בלאט 4 פון 7
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון).
ר' חיים האט געוואלט כאפן א טבילה. (נישט יעדער איז אויף דער מדריגה).
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:50 pm
דורך טאמבל סאס
יא, און ר' חיים פרנס האט געוואלט הערן חק לישראל. די וואונדער איז נישט אויף ר' חיים פרנס, די וואונדער איז אויף ר' יונה אז ער האט נישט געפונען א בעסערע מקום תורה וואו פארצולערנען.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:33 pm
דורך סמבטיון
טאמבעל, אביסעל מיטגעפיהל מיט די משפחה מעגסטו האבן, ווי שוין געבעטן אין אנדערע אשכולות, האלט דיין חכמה כאטש ביז נאכן באערדיגן. א דאנק.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:43 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
טאמבל סאס האט געשריבן:ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון. אפשר ווייל מ'האט אזויפיהל געמעקט) האט מען זיך געווערטלט אז זייענדיג אזוי פארטיפט אין טראכטן האט ער בטעות אריינשפאצירט אין ים. (כידוע, זאגט מען דאך אויף אים א ווערטל צו ממשיל זיין דער אבסענט מיינדעדנעס מיט וואס ער איז געווען נאטאריעס פאר, אז אויב האט ער אריינגעוואקט אין א שטאנג פארטראכטערהייט, האט ער זיך אנטשולדיגט.)
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די פרעגסט, וואס איז שייך זיך צו לערנען א לעסאן, ווען איינער ווערט געהארגעט דורך א עקסידענט איז שייך צו פרעגן אז ער וואלט געדארפט וויסן, ס׳איז דאך א "עקסידענט״ ניין, ?
וואס טייטשט די ווארט עקסידענט ?
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:52 pm
דורך טאמבל סאס
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? האסט נישט געזען די גרויסע סיינס נשים אויף די אנדערע זייט? אנטשולדיגט.. כ'מיין... אז מ'זאל נישט שווימען און נאו לייף גארד אן בארד?
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:56 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
פליקער האט געשריבן:די ביעטש איז געאייגנט פאר חרדים ווייל דארט איז נישט דא קיין לייף גארד, דעריבער גייען קיין גויים נישט
דארט בדרך כלל, איך בין דארט ביי די פלאץ געשווימען פילע מאל, געטראפן דארט גרויסע רבנים שוין און מיר האבן געפלאטשקעט בענעזאם.
איך בעיט איצט ביים בורא עולם אז מען זאל פארגעסן שנעל די מעשה, כדי איך זאל נאך זוכה זיין דארט צי קענען שווימען מיט מנוחה.
יא אמת דערנעיבן איז דא א נוד ביעטש וואס קיין
נארמאלער מאנטש
גייט נישט אהין, עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.
די מיינסט נארמאלער מענטש האב איך גוט געליינט ?
וואס איז גיין צו א נוד ביטש זיך סותר מיט נארמאלקייט
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:57 pm
דורך טאמבל סאס
מ'גייט נישט אנגעטוהן דארט. נארמאלע מענטשן גייען יא.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:59 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? האסט נישט געזען די גרויסע סיינס נשים אויף די אנדערע זייט? אנטשולדיגט..כ'מיין...מ'זאל נישט שווימען און נאו לייף גארד אן בארד?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
וואלט זיך געדארפט לערנען פון חיים ברייש שרייבסטו, האסט נישט געשריבן ער וואלט זיך געדארפט לערנען פונעם טאוועל.
