בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 12:35 am
דורך [NAMELESS]
מענער זענען אויך נישט גענוג גרויס צו האבן א מיינונג אין יעדע ענין. איך פארשטיי בכלל נישט דעם מעסטער.

זוממער וועקער תשע"ח

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:19 am
דורך בת קול
עס קומט א היץ,
אין מיין דירעקציע.
"דרייסט זיך אין שמוץ"!
לעקציע נאך לעקציע.

דיין השקפות,
דיין חסידישע לבוש,
דיין פאבליק התנהגות,
שטומט פשוט נישט.

אויף סאציאל מידיע,
דו טיילסט צופיל מיט.
פאסטן יעדע דריטע,
וואך איז נישט גוט.

עס טוהט נישט פאסן,
וויאזוי דו קוקסט אויס.
זיך דרייען מיט די מאסן,
און לייקן די אומווערדיגע פאסט.

נאר משוגעים,
נאר צודרייטע לייט,
נאר פשעים,
דרייען זיך אויפן וועבזייט.

-----

פון א שמועס 8 יאר צוריק-
מיינסטו צייט איז שטיין געבליבן?
וואס לייגסטו די אלע דריק,
זענען מיינע אלטע דעות אין שטיין געשריבן?

דו קענסט מיר בכלל נישט,
איז טייל מיר נישט איין.
רוף מיר נישט אין איילעניש,
און טראל מיר נישט אריין.

אפשר בין איך נישט אזא צדיקות,
ווי דו מיינסט איך בין.
אפשר האב איך אפילו ספיקות,
אדער בין איך נישט אזוי שטארק פרום.

אפשר האב איך סתם א יצר הרע,
צו קוקן דא און דארט.
אפשר האב איך פשוט הנאה,
צום געשריבענעם ווארט.

און סיי ווי סיי-
וועט דיין מהלך נישט העלפן דיין בושה.
ס'איז נישט כדאי,
פלוצלינג אנצוטוהן א מאנטל פון קדושה.

לעב דיין לעבן,
איך לאז דיר גערן,
און קענסט מיר אויך געבן,
די פריוועליגיע זעלבסשטענדיג צו ווערן.

Re: מאמישע געפילן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:06 pm
דורך א איד
וואס איז שוין געשעהן יעצט? איך האף אז עס איז נישט פונעם מאן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:33 pm
דורך בת קול
אן אלטער "פריינדינע" וואס דרייט זיך אויף סאציעל מידיע, און ניצט דאס צו שפיאנירן, דזאדשן, און מוסר'ן.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 9:42 pm
דורך הוגה
כ'האב זייער הנאה געהאט צו ליינען דער פאעמע אין די וועקער. יישר כח.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 8:58 am
דורך בת קול
היינט איז די טאג
אפוועגן די יאר'ס וואג
און א חשבון הנפש צו מאכן,

אויב צופרידן בין איך
וויאזוי מיין לעבן פירט זיך
אדער וויל איך אויפטוישן אפאר זאכן,

מיינע מחשבות איך פרוביר
צאמקלויבן אין מיר
זיי זענען איבעראל און אין ערגעץ,

צאמרוימען די דירה
וואו איז מיין גבורה?
איך מאך יעצט א חשבון הנפש!

נישט פארגעסן פאקן דעם קיטל
וואס פארברענג איך מיט ביטול?
ס'איז וויכטיג אבער נישט יעצט,

מיין צוקערלס האניג מיט עפל
פאק איך אין פעקל,
און מאך נאך א החלטה פעסט.

-----

אפשר אין די צייט
בין איך נישט ממש גרייט
זיך געבן א קלאר בליק אין שפיגל,

אז איך אנטלויף
און מעשיות איך אפקויף
אז איך דארף יעצט וויכטיג אפבאדן מיין יונגל.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 2:58 pm
דורך בת ים
רויטע בעקעלעך
רינדיגע אויגעלעך
בלאנדע לאקעלעך
מיין טייערע נשמה'לע

איך קוק אויף דיר
א קלאפ אין הארצן
איז שוין גאנצע דריי יאר
זייט דו ביסט געבוירן, אינגאצן?

