ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

מחשבה, השקפה ועיון
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

יעדער פארשטייט פארוועם כ'האב געברענגט די גר"א...

יעצט בנוגע זיין מערכה אויף חסידות, האמיר בעלי רוה"ק פון ביידע זייטן, פון די אנדערע זייט איז שטארק מסתבר אז מ'האט אים מיסאינפארמד (ענליך צו וואס די צאנזע חסידים האבן געטוען מיט זייער רבי'ן לגבי רוזין), און מיט דעם אלעם האבן רוב רובם פון די שפעטערדיגע גדולים מעריך געווען חסידים. (עכ"פ מער ווי דעם גר"א).

מאידך גיסא איז אדרבה, היא הנותנת, טאמער זענען חסידים ומתנגדים איינשטומיג אויף איינעם אז ער איז א קדוש אידעך זיכער יש דברים בגוי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי פארשטענדליך האסטו נישט געכאפט די טיפקייט פון מיין תגובה, ליין איבער, אויך צווישן די שורות. דיין תגובה אויף וואס איך באציה זיך, צופאלט צוזאמען מיט נאך אסאך אנגענומענע נארמען, והמבין יבין.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

קל וחומר האט געשריבן:יעדער פארשטייט פארוועם כ'האב געברענגט די גר"א...

יעצט בנוגע זיין מערכה אויף חסידות, האמיר בעלי רוה"ק פון ביידע זייטן, פון די אנדערע זייט איז שטארק מסתבר אז מ'האט אים מיסאינפארמד (ענליך צו וואס די צאנזע חסידים האבן געטוען מיט זייער רבי'ן לגבי רוזין), און מיט דעם אלעם האבן רוב רובם פון די שפעטערדיגע גדולים מעריך געווען חסידים. (עכ"פ מער ווי דעם גר"א).

מאידך גיסא איז אדרבה, היא הנותנת, טאמער זענען חסידים ומתנגדים איינשטומיג אויף איינעם אז ער איז א קדוש אידעך זיכער יש דברים בגוי.


צאנזער רב איז געוועהן א גדול בדורו און א שטארקע בעל הלכה. כ׳וועל עניטיים אקצעפטירן זיין מיינונג איבער אנדערע וואס האבן נישט געשמ׳ט אלס תורה ריזען בנגלה. ס׳גאנץ געפירעכץ דארט ביי די אנדערע איז מאדנע אין בעסטן פאל.
שוין, כ׳האב אויפגעוועקט די שלאפעדיגע יעצט. נו, הייבטס אהן פארטיידיגן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

וואס טוט זיך מיט טשובינער רב'ס מיינונג? וואלסטע אויך אנגענומען??
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

בערז'אנער רב?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

אדנירם האט געשריבן:ווי פארשטענדליך האסטו נישט געכאפט די טיפקייט פון מיין תגובה, ליין איבער, אויך צווישן די שורות. דיין תגובה אויף וואס איך באציה זיך, צופאלט צוזאמען מיט נאך אסאך אנגענומענע נארמען, והמבין יבין.

ליידער בינעך פון די 'שוואכערע כשרונות' 'מיט פרויערישע געפיהלן', בעט איך איר זאלט מיר ביטע יא קלאר מפרש זיין. (אפשר איז דא עפעס טיעף אין מיין מענה וואס רבינו האט נישט אויפגעכאפט...?!)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קוק אריין אין היכל הברכה פ' ויצא ס'ערשטע שטיקל
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

הרב יעקובזון, רוזין איז באקאנט צו זיין אן אכסניה פאר די גרעסטע תורה ריזן פון די חסידים.
וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט:

מהרש"ם מבערז'ן

כוכב מיעקב

בנו טשובינער רב

ר' מאיר אריק

ר' מאיר שפירא

ר' משה מבאיאן

ועוד.

דער טשובינער רב וואס איז געווען א וועלטס מתמיד האט געזאגט אז טאמער איינער וועט קומען מיט א מעשה אויף דעם הוסיאטינער וואס ער האט נאכנישט געהערט, וועט ער פארמאכן ס'גמרא און אויסהערן.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

קל וחומר האט געשריבן:בערז'אנער רב?


