בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:57 am
דורך אברך משי
פאליטיקאנט האט געשריבן:@אברך משי ליין די פאעזיע פון @בת קול אין דעם אשכול, וועסטו טוישן דיין מיינונג


טאקע דערפאר האב איך ארויסגעהויבן די אויסטערלישע כשרונות וואס אונזער חשובע בת-קול פארמאגט טאקע. און אגב, מיין ווייב תחי' זייגט אויך, כ'קען שרייבן דאס זעלביגע :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:05 pm
דורך אברך משי
און לגופו של ענין, כמעט קיין איין היימישע פרוי אינטערסירט צו זיצן און שרייבן אין א אידישע בלאג, א לשון וואס זי קען כמעט נישט און נוצט נישט פליסיג, אויסער איינער וואס דינט אלס שרייבערין אויף די אידישע שפראך (און עפ"י רוב זענען די סארט פרויען געאייגענט נאר פאר שרייבן מעשיות, געפילן, אדער לייכטע און הומאריסטישע ארטיקלען. כך היא המציאות, און גייט זיך נישט פלאגן צו ליינען און מתווכח זיין אין טיפערע ענינים בשפת-לא-ידעה-אשמעה) קען זיין ס'מאכט זיך אמאל א יידושיסט אדער א חוקרת דא דארט, אבער בדרך כלל מיינעך איז כמעט קרוב-לוודאי אז ווען איינער קומט זאגן זי הייסט גיטי אדער חוי, באהאלט זיך דארט עפעס א בערל אדער שמערל וואס האט משום-מה אנגעשמעקט א תאווה צו סטימיולירן אייערע געפילן

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 7:15 am
דורך וואלווי
סדרן האט געשריבן:די הנהלה פרובירט צו זיין מער טאלעראנט איבער פרויען ניקים, ובת קול יוכיח. ווען א זאך איז נישט בולט'דיג דער נאמען פון א פרוי ווי פריידי אדער גיטי וועט מען עס דורכלאזן...


וואס פונקטליך איז די עוולה פון א בולט'דיגע נאמען פון א פרוי?

ווען א צייטונג מעקט א בילד פון א פרוי מאכן מיר א גרויסע ויצעקו. און דאס איז אפילו ביי א בילד, כ"ש ווען מ'ערלויבט נישט א נאמען, אפילו א "בולט'דיגע", וואלט מען אודאי געדארפט מאכען א ויצעקו.

כ'פארשטיי אז ביי ווייבערישע ניקס וועט זיך מאכען ב"ש, אבער דא און ק"ש, ווי אונז ווערען פארעכנט די פאנטרעגער פון אויפריכטיגע היימישע דזשארנעליזם, וואלט א ודאי נישט געטארט זיין אן אומאפיציעלע פאליסי באסירט בלויז אויף א בולט'דיגע נאמען.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 9:49 am
דורך הקטן
אברך משי האט געשריבן:און לגופו של ענין, כמעט קיין איין היימישע פרוי אינטערסירט צו זיצן און שרייבן אין א אידישע בלאג, א לשון וואס זי קען כמעט נישט און נוצט נישט פליסיג, אויסער איינער וואס דינט אלס שרייבערין אויף די אידישע שפראך (און עפ"י רוב זענען די סארט פרויען געאייגענט נאר פאר שרייבן מעשיות, געפילן, אדער לייכטע און הומאריסטישע ארטיקלען. כך היא המציאות, און גייט זיך נישט פלאגן צו ליינען און מתווכח זיין אין טיפערע ענינים בשפת-לא-ידעה-אשמעה) קען זיין ס'מאכט זיך אמאל א יידושיסט אדער א חוקרת דא דארט, אבער בדרך כלל מיינעך איז כמעט קרוב-לוודאי אז ווען איינער קומט זאגן זי הייסט גיטי אדער חוי, באהאלט זיך דארט עפעס א בערל אדער שמערל וואס האט משום-מה אנגעשמעקט א תאווה צו סטימיולירן אייערע געפילן

