בלאט 4 פון 7
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:44 pm
דורך דבילה
נולד מאוחר האט געשריבן:די זעלבע גייט פארקערט קיינער איז נאכנישט געווארן א גר ווייל ער איינגעזען שכלדיג ,נאר ווייל זענען האבן געהאט אנדרע אישוס.
אלע גרים וואס איך קען פעלט זיי עפעס.
א נייע פשט אין קשים גרים לישראל כספחת. ס'פעלט זיי פשוט א שרייפל און זיי מאכן לענגער די ליסטעס פאר תהלים...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:31 pm
דורך טראכט
נולד מאוחר האט געשריבן:די זעלבע גייט פארקערט קיינער איז נאכנישט געווארן א גר ווייל ער איינגעזען שכלדיג ,נאר ווייל זענען האבן געהאט אנדרע אישוס.
אלע גרים וואס איך קען פעלט זיי עפעס.
זעט זיך אויס ווי די קאנסט טאקע נישט קיין סאך גרים, וואס פעלט פין הרב גאלדשטיין פין מאנסי? איך קען נאך געלונגע גרים, עס פעלט זיי גארנישט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:56 pm
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:די זעלבע גייט פארקערט קיינער איז נאכנישט געווארן א גר ווייל ער איינגעזען שכלדיג ,נאר ווייל זענען האבן געהאט אנדרע אישוס.
אלע גרים וואס איך קען פעלט זיי עפעס.
רעדסט דאך אזאלעכע שטותים!!
"רות" ר' עמרם בלויא'ס ווייב האט געפעילט עפעס? זי האט געהאט "אישוס"? פארקערט זי איז גאר געוועין א דזיניעס!!
ר' אברהם גאלשטיין פון מאנסי.א קליגע מענטש
הרב ווייזער פון באבאוו איז געוועין א גלח פאר דעים, אויך זייער א קליגער מענטש..
סא דו האקסט סתם אין קאפ!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:30 am
דורך נולד מאוחר
איך מיז מודה זיין איך קען געציילטע גרים. אבער איר מיט מודה זיין לויט די גערעדאכטס וואס טוט זיך אפ לעצטענס איז דא אגרעסערע ליסט פון געווארנע אפיקרסים וואס גארנישט האט זיי געבאדערט נאר די שאלות און קשיות.
אי האב מיך באצויגען צי דו סטעטמענט פון a1b2 וואס טענהט אז קיינער איז נישט געווארן אכופר פון קשוית נאר נדערע זאכן דרוקען. דאס איז פינקט אזאלכע שטותים ווי איך האב גערעדט.
ס'דא אינגערמאן איך האב געלערנט אין ישיבה מיט עם ,ער איז געווען פון די פינעף בעסטע בחורים,קומט פון א נארמאלע געזונטע שטוב,
גארנישט ספעציעלע צרות געהאט. ליידער האב איך לעצטענס געהערט אז ער איז אונגאנצען פארכאפט .
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:38 am
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:איך מיז מודה זיין איך קען געציילטע גרים. אבער איר מיט מודה זיין לויט די גערעדאכטס וואס טוט זיך אפ לעצטענס איז דא אגרעסערע ליסט פון געווארנע אפיקרסים וואס גארנישט האט זיי געבאדערט נאר די שאלות און קשיות.
אי האב מיך באצויגען צי דו סטעטמענט פון a1b2 וואס טענהט אז קיינער איז נישט געווארן אכופר פון קשוית נאר נדערע זאכן דרוקען. דאס איז פינקט אזאלכע שטותים ווי איך האב גערעדט.
ס'דא אינגערמאן איך האב געלערנט אין ישיבה מיט עם ,ער איז געווען פון די פינעף בעסטע בחורים,קומט פון א נארמאלע געזונטע שטוב,
גארנישט ספעציעלע צרות געהאט. ליידער האב איך לעצטענס געהערט אז ער איז אונגאנצען פארכאפט .