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 10:59 pm
דורך טאמבל סאס
טאוולען זענען נאר פאר גוים
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 11:20 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
זיי זאגן יעצט אז נאך גרויס שתדלנות איז זיי געלונגן צו ערלעדיגן אז די מעדיקל עקזעמינארס זאלן אריין קומען זייגער 12
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 11:48 pm
דורך שבת אחים
טאמבל סאס האט געשריבן:טאוולען זענען נאר פאר גוים
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אונז אידן בפרט חסידישע אידן האבן א קרענק פון איבערקליגן די סיסטעם, די אלע גאווערמענט ווארינגען איז דאך שטותים! און זייער גרעסטע ראי׳ איז אז די אלע רעגולאציעס איז דאך געמאכט דורך גוישע קעפ וואס גלייבן אין די אזויגערופנע ״גלאובל ווארימינג״ באבע מעשיות! אונז זענען קלוגער פון א יעדעם און די אלע רעגיולאציעס איז בכלל נישט פאר אונז געזאגט געווארן! אונז לעבן אין Jew Land (נוסח סקווירא) און אונז מאכן אונזערע אייגענע געזעצן און דינא דמלכותא דינא איז פאר אונז נישט געזאגט געווארן פארדעם טאקע זענען מיר אין די נייעס יעדע שני וחמישי מיט אונזערע גניבות און שטיקלעך ווייל מיר זענען עקסעמפט פון איינהאלטן די שטאישע געזעצען, נישט אונז מיינט מען! און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אזויפיל אנטיסעמיטן... הייבטס ענק אן אויפירן ווי נארמאלע מענטשען און זייט נישט קיין אויבער חכמים!
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 11:55 pm
דורך שמעון וואלף
באשרייבונג איבער די פארמעגן פונ'ם נפטר. בכלל נישט אקוראט אבער אינטערעסאנט
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 12:35 am
דורך [NAMELESS]
ברוך השם די נפטרים זענען שוין אויפן וועג אהיים.
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:13 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים.
וואו ביסטו א גאנץ יאר? ואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס?
שוין, וואס רעד איך יעצט זייטיגע זאכן. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך שאקירט און צושאסן פון די בשורה רעה ה"י, וואס האט פאסירט פון איין מינוט אויפן צווייטן.
דער באשעפער זאל טרייסטן אלע אידן און די משפחה בפרט, און מהיום והלאה זאל מען שוין נישט דארפן טרייסטן, יעדער זאל געזונטערהייט אויסלעבן זיינע 90 יאר אמן.
הערה כללית: אויף די נאכנישט געפרעגטע קשיא. פארוואס איך טייל אזויפיהל לייקס...?!
דער תירוץ איז. אז כ'האב מיך אפגעלערנט א מוסר השכל פון די היינטיגע שרעקליכע טראגעדיע. און כ'האב אנגעהויבן צוטיילן מיין פארמעגן. מיינע נכסים און באשטייען פון 5 פאר הויזן (חוץ די שבת און יו"ט'דיגע) 2 פעק שליסלעך און לייקס. פון וואס כ'האב ב"ה בשפע. האביך מחליט געווען אז איך וועלל בלי"נ אנהייבן טיילן ביד רחבה. מ'קען מיך טרעפן א יעדן טאג ביי מנחה-מעריב אין---- ביהמ"ד. אלע ארץ ישראל'דיגע יודן און זייערע דרייווערס וועלכע זענען אינטרעסירט קענען קומען צו מיר נאך א פאר לייקס. אויך אויף קאווע שטיבל וועלל איך בלי"נ אנהייבן טיילן לייקס לכל הפושט יד (און נישט ח"ו דארפן זיין א פושט רגל... 2
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:18 am
דורך בשםואין
ק/פ
איך בין גאר ווייט פון אן ארוני, אבער איך קען דיר זאגן אז די דריי מאל וואס איך בין געווען אין פלארידא דעם ווינטער האט ר' יצחק אדער ר' חיים און להבדיל בין חיים לחיים זיין ברודער יודא קיינמאל נישט פארפאסט דעם ערשטן מנין שחרית, זיי זענען געזיצן א גרויסע מערהייט פונעם טאג איבערן גמרא און געלערנט אין קערעסטירער ביהמ"ד.
זיי זענען נישט סתם געפארן פאר שאוילטאג, זיי זענען גרויסע ביזנעסלייט וואס זענען געפארן זיך אביסל אויסקלארן דעם קאפ, אוועק פונעם גאנצן טומל.
ווער ס'קען זיך גוט אויס אין פלארידא ווייסט אז יענע ביעטש איז ליידיג פון מענטשן, איך בין שוין אסאך מאל דארט געוועזן און קענסט זיין זיכער אז קיין ראיות אסורות איז דארטן נישט דא.
