוטס און חתימות איז ער ארומגעלאפן צו אלע ישיבות און מוסדות און צוגעזאגט הרים וגבעות. איינמאל ער האט באקומען די (באנייאונג) פון דעם פרענטשייז פון די סיטי האט ער אנגעפיפן א יעדן. צוגעשטעלט (זייער) געמיינע סערוויס...! דו קענסט רעדן צום לאמפ...!
אויך. איך האב אמאל שבת אינדערפריה ארויסגעקוקט פון מיין פענסטער האביך געזעהן א באס פון זיין קאמפעני וואס איז געפארן צו אטלאנטיק סיטי. ער איז מסתמא געזיצן ביי א ברייטן קידוש און גערוקט טשאלנט און קוגל...! און זיינע באסעס לויפן ארום (שטייצעך נישט ווילי-בארא פארק) אויף די גאסן...!