ברעז׳אנער רב זי״ע ווי אויך טשעבינער רב זצ״ל זענען געוועהן גאהר גרויסע אידן.
ס׳האט ווייניג מיט׳ן ארגומענט ווייל וואס דער און יענע האבן אנגענומען זענען באזירט אויף סברות און אפילו תורה ריזן האבן מעגליך פארקוקט געוויסע זאכן צוליעב פארשידענע סבות און יתכן משום בוחר ברע במיעוטו לפי ראות עיניהם אין זייערע דורות. ובעיקר, צאנזער רב האט געלעבט בדורו...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

משא"כ אין צאנזער רב'ס אננעמאכץ קען מען נישט לייגן קיין סברות, יעך הער.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

קל וחומר האט געשריבן:משא"כ אין צאנזער רב'ס אננעמאכץ קען מען נישט לייגן קיין סברות, יעך הער.

הוי ווי מען קאן! נאר זיין חצר האט געשמעקט מער תורה׳דיג און דרך המקובל מדורי דורות. מ׳האט נישט געזעהן דארט קיין מותרות וכו׳ מ׳איז נישט ארומגעלאפן אין קרעטשמעס דערציילן מייסעס...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

וואס טוט זיך מיטן בעש"ט גופא?

ער האט אויך געהאט מעשיות מיט זאכן (קיין נגלה זעהט מען נישט), וואס זאגט צאנזע רב אויף אים??
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

יעקבזון, כאטש איך פארשטיי דיין אנטריסטונג, ווייס איך נישט פון וואו דו נעמסט א צד אז דער אר"י איז געווען א שייגעץ בדומה לשבתי צבי. העכסטנס פארוואנדל אים אין א בעל דמיון [וואס האבן נישט געפעלט ביי מקובלים. עי' ערך ר' אברהם אבולעפיה, המכונה הרואה. איינע פון די באקאנטע חסיד'ישע רבי'ס, איז אויך געווען באקאנט מיט זיינע חזיונות, וד"ל], און פון דארט קומען די חזיונות וגילוים. אבער פארוואס מחליט זיין אז ער איז געווען א פשוט'ע ליגנער?

דער רמ"ק איז געווען א גדול לכל הדעות, און האט אויך געגלייבט אין קבלה. מער א שארפע דוגמא נעם פונעם ריקאנטי, וואס זיין ספר איז פול מיט תורה בנגלה ובנסתר, אבער האט לפי דבריו זוכה געווען דערצו דורך א מיסטישער אופן. אממערסטנס איז דא א דוגמא פונעם בית יוסף, וואס על הצד אז דער מגיד מישרים קומט פון אים, איז ער געווען פארגלייבט אין מיסטיציזם און אייגענע גילוים, אבער קיין פשוט'ע לץ איז ער נישט געווען, ווייל ער האט איבערגעלאזט איינע פון די גרעסטע חותמות אין תורה בנגלה.

הכלל, נישט יעדער מקובל קען מען אוועקמאכן אין א רגע, כאטש די חכמת הקבלה איז מוטל בספק.
אפשר בעל דמיון יא, אבער שקרן זיכער נישט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

לייען איבער פארזיכטיג יעדעס ווארט וואס כ׳האב געשריבן לגבי צאנזער רב. און לגבי אנדערע. ווילנער גאון האט געהאלטן וואס ער האט געהאלטן, און נישט בחינם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

ארי נוהם. קלעת בול. דאס האב איך בעצם געמיינט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

אז מ'האלט שוין דא, איז טאקע נישט מוכרח אז שבתי צבי איז יא געווען א שייגעץ א להכעיס'ניק, וע"פ דעת החוקרים איז ער אויך סך הכל געווען א בעל דמיון.

און אפשר דאס האט יעקבזון געמיינט מיטן "דמיון" צו שבתי צבי.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ס'האט זיך אים 'געדמיונ'ט אז הותרה העריות.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

ער האט לויט אלע חוקרים געליטן עפעס גייסטישע קרענק, שגעונות, דמיונות, פסיכאפאטיע, צו עפעס אנדערש. אלץ דוגמא, ליין דא: http://www.hebpsy.net/articles.asp?id=2432. גרשום שאלאם איז אויך זייער פארנומען געווען דערמיט כידוע.