ס'הענגט דארט ווארענונגען אז מ'זאל דארטן נישט שווימען, און דערפאר זענען זיי אהינגעגאנגן ווייל זיי האבן געוואוסט אז ס'איז ליידיג פון מענטשן.
ביי א געהעריגע ביעטש וואו ס'געפונען זיך אסאך מענטשן איז פאראן אויף יעדע שטיק פלאץ א גרויסע טורעם און אינעווינייג זיצט א "לייוו גארד" וואס איז געשטעלט מטעם די רעגירונג צו האלטן א אויג אויף די שווימערס, און טאמער עפעס פאסירט אלאמירען זיי גלייך הילף און זיי קומען צו פליען אונטער א מינוט מיט גאלף קארס פול מיט רעטונגס געצייג.
און דאס איז ליידער געווען די סיבה פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג פאר הילף אנצוקומען, דא ביי דעם שרעקליכען טראגעדיע, ווייל קיינער שווימט נישט דארט און ס'איז נישטא קיין לייוו גארדס אויף פלאץ.
פארשטייט זיך אז ס'וועט נאכאלץ זיין בייזוואוליגע פארשוינען וואס וועלן פרובירען צו באשמוצען די נפטרים צוליב פאליטישע מאטיווען, צו זיי רעד איך ניטאמאל, איך רעד צו די וואס ווילן טאקע וויסן וואס דא איז פארגעגאנגן.
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:17 am
דורך Bpjew
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 6:19 am
דורך טאמבל סאס
אינישט איעדער ביטש נוד? ווער גייט אין וואסער גענצליך באקליידעט? איז דען א גרויסע נפקא מינא פאר א חסידישע איד, א ראשעקאל, וויפיל פון די קערפער ס'איז מגולה, כשיעור חזה אישה אדער כשיעור נאה?
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:01 am
דורך שמעון וואלף
טאמבל, סטאפ איט! מ'האט שוין געשריבן אז דארט ווי זיי זענען געווען איז ליידיג פון מענטשן.
די פאוסט איז געפערליך. ווער ווייסט, אפשר זענען זיי ברוגז אויף די שלעכטע רעיטינגס וואס מ'האט געגעבן פאר זייער עפפ נאך די "שטארק" טראגעדיע
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:22 am
דורך יואליש
זיי טוהן עס ווייל דאס איז פארוואס זיי עקזעסטירן, פאר רעיסי גאסיפ. יעדעס מאל ווערט מען נאכאמאל שאקירט ווען די פאוסט פירט זיך אויך ווי די פאוסט האט זיך אלעמאל געפירט. די פראבלעם איז אז מ'פארעכענט זיי ווי א צייטונג ווען באמת זענען זיי איין שטיק זשאוק. שולזאהן און די פאוסט זענען מתנבאים בסגנון אחד. ווייל זיי דינען די זעלבע צוועק און אנדערע שפראכן.
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:23 am
דורך סאשי פיש
די לוויה איז 9:30 ביי 13 הופער
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:28 am
דורך על המחיה
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 8:34 am
דורך ברוך שאמר
זיי זאגן אויף סאטמער וואיס צבי בן יצחק lol
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 9:10 am
דורך טאמבל סאס
שמעון וואלף האט געשריבן:טאמבל, סטאפ איט! מ'האט שוין געשריבן אז דארט ווי זיי זענען געווען איז ליידיג פון מענטשן.
די פאוסט איז געפערליך. ווער ווייסט, אפשר זענען זיי ברוגז אויף די שלעכטע רעיטינגס וואס מ'האט געגעבן פאר זייער עפפ נאך די "שטארק" טראגעדיע
איך האב נישט געזוכט צו פארלייקענען די פאקטען. כ'האב נאר געפרעגט, בתחילה וואס איז געווען די לשון גענוצט אין די טענה'ריי? עס וואלט נישט געדארפט זיין יא נוד אדער נישט נוד, עס האט געזאלט לויטן "יא מענטשן אדער נישט מענטשן."