ליסטיג און לעבעדיג
פריילעך און פיל מיט חן
זארגלאז און צופרידן
שפילסטו אזוי שיין

קאלירן און שעיפס
נומבערן און אלף בית
זינגען ABC’s
אלעס שוין דו ווייסט

דערציילסט מעשיות
און מאכסט א גערידער
קענסט גוט די פרשיות
און זינגסט אלע לידער

שפרינגסט און טאנצט
עסן און אנטוהן אליינס
יעדן טאג דו איבעראשסט
מיט דיינע קינצן איינס ביי איינס

מיין קליינע בעיבי יונגעלע
שוין גארנישט אזוי קליין
מיר גייען דיר בקרוב פירן
אין חדר אריין

אפשערן דיינע האר
לאזן פאיות צוויי
אנטוהן דיין זיסע קאפל
און באקומען א צורה ווי ניי

די געפילן א געמיש פון
פרייד און אויך זארגן
איך וואונטש דיר אלעם גוטן
פיל גליק צום נייעם מארגן

גוטע נאכט זיסקייט...

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 2:59 pm
דורך בת ים
#שפאר אויף מיין ניק
#דיסקרימינעשאן אין קאווע שטיבל קעגן פרויען

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
בת ים האט געשריבן:איז שוין גאנצע דריי יאר
זייט דו ביסט געבוירן, אינגאצן?

........

אפשערן דיינע האר
לאזן פאיות צוויי
אנטוהן דיין זיסע קאפל
און באקומען א צורה ווי ניי


טייל פירן זיך צו שערן ביי די צוויי, לויט אייערע געשרייבעכצער אין די פארגאנגענהייט איז דאס ווארשיינליך די מנהג ביי אייך. לויט דעם מיין איך אז די הנהלה האט רעכט, איר שפילט ארום מיטן עולם.

נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2019 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:טייל פירן זיך צו שערן ביי די צוויי, לויט אייערע געשרייבעכצער אין די פארגאנגענהייט איז דאס ווארשיינליך די מנהג ביי אייך. לויט דעם מיין איך אז די הנהלה האט רעכט, איר שפילט ארום מיטן עולם.

צוויי אידן האבן מיר גע'אישי'ט אז דאס איז לאו דווקא די מנהג ביי אלע. איך ציה צוריק.

שליסל חלה

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 1:31 pm
דורך בת קול
געקאכט די זופ
די פיש
די לאקשן
טשולנט, אייער
פלייש
איך האב שוין

אקאמפלישט
און שטאלץ
איך דארף זיך שפירן
קאמפלעקס
און ווייניג זעלבסט שאץ
טוהן דאס אבער ריאנירן

הערליכע בילדער
ווערן געשיקט
צו מיין אדרעסע
פון באצירטע
שליסל חלה
אלץ שענער און בעסער

גוטע השפעות
מ'וויל אריינבאקן
ביי זיך
פרנסה און נחת
וואונטשט מען
פון קיך

וואס איז די פראבלעם?
וואונדערן
זיך ענק אלע,
כוועל ענק זאגן די סוד
כהאב נאך קיינמאל
געבאקן חלה

#mothersguilt

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 12:56 am
דורך בת קול
Boredom is timeless
And forever
And vain
Boredom is empty
And huge
And lame
Boredom is hateful
And angry
And shame
Boredom is lonesome
And depressing
And pain

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 2:36 am
דורך בת קול
פארלירן א באליבטן
א פארלוסט פריוואט
קען נישט קלאגן
ווען באמת נישט געהאט

זיצן שבעה אין הארצן
די זעלבע ארט וואו
געהאלטן די געפילן
פון ליבע דערצו

איז מעגליך צו פארמאגן
אזויפיל געפילן אין זיך
ווען נישטא מיטצוטיילן
קיין איינע פון זיי מיט דיך