דא און ק"ש, ווי אונז ווערען פארעכנט די פאנטרעגער פון אויפריכטיגע היימישע דזשארנעליזם וואלטען מיר געמעגט האבען געניג טאלערנץ און אויב א בערל אדער שמערל וויל הייסן גיטי אדער חוי פארוואס זאל דאס נישט זיין זייער רעכט
דאס אז זיי קענען נישט ארויסקימען פין די קלאזעט דאס איז אלס א חלק פין די פארשאלעטע סיסטעם
פארוואס זאלן מיר נישט זיי empower'ן צו מאכן די באשלוס פאר זיך אליינס?

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 9:54 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין באמת נייגעריג צו אויף I'm a mother איז אויך דא אזא סארט שמועס.

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 10:24 am
דורך אונטער חכם
יענץ איז דאך אפיציעל געמאכט פאר פרויען.

זיי נעמען אבער אויך אן טרענס, א חבר האט מיר געזאגט אז ער האט געהאט א ניק דארט.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 11:34 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה נישט פארוואס די הנהלה קען נישט זאגן דא איז א mens club. פינטעל. זיי זענען נישט מחויב צו דיל'ן מיט די אלע שוועריקקייטן וואס פאלטשע פרויען טראללס ברענגען צו א פלאץ. די עצה דערפאר איז מאכן א mens club, פינקט ווי ס'קען זיין מענער קלאבס אין די סעקעלער וועלט קען קאווע שטיבעל אויך זיין מיוחד פאר מענער. און אז ס'מאכט זיך אמאל אז א פרוי איז דא און ס'איז קלאר אז זי איז נישט קיין טראל, און זי געט צו צום פלאץ, אדרבה, זאל זיין אזוי. אבער ניין, מ'איז נישט מחויב צו האבן א כלל אז יעדע פרוי איז וועלקאם.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 12:16 pm
דורך real fake news
ווען וועלט וואלט געוועזען וועלט, וואלט נישט צופיל געמאכט א חילוק צו דער איז א פרוי, א מאן, אדער א מאן וואס שפילט פרוי.

מוואלט געקענט פירן נארמאלע געשפרעכן און טענהרייען, אהן געבן געוויכט צו וועלכע דזענדער מרעדט דא.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 12:49 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין באמת נייגעריג צו אויף I'm a mother איז אויך דא אזא סארט שמועס.

אוודאי . און כדאי צו שרייבן דארט דארף מען רעדן אויפן טעלאפאן צו פעסטשטעלן אז מען איז טאקע א פרוי סך שטרענגער ווי דא

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 12:44 pm
דורך אונטער חכם
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין באמת נייגעריג צו אויף I'm a mother איז אויך דא אזא סארט שמועס.

אוודאי . און כדאי צו שרייבן דארט דארף מען רעדן אויפן טעלאפאן צו פעסטשטעלן אז מען איז טאקע א פרוי סך שטרענגער ווי דא
נישט אמת.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 2:13 pm
דורך צפור בודד
אן ארוני קען זיך מאכן פאר א זאלי, א חסיד פאר א ליטוואק, א גערער פאר א בעלזער, א 45ער פאר א 48ער, א בחור פאר א פארהייראטער, און קיינעם גייט עס נישט אן. נאר איבער א חשש אז א יונגערמאן וועט אפשר מאכן דער אנשטעל פון א פרוי גייט דער וועלט אונטער און מען שליסט אויס דערפאר האלב יהדות החרדית, אתמהה?

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 4:01 pm
דורך גראף
איך האב יעצט געפרעגט מיין ווייב אויב זי וואלט געווען אינטעסירט צו ליינען און שרייבן אויף ק''ש אין סיי וועלכע נושא איהר געפעלט. ניין נאט רילי. פארוואס? איך האב גענוג אנליין סאציעל פלעטפארמס וואס האלט מיך פארנומען. בד''א ליינט זי און איז אקטיוו צומאל אויף איים עי מאדער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 2:05 am
דורך קטלא קניא
/