מתיר זיין עריות איז לאו דוקא עפעס וואס האט מיט א מנוול, מ'קען זיין א מטורף צו משנה זיין דיני תורה, און מחליט זיין אז מען איז מייחד יחודים וכדומה. זיי האבן אלע חזעריי אויפגעבויט על פי קבלה [ומכאן ראי' ווי שנעל מען קען רעדן שטותים אין נאמען פון תורת נסתר. גיי פרעג אים אפ].

פארגעס אויך נישט, אז בחייו האט ער געהאט אומצאליגע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן מיט אים, און צווישן זיי זענען געווען אמת'ע מקובלים אויך. סך הכל זענען זיי געווען אין די נישט ריכטיגע זייט, אבער ווען זיי וואלטן מעיד געווען אויף קבלה בכלל, אדער קבלת אר"י בפרט, וואלט מען זיך ווען באנוצט מיט זייער עדותשאפט צו ברענגען א ראי' איבערן ווארהייט פון תורת הקבלה.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:הרב יעקובזון, רוזין איז באקאנט צו זיין אן אכסניה פאר די גרעסטע תורה ריזן פון די חסידים.
וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט:.....

ר' דודיע מבארדיטשוב בעל תהילה לדוד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:ס'האט זיך אים 'געדמיונ'ט אז הותרה העריות.

און אז באיאמ"ה שעשני ישמעאלי.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

ארי נוהם האט געשריבן:יעקבזון, כאטש איך פארשטיי דיין אנטריסטונג, ווייס איך נישט פון וואו דו נעמסט א צד אז דער אר"י איז געווען א שייגעץ בדומה לשבתי צבי. העכסטנס פארוואנדל אים אין א בעל דמיון [וואס האבן נישט געפעלט ביי מקובלים. עי' ערך ר' אברהם אבולעפיה, המכונה הרואה. איינע פון די באקאנטע חסיד'ישע רבי'ס, איז אויך געווען באקאנט מיט זיינע חזיונות, וד"ל], און פון דארט קומען די חזיונות וגילוים. אבער פארוואס מחליט זיין אז ער איז געווען א פשוט'ע ליגנער?

דער רמ"ק איז געווען א גדול לכל הדעות, און האט אויך געגלייבט אין קבלה. מער א שארפע דוגמא נעם פונעם ריקאנטי, וואס זיין ספר איז פול מיט תורה בנגלה ובנסתר, אבער האט לפי דבריו זוכה געווען דערצו דורך א מיסטישער אופן. אממערסטנס איז דא א דוגמא פונעם בית יוסף, וואס על הצד אז דער מגיד מישרים קומט פון אים, איז ער געווען פארגלייבט אין מיסטיציזם און אייגענע גילוים, אבער קיין פשוט'ע לץ איז ער נישט געווען, ווייל ער האט איבערגעלאזט איינע פון די גרעסטע חותמות אין תורה בנגלה.

הכלל, נישט יעדער מקובל קען מען אוועקמאכן אין א רגע, כאטש די חכמת הקבלה איז מוטל בספק.
אפשר בעל דמיון יא, אבער שקרן זיכער נישט.


כ׳האב אמאהל געפירט א געשפרעך מיט א באקאנטע איבער א פארשוין וואס האט נישט דערקענט דעם אמת אויך דעמאלסט ווען ס׳שמייסט אים אין פנים אריין... זאגט מיר מיין איש שיח אז יענער איז נישט קיין שקרן נאר א שטארקע בעל דמיון... ענטפער איך גאנץ איינפאך, לגבי מיר וואו כאפט עס א נפקא מינה? ס׳איז אדער אמת אדער שקר!
און נאך א זאך, ווען איך גיי מיט אים מקיים זיין דעם ״ועם עיקש תתפתל״ וועט עס יא זיין גלאטע ליגנטס, דען איך בין דאך נישט קיין בעל דמיון. כ׳וויל נישט האנדלען מיט אזא איינער וואס גייט מיר מאכן פאר א ליגנער...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ס׳איז אדער אמת אדער שקר!

אז איז זייער "שווארץ און ווייס" געזאגט. אויב האט איר שוין געלעבט צוויי מינוט אויף די וועלט, וואלט איר געוויסט אז דאס איז די ווייניגסטע-רעאליסטישע קוק-פונקט אינעם לעבן.
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לגבי מיר וואו כאפט עס א נפקא מינה?