א נארמאלער יונגערמאן וואס איז געזינט בנפש געווענליך זיכט נישט קיין פרעמדע פעלדער!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:55 am
דורך לאדיך אפ
וויפיל פראצענט איז "געווענליך"?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:19 am
דורך לעיקוואד
לדאבונינו זענען דא כמה וכמה וואס קומען אן צו כפירה אן קיין שום ספעציעלע סיבה נאר פון פרעגן די שאלות וכו'. מקען נישט מכחיש זיין די מציאות. איך קען פרעזענליך אזעלכע.
אפשר קען מען ארויסגראבען פון אונטער די ערד עפעס א פסיכילאגישע פראבלעם, אבער נישט עפעס עקסטער וואס איז נישט דא ביי יעדער איינער.
די שאלה איז צו מקען עפעס טוהן דערפאר אדער נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:20 am
דורך zurich
לאדיך אפ האט געשריבן:וויפיל פראצענט איז "געווענליך"?
זאג דו אליינס פארוואס זאל א געזינטער מענטש גיין קלעטערן אין זאכן וואס ס'נישט געזינט פאר עים?
פארוואס זעהסטו נישט גוים ווערן אראבער אדער יודן? ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן אנדערע דאגות!!
משא"כ דער יוד איז נעבעך נישט געזינט פאנגט ער אן צו זיכן! קודם איז מאלעסטען שילדיג!! נאכדעים נעמט ער זיך צו זיין מלמד,טאטע באבע זיידע בלא בלא בלא... און אויב נאך אלעם איז ער נאך אלץ נישט זאט "דערקלערט"ער זיך אלץ אן אפיקורת!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:25 am
דורך zurich
לעיקוואד האט געשריבן:לדאבונינו זענען דא כמה וכמה וואס קומען אן צו כפירה אן קיין שום ספעציעלע סיבה נאר פון פרעגן די שאלות וכו'. מקען נישט מכחיש זיין די מציאות. איך קען פרעזענליך אזעלכע.
אפשר קען מען ארויסגראבען פון אונטער די ערד עפעס א פסיכילאגישע פראבלעם, אבער נישט עפעס עקסטער וואס איז נישט דא ביי יעדער איינער.
די שאלה איז צו מקען עפעס טוהן דערפאר אדער נישט.
יא מען קען עפעס טוען!
ס'דא א באוויסטע ווארט גאר א שארפן
פאר קשיות איז דא תירוצים,אבער פאר "תירוצים" איז נישט דא קיין תירוצים
דאס הייסט אז דו ווילסט זיין א כופר וועט דיר דארנישט העלפן קענסט ברענגען די קליגסטע מענטשן גארנישטו וועט דיר העלפן!!!
ודו"ק
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:47 am
דורך נולד מאוחר
zurich האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:וויפיל פראצענט איז "געווענליך"?
זאג דו אליינס פארוואס זאל א געזינטער מענטש גיין קלעטערן אין זאכן וואס ס'נישט געזינט פאר עים?
פארוואס זעהסטו נישט גוים ווערן אראבער אדער יודן? ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן אנדערע דאגות!!
משא"כ דער יוד איז נעבעך נישט געזינט פאנגט ער אן צו זיכן! קודם איז מאלעסטען שילדיג!! נאכדעים נעמט ער זיך צו זיין מלמד,טאטע באבע זיידע בלא בלא בלא... און אויב נאך אלעם איז ער נאך אלץ נישט זאט "דערקלערט"ער זיך אלץ אן אפיקורת!!
סדא אראבער וואס ווערן פריי סדא קריסטען וואס ווערען פריי. סאיז א נאטור וואס א קליינע פראצענט מענטשען האבן. סרופט זיך ''טראכטן'' יעדער טראכטער קומט אן צי א צווייטע דעסטינאציע.
לויט מדרש האט אברהם אבינו אויך דאס געטון , נאר ער איז אנגעקומען צים ריכטיגען החלטה .יש מנהג לבירה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:39 am
דורך געפילטע פיש
אברהם אבינו איז מ'סתם געווען אנגעווייטאגט, שוין פון אלס קליין קינד געארבעט פארסט טשיילד לעיבער ביי זיין טאטן אין טוי סטאר, אלס teen שוין געזעצען אין תפיסה ביי נמרוד'ן און געהאט פראבלעמען מיט די געזעץ, ער פלעגט ארומוואנדערען אלעמאל און געקוקט אויף די שטערנס, אלעמאל געהאט קושיות, ווער האט דאס געמאכט, ווער האט יענס געמאכט, וכו' וכו', נעבעך, סתם ריבעליעס, ער האט געוואלט אפטוהן דעם אלטן תרח איז ער געווארן א בעל תשובה, ס'גארנישט, גיב עס אפאר יאר וועט ער צוריק קומען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:56 am
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'דא אינגערמאן איך האב געלערנט אין ישיבה מיט עם, ער איז געווען פון די פינף בעסטע בחורים, קומט פון א נארמאלע געזונטע שטוב,
גארנישט ספעציעלע צרות געהאט. ליידער האב איך לעצטענס געהערט אז ער איז אינגאנצן פארכאפט.
פון וואו ווייסטו אז ער איז פון א געזונטע שטוב?
ווייל פון דרויסן קוקט אויס אזוי?
קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס טוט זיך אינווייניג!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:35 am
דורך אויס מענטש
עס איז ליידער יא דא א תשובה און תי' דערצו אפי' פיל וועלן עס נישט פארשטיין
אבער דאס איז "ליבשאפט"
עס פעלט רוב מאל די אלע מענטשען זייער מאס "ליבשאפט" און "אנערקענונג" אין זייער סביבה
עס איז אזאך וואס פעלט פון זייער אסאך נארמאלע געזונטע מענטשען אין די היינטיגע וועלט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:46 am
דורך העלא
99% פון די חסידישע זוכן נישט אוועק צוגיין, פאר די ווייניגער פון 1% זאגט מען אז די חינוך איז נישט גוט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 9:06 pm
דורך אויס מענטש
99%
+
5%
= 104
איר זענט נישט הונדערט פראצענטיק?!
שרעקעדיג: א תוצאה פון די אינטערנעט!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:39 pm
דורך געפילטע פיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ycwsF77NP_A[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:17 pm
דורך פיקציע
וויאזוי שרייבן זיי:
TIme well wasted
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:39 am
דורך איציק
דבילה האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מס. וויזל האט געשריבן:[left]It’s ironic that Hasidim even ask this question, because theirs is not a society driven by and for happiness. While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for. Theirs is a world that values honor and good community standing much more than happiness. Respectability is one of the most desired things in the community, and people hope to do good matches, have money and good health and be sufficiently pious and learned mostly to that end. Happiness, while a part of life, is not the ultimate prize.
What’s this fuss about happiness suddenly, then? There are many things to life besides happiness. Freedom, for one. I would rather be unhappy and free than a happy prisoner. I would rather be knowledgeable and grouchy than ignorant and “blissed”. I would rather work hard for my family and friends than exchange that for a moment of gratification. I didn’t leave because I am looking for happiness, but in the process of pursuing what I need in life, yes, I find happiness. When all the stars align right.[/left]
אויסנאם אינטרעסאנט טאקע! לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור פול געווארן מיט נייע אויסשפרעכן א שטייגער ווי "שמחת החיים" "אושר" "סיפוק" וכדו'. דאס איז אלץ אזוינע מושגים וואס פאר א הונדערט יאר צוריק האבן זיי ניטאמאל געהאט ווערטער אין רבנ'ישן לשון קודש. זעט אויס אז די גוי'אישקייט קריכט יא אריין סוכ"ס.
א נייע מושג? אין מיין תורה שטייט "תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב מֵרֹב כֹּל". אונז האבן אלעמאל געוואוסט אז דינען דעם אויבערשטן אנגעזעצטערהייט איז גארנישט ווערט.
איז מען דען מקיים די מצוה פון יו"ט אן קיין שמחה? ושמחת בחגך וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ!!!
א נייע מושג?
אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו (קהלת כג, בב)
שמחה קומט פון שלימות אין לעבן, פון וויסן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט: אין שמחה כהתרת הספיקות.
אזוי ווי דער מהר"ל מ'פראג שרייבט:
"כי השמחה מדה גדולה, כי כאשר אדם הוא בשמחה, הוא בשלמות, ועