נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:12 am
כבר הזכרנו את זה למעלה
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=10378
זבולון האט געשריבן:זייער שיין [tag]הוגה[/tag].
אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט פארהאן קיין דיווארס ריין צוליב רעליגיעזע אישוס. (און ווי הארב די דיפערענצן זענען, איז אויך נישט קיין גרויסע נפ״מ, ווייל ביי א מוח-דחוק קען די מינדעסטע מנהג ווערן באטראכט אלס יסודי הדת. ופשוט).
לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).
הוגה האט געשריבן:[justify]געוואלדיג האט געשריבן:למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.
אויב וויל ער מחלל שבת זיין דוקא דורכ'ן וואטשען טעליוויזיע אין די דיינינג-רום אנגעטון אין קורצע הויזן און עסנ'דיג חזיר (די גוזמא איז לשבר...) דארפן זיי זיך גט'ן אויבער דאס איז נישט צוליב רוחניות ענינים נאר צוליב incompatibility ענינים. פונקט ווי ווען איינער וויל וואוינען אין נו יארק און די אנדערע אין אסטראליע און ביידע ווילן נישט נאכגעבן וואלט איך מייעץ געווען זיך צו גט'ן, און פונקט ווי צוויי ביזנעס שותפים, איינער זוכט ריעל עסטעיט און די אנדערע זוכט די סטאק מארקעט וואלט איך מייעץ געווען זיך צו טיילן, אזוי אויך דא.
געוואלדיג האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.
דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.
יעקב מענטש האט געשריבן:במח"כ, אויסער צוזאמהאלטן די שטוב פאר די טובה פון די קינדער (וואס איז אויך א גרויסע שאלה צו דאס וועט בלייבן צוזאמען), זעה איך נישט קיין שום סיבה שבעולם פארוואס א פרוי וואס איר שטרעבן אין לעבן איז געווען צו וואוינען מיט א מאן א ערליכע איד וואס נוצט נאר ער"פ מצות צום סדר, זאל בלייבן וואינען מיט איינעם וואס איז א מחלל שבת און א כופר בעיקר ?
נולד מאוחר האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.
סגייט נאך א טריט ווייטער לכאורה , ליבשאפט איז נישט עפעס magical, מהאט ליעב א צווייטען צוליב זיין גאנצער ציזאמשטעל. דו רגע וואס איך ווער געוואר אז ער איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט אויף זייער א גרויסע און וויכטיגע חלק, וויאזוי קען די ליבשאפט בלייבן?
אדנירם האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, [tag]שבת אחים[/tag]], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך [tag]ישראל גלויבער[/tag]'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.
ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.
געפילטע פיש האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, [tag]שבת אחים[/tag]], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך [tag]ישראל גלויבער[/tag]'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.
א פארפאלק וואס זייער איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז זייער אהבה צו סענדערס האט נישט חתונה מתחילה. והא ראי' אז איך און מיין טאטע האבן ביידע ליב אייז קרים אהבת נפש, און איך האב מיט עם נישט חתונה געהאט. נארוואדען? אמאל טרעפן זיך צוויי יוגענטליכע ביי א סענדערס ראלי, מ'קינפט אן א קשר, מזעט אז ס'איז ענבי הגפן, און מ'נעמט עס א שטאפן ווייטער. אזא פארפאלק, אויב הערשט אן אמת'ע אהבה, קען עס איבערלעבן אפילו אויב איינער פון זיי קומט אהיים איין טאג און זאגט פארן צווייטן, הער זיך איין ליבלינג, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן נישט צו זיין אפן מיר דיר, אבער וואס זאל איך טון, איך בין געווארן א הייסע טראמפ חסיד. אויב קען דאס פארפאלק נישט איבערלעבן דעם שמועס ווייזט דאס אז דארט איז קיינמאל קיין אמת'ע אהבה נישט געווען.
אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.
אדנירם האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.
ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.
וויבאלד דיין תגובה איז באזירט אויף דיין הנחה, דארף איך פשוט ארויסשלעפן דעם קארטן און דיין געביידע צופאלט.