ס'איז א גרויסע נפקא מינה, ווי דען נישט?

אז ער איז ח"ו א ליגנער, קען מען אפשר פארשטיין וויאזוי איר קומט אויף מיט:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:און ווי שטארק וועט איר שרייען אז כ׳על אייך זאגן אז די גאנצע ״אר״י הקדוש״ און זיין חבריא איז ביי מיר מוטל אין א שטארקע ספק זייער ערליכקייט?

משא"כ אז ער איז ח"ו א בעל דמיון, וויאזוי נעמט מען די חוצפה צו רעדן אזוי אויף א עובד השם פון הונדרעטער יאהר צוריק, נאר ווייל ער האט מכלומר'יש געהאט א דמיון פראבלעם?!

אז דער רמב"ם זצ"ל האט געשריבן עפעס וואס די מציאות שטעלט זיך ארויס פארקערט (לאמיר זאגן אז מ'גלויבט שוין די היינטיגע מער ווי אים, און לאמיר שוין זאגן אז איר ווילט נישט אהננעמען די טענה אז נשתנה הטבע), איז ער ח"ו א פאלנער שקרן?! עפ"ל!

נעמט מיך נישט ביטע אהן אלס א פארמאכטער קאפ וואס קען נישט פארנעמען קיין פראוואקאצירענדע טעאלאגישע פילאזאפיע; דוקא לאו. אדרבה, איך האב א גרויס פארגעניגן ווען מען לייגט ארויף אויפן טיש אלעס, לשם פילאזאפיע, און טאקע נאר לשם פרעגן; נישט לשם צו אפפרעגן. איך ווייס אז איר האט געשריבן אז "והמבקש האמת ישמור נפשו מהם" אז אז "מיינע כוונות זענען גוטע", אבער צוויישן די שורות שטעלט זיך ארויס פונקט קאפויער.

#להם_ולא_לו
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

ריכטיג האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:הרב יעקובזון, רוזין איז באקאנט צו זיין אן אכסניה פאר די גרעסטע תורה ריזן פון די חסידים.
וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט:.....

ר' דודיע מבארדיטשוב בעל תהילה לדוד.

נקוט כלל זה בידך, ווען מ׳טוהט זיך אהן פריצישע קליידונג און מ׳בויעט ארמונות מלאים כל טוב און שיקט ארום אידן אין די ווערצהייזער צו דערציילן עובדות (אשר היו ולא היו) פונעם מנהיג איבער א קאפיק משקה (פראפאגאנדא בלע״ז), איז דא א שטארקע מקום לומר אז ס׳האט נישט קיין ריח של תורה. כ׳בין אביסל אנדערש פראגראמירט פון אייך און ווער נישט דערשראקן אז דער און יענער איז עס געפאלן די סארט עבודה. מיר דארפן וויסן אז תורה מתוך הדחק איז וואס חז״ל האבן קובע געוועהן. אודאי דארף מען גיין ריין געקליידעט און וואוינען אין א לייטישע דירה, אבער מותרות מאן דכר שמי׳? מ׳דארף ליגן אין לערנען און נישט זיין פארנומען מיט אז״ג סיפורי צדיקים און מופתים. ריכטיג און וואהר אז ביים בעש״ט זענען אויך געוועהן די וואס האבן געזוכט צו פראפאגאנדירן און ארומגעפאהרן אין די ווייטערע שטעט און דערציילט מעשיות און פארדינט אפאר רובל דערביי (והוא העיקר...), אבער דער דרך הבעל שם מיט אירע פילע פראבלעמן איז בעיקר געוועהן צו געבן א געשמאק אין עבודת ה׳ און אויך הייבן אביסל די נידעריגע עלעמענטן. די גר״א ווידער האט מעגליך געהאלטן אז אפילו הכי איז פארט בעסער צו בלייבן ביים אלטן ווייל אייגנטליך האט ער געהאלטן אז יצא שכרו בהפסדו -- לאו דוקא אז ר׳איז געוועהן אומגערעכט... קוק זיך גוט אום וויאזוי ס׳קוקט היינט אויס די מצב...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט