בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
און אויך שפארן טראפיק, קאר פייפערייען, און שווארצע פעינט צו איבערפארבן די ווייסע בייק לעינס.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:14 pm
דורך אויס מענטש
לכאו' אלץ אכשר דרא דרייווט מען נישט קיין בייקס

עס איז געווען א שאלה אינדערהיים, אויף א שוחט וואס האט געדרייווט א בייק, מחמת חחש חימום, און איך מיין מען האט מעביר געווען דעם שוחט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 10:10 pm
דורך איחוד פעלד
היינט איז דא א חשש חימום ווען מען גייט צופיס.

בפרט מיט די רבינו תם'ס.המ"י.

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 10:45 pm
דורך לאליפאפ
וויליאמסבורג. איז א שטאט וואס ווייניג פארשטייען אירע פרינציפן און געזעצן, צו די א ג פיהרער פון וומס״ב ווייסן די טעמי המנהגים? גלייב איך שווער. יעצט בנוגע די בייקס, איז די מעשה זייער אומפארשטענדליך, פארוואס? ווייל אויף יעדן ענין, מחאה, פירצה, איז דא מענטשן וואס פייפן דערויף, און לכאו׳ וואלט די בייקס געדארפט שוין דורכגעבראכן ווערן יארן צוריק. אז מענטשן קענען פייפן אויפן כינוס כלל ישראל, וואס די אינטערנעט פראבלעמען פארשטייען מענטשן פון מאנסי, אנטווערפן, לאנדאן אויך, קען מען זיך דאך אוודאי ארויפזעצן אויפן בייק און פעדלען. מציאות׳דיג איז שווער צו גלייבן אז מענטשן האלטן אז די בייק קען שטערן יהדות אלץ דעם וואס מ׳קען מיט איר גרינג אנקומען ממקום למקום, ווייל אין פאקט מיין איך באנוצט מען זיך אין אנטווערפן מיטן בייק די מערסטע אין פראצענטעדזש, אפי׳ קינדער און בחורים פארן פון און צו די מוסדות דערמיט טעגליך, און זיי קוקן מיר אויס צו זיין די מערסטע דומע און פארמאכטע יונגווארג וואס אונז פארמאג מיר (במחילת כבודם - אבער אזוי שמועסט מען). איך קען א יונגערמאן וואס קומט פון וומס״ב און האט זיך געצויגן קיין לאנדאן, און ער מאכט קראנק די ב״ב און די קינדער אז די קינדער זאלן נישט פארן מיטן שייגעץ בייק ברחובה של עיר, און פרעג אים פארוואס... ער קוקט דיר אן ווי די ווילסט פאר זיינע יונגלעך פלעכטן די האר ווי די שחורים. אבער סאיז נאך מער אומפארשטענדליך ווען אין דעם שכינות׳דיגן מאנסי סייקלט מען הין און הער מיט בייקס, און אין ווילי איז עס נאך אלץ פון די דריי ערגסטע (שלש שבועות), למשל פארוואס זאלן זיך נישט די יונגעלייט פון 66 פען סט ארויפזעצן אויף בייקס אזוי ווי נארמאלע מענטשן, און אראפרעדלען לי עוועניו לדאבון לב קלאר און צימערמאן? איז דא עפעס א קלארערער הסבר? האט דאס דער רבי זי״ע דאס איינגעקלאמערט אינעם זעלבן פאראגראף ווי דעם עירוב? איך מיין מ׳זאל עפענען א בייק געשעפט אויף לי עוו און טאקע שוין דעם ל״ג בעומר!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:15 pm
דורך נולד מאוחר
www.vosizneias.com/128657/2013/04/19/new-york-ny-over-5000-register-for-bike-sharing-program/
פאר 95$ א יאר ביליגער ווי א סעט ד' מינים קען מען ווערן א מעמבער.
מעמבערס קענען נעמען א בייק פאר 45 מיניטס בחינם.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 9:45 am
דורך מאטי
מעיאר בלומבערג רעדט זיך נעבעך איין אז ער פראסקעט אונז מיטן אויפשטעלן די סטאנציעס אין אונזער געגענט א שטייגער ווי מבפ אונזערע
עסקנים האבן אים סוקסעספול איינגערעדט אז דאס איז איינע פון אונזערע סאמע יסודות הדת.
סוואלט נישט געווען שלעכט אויב אונזערע עסקנים מאכן אים טראכטן די זעלבע אויף דאטשיקלעך,המודיע, טייטס נישט פון די טייטעל פירמע,באנדדענעס.
ווילאנג די עסקנים מאכן דעם קאץ היטן אונזער (פאלשער) מילעך ווערט דא אן עולם התיקון ...
אגב האב איך געטראכט: אויב על קאידא האט ווען שכל בלאזן זיי אויס עטליכע שטאטישע ברוינע טוי טראקס וואלטן זיי געשאסן צוויי פייגל מיט איין באמבע אין זיך איין געקויפט פיל סימפאטיע ביי ניו יארקער.

Re: לאמיר פארן מיט בייקס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:28 am
דורך גראף