איך קען פערזענליך צוויי אידן, ביידע זענען שומרי תו"מ, ביידע האבן זיך גע'גט צוליב דעם מאנ'ס ציען אביסל לינקס [די 'אביסל' איז תלוי אין יעדן מענטש'נס דעת]. זיי זענען נישט געווארן קיין עטאיסטן, ניטאמאל די סארט כפירה וואס דו ברענגסט אויבן.
לכה"פ ביי איינעם פון די צוויי, איז די מאן געווען א גוטער, און די שלום בית איז געווען צום זאך. ביז...
אזעלכע מעשיות קענסטו הערן יעדן שני וחמישי פון מענטשן וואס האנדלן מיט אזעלכע קעיסעס. איך ווייס פון די צוויי, וואס איך קען פערזענליך.
אדנירם האט געשריבן:
נו, טאקע דאס איז אונזער אומגליק, אז די וועג וויאזוי חסיד'ישע אידן האבן חתונה, איז ע"ד סענדערס סענדערס לגזירה שוה. איך חסיד, דו חסיד. מז"ט, געשלאסן שידוך.
אהבה, צוגעפאסטקייט, אויסזען, און צומאל פשוט'ע מידות און תכונות הנפש, זענען גאר די 'אייזקריעם' וואס 'מאכט נישט צופיל אויס' אינעם שידוך.
דערפאר איז טאקע שווער, אז די ליבשאפט וואס איז געבויט אויף אזא שוואכע יסוד זאל אנהאלטן נאך אן אויפשאקלונג אין סאמער תוך וואס האט זיי צאמגעברענגט. און פאר דו ווילסט ענטפערן אויף דעם, ליין גוט איבער מיין לעצטע נקודה דארטן:אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.
דעת תורה האט געשריבן:א פרוי קען נישט איבערלאזן דעם מאן. וואס פאלט דיר ביי אז א מאן קען נישט איבערלאזן די פרוי? אז ער באצאלט נישט קיין מזונות איז ער א מורד, אבער אז ער וויל גט'ן און באצאלן די כתובה, קען ער דאס רואיג טאן (עכ"פ ביזן חרם דר"ג וועגן גט בע"כ).
זבולון האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו ארויסברענגען.
דו טענה׳סט אז דיבור און מחשבה איז נישט גענוג, לכאורה ביסטו גערעכט, אבער מ׳קען עס נישט אויפווייזן, (ווייל געווענליך איינער וואס גלייבט אין יד השם כפשוטו, וועט נישט נעמען צו לאנג ביז עס וועט קומען לידי מעשה, און ער וועט אויפהערן זיך צו וואשן מים אמצעיים).
זבולון האט געשריבן:בכל אופן, ביסטו נישט קלאר וואס טוהט זיך ווען עס איז זיך יא מתבטא לידי מעשה, איז דא אמאל וואס דאס אליינס וועט גורם זיין צו צוברעכן א מערידזש? אדער דאס אויך נישט. (מיין דעה: כמעט נישט בנמצא, אבער עס איז דא אזעלכע מעשיות אויך).
זבולון האט געשריבן:בדרך אגב, מ׳רעדט דא כאילו ליבשאפט איז עפעס א Magic ווארט, וואס קלעבט און גייט קיינמאל נישט אראפ. איך גלייב אז ליבשאפט איז אויך א טוישבארע אייטעם, און עס איז זענען דא פארשידענע גורמים דערפאר. און אויב ווערט פונדעמאנטאלע דיפערענצן צווישן די צוויי, קען עס דעמעדזשן אויך אן אמת׳ע אהבה. (כאטש נישט אזוי שנעל ווי א מערידזש אן קיין אהבה).
וכדומה.. האט געשריבן:אויב ס'דא עכטע ליבשאפט צווישן מאן און פרוי, וואס פאסירט געווענדליך איז אז דער וואס ווערט קאלט שלעפט מיט דעם אנדערן. די גאנצע פראבלעם ווערט עלעמינירט.
א אמתע אהבה צווישן צוויי איז אסאך שטערקער ווי הלכות וואס מאיז אויפגעוואקסן מיט.
אהבה מקלקלת השורה.
mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט
mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט
mevakesh האט געשריבן:א רילעשאנשיפ ווי מען פרובירט צו לעבן די זעלבע ווי יענעם איז עלול אריינצופאלן אין אסאך פראבלעמען פרעגט אייך נאך ביי עני מומחה מיט די מינימאלסטע ערפארונג