בלאט 1 פון 1

פאליטיק אין "קאווע שטיבל": קומט שטימען!

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:19 pm
דורך באריסטא
אזויווי לעצטנס האבן זיך פארמערט אשכולות וועלכע רעדן ארום פון היציגע געפעכטן אין פארשידענע חצרות, איז די צייט צו הערן די מיינונג פון די טייערע חברים איבער דער ערשיינונג, און וויאזוי מיר זאלן צוגיין דערצו.
"קאווע שטיבל" איז געבויט אויף דעם פרינציפ צו געבן א פלאטפארמע אויסצושמועסן אלעס וואס איז נוגע פאר'ן אידיש רעדנדן ציבור. מיר קענען נישט גענצליך פארבאטן דאס רעדן פון זאכן וועלכע זענען נוגע טויזנטער מענטשן. די שאלה איז אבער ווי ווייט מיר זאלן ערלויבן דיסקוטירן די ענינים, אין דער צייט וואס דאס קען אוועקנעמען די רואיגקייט פון אונזער טייערן ווינקל.
וואס זאל אלזא זיין אונזער צוגאנג דערצו?
פאלגנד זענען פינף אפציעס פאר וועלכע מ'קען שטימען:
    1. בכלל נישט ערלויבן צו עפענען אשכולות איבער דעם, נאר ערלויבן בלויז דערמאנען בדרך אגב, ווען עס איז נוגע אנדערע ענינים
    2. ערלויבן צו עפענען באזונדערע אשכולות איבער דעם, אבער מ'זאל נישט ערלויבן ניקס וועלכע זענען מיוחד פאר דעם צו שרייבן דארטן
    3. אזוי ווי נומער 1, נאר מ'וועט יא ערלויבן צו שרייבן איבער די ענינים אין א באזונדערן פארום וואס וועט נישט ארויפקומען צווישן די "אקטיווע אשכולות", וואו מ'וועט ווייטער פרובירן אנצוהאלטן אן אביעקטיווע אטמאספערע
    4. אזוי ווי נומער 1, נאר מ'וועט יא ערלויבן צו שרייבן איבער די ענינים אין א באזונדערן פארום וואס וועט יא ארויפקומען צווישן די "אקטיווע אשכולות", וואו מ'וועט ווייטער פרובירן אנצוהאלטן אן אביעקטיווע אטמאספערע
    5. לאזן ווי ביז יעצט
די אנקעטע וועט זיין אפן פאר די קומענדיגע פיר טעג, און בלויז די וועלכע האבן שוין געשריבן ביז יעצט 75 הודעות קענען שטימען.
ביטע גיט דא אפ אייער שטימע!

אויב איר האט א ספק איבער דעם באדייט פון די אפציעס, פרעגט דא אן. אזוי אויך, די וועלכע האבן נישט די מעגליכקייט צו שטימען דארפן זיך נישט צוריקהאלטן פון אויסדרוקן זייער מיינונג אט דא.