די מחשבות דערשטיקן
צייט צו לאנדען פעסט
צוריקקערן זיך צו וואס
איז מיין ריאליטעט יעצט

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:17 am
דורך בת קול
סאיז אלעמאל דא עפעס
מיט וואס צו זיין פארנומען
ווען דורכאויס די געפילן רוישן
און כקען זיי נישט בייקומען

סאיז קיינמאל די ריכטיגע צייט
צו נעמען דעם שריט
דא צופיל איבערצולאזן
כזאל האבן די מינוט

כדארף ביגלען די העמדער
א גאנצע סינק נאך קלינען
כדארף דעוועלאפן די לעצטע בילדער
אויב נישט איך ווער וועט עס ארגענעזירן

כדארף אויסמעקן מיינע שמועסן
מיט געוויסע פארשוינען
מיין גאנצע אינטערנעט פרעזענס
אויב רינט ארויס וועט זיך נישט לוינען

ווער וועט נעמען קער
פון מיין זיסע נשמהלע
אז מאמי איז נישט דא
וועט ער ווערן א פארטומלטע

כהאב אלעמאל געוואלט א מיידל
זאל איך אויף דעם אויפגעבן
כבין נישט אין די ריכטיגע גיסטע
צו ערציען נאך א לעבן

פאר א נויט דארף איך אויך
א צוואה שרייבן
צוטיילן מיינע זאכן
פון וואס וועט איבער בלייבן

כוואלט געדארפט שאפן
א פאליסי אויכעט א גוטע
זאלן זיי כאטש הנאה האבן
כאטש סוועט זיין ביטער

כדארף אויפזיכן
וויפיל איז גענוג צו נעמען
צו גיין די מערסטע רוהיג
ווייל מיין גייסט טוט צופיל שטורעמען

----

דערווייל בין איך נאך דא
ווייל כהאב צופיל אחריות
אדער אפשר וויל איך נישט באמת
קאפ דרייענישן, גיי פארשטיי עס

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:54 am
דורך איך אויך
איך וויל דיר לייקן, אבער עפעס לייקט זיך נישט קיין סועסייד נאוט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:איך וויל דיר לייקן, אבער עפעס לייקט זיך נישט קיין סועסייד נאוט.

איך האב דאסמאל דווקא יא געלייקט, להוציא מליבן. ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט די לאזונגען, און אנפאנגען דיסקוסירן זעלבסטמארד ווי נארמאלע מענטשן.

There is but one truly serious philosophical problem, and that is suicide. Judging whether life is or is not worth living amounts to answering the fundamental question of philosophy. All the rest — whether or not the world has three dimensions, whether the mind has nine or twelve categories — comes afterwards. These are games; one must first answer. - Albert Camus

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט לייקן כמש"כ @איך אויך, און עס פאדערט א באזונדערע אשכול וכמש"כ @רביה"ק (אך חולק אני על הציטוט).

און סתם אזוי איז עס עפעס נישט "מאמיש".

נשלח: זונטאג יולי 21, 2019 3:08 am
דורך בת קול
Runnin on a wheel
Like a hamster round
And round I go

There's something I feel
It just pounds
My head I don't know

Onto the next thing
A trip or a challenge
A debate or a fight

Making my heart sing
Making my soul lunge
Towards a goal in sight

And then its all over
Back to the point
Of return to none

Staring into each other
Me and my soul joined
In search of inner calm

Re: מאמישע געפילן

נשלח: זונטאג יולי 21, 2019 3:20 am
דורך קל וחומר
מרת בת קול,
אויב ווילט איר נעמען דאס לעבן ווייל ס'איז אייך ענג אויפן יעצטיגן מצב, טראכט וועגן וויפול אנדערע וועט ענג ווערן דורך דעם שריט.
טאמער האלט איר אז עס איז נישטא קיין אנדערע וועג ארויס פונעם מצב (וואס איז מסתמא נישט ריכטיג), דאן קלערט אויב עס איז אפשר דא א וועג וויזוי צו לעבן און משלים זיין מיטן מצב.
עכ"פ, מען קען נישט מאכן באשלוסן בלויז ווייל אויפן מינוט קוקט דאס אויס ווי דאס בעסטע פאר 'זיך' ווילאנג עס וועט שעדיגן אנדערע.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2019 7:38 am
דורך [NAMELESS]
איך וויל זיך באציען צו בת קול'ס געשריי
ווייל ממש אזוי כ'האב געשפירט לעצטנס ווען איך בין ענליכס פארביי
ווען נאך אויף וואקאציע ערגעצוואו איך גיי
און אויפן וועג אהיים איך שפיר מיט וויי

אזוי פילט מען ווען פון די הייעך מען זעט
אלע שיינע און גרויסע שטעט
אבער דאס געוויסן נאגט און קנעט
מארגן קומט די זעלבע מוטלאזע רעאליטעט

צוריק צו די ארבעט און ארעמע געהאלט
צוריקט צו דער שאטן פון מיין געשטאלט
צוריק צו די מענטשן סיסטעמאטיש און קאלט
און דאס לעבן גייט פארביי מען ווערט מער און מער אלט

אויב איז היינט אזוי אנגענעם
טחז וואס פעלט מיר אויס דער גאנצער פראבלעם
וואס האב איך פון דעם
וועם גייט אן פון מיר וועם

אבער בלייבן אין די וואקאציע
איז אויך אן אומאנגענעמער פראוואקאציע
און דער אמת איז אז די לאקאציע
איז א קליינער חלק פון די פראבלעמען אקאציע

ווייל איבעראל גייט מיט דאס גרויל
און דער געשטיקטער טרערן קנויל
און ענטפערן דיר וואס כ'זאל
איך שפיר מיט די צער פון בת קול...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:18 am
דורך בת קול
You're shocked
You say
You didn't see it

You didn't think
I am this way
That I would've done it

Want to know
Why I need to write
For you to see

Nothing's new
About tonight
I speak but you never hear me

Why you never around
When I need you
Most

In so many ways
I do
Express I am lost

Always too tired
To be there
When I need you

I am worn out
Of being here
For me too

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:11 am
דורך בת קול
נאך אן אטאקע
די פערזענליכע מכה
פון געבוירן אלץ א נקיבה
אין די חרידישן געמיינדע.

ווייבערישע בלוט איז ביליג
אזויפיל זענען גרינג וויליג
צו דערנידערן און אראפצולייגן
מיט א גרינגייט, שטוינענד צו דערהייבן.

די מחיצה געבויט צו א פעסטע
אפילו מיט די רצון די גרעסטע
קען נישט בייגן די אלטע אייזן
זיך פארשטענדיגן אין אונזער קרייזן.

דער צווישנשייד איז אזוי ברייט
מיין מח פשוט נישט פארשטייט
פארוואס מען פארט צוזאם בכלל
ס׳איז גרינגער אליין דעם שיקזאל.

געוויסע זענען טאקע נישט נאריש
ערווארטן קיין פארשטענדעניש
פון א ליידיג פיסטן ארט
ווען עס געפינט זיך בכלל נישט דארט.

זעהט אויס עס מאכט נישט קיין חילוק
וויפיל יאר מען געבט פון זיך נישט גענוג
שטענדיג וועלן בלייבן מענער וואס ניצן
פרויען ביליג, כאילו מיר זענען וויצן.

אפשר איז נישט באשערט
דעם געפיל פון ווערן דערהערט
צו ווערן אנגענומען מיט מיין אנוועזנהייט
דערפאר נעם איך א פאזע פונעם וועבזייט.

צום ווידערזעהן.

Re: מאמישע געפילן

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:23 am
דורך פאליטיקאנט
שכוח @בת קול פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך האב עס געוויזן פאר מיין ווייב און זי האט שטארק הנאה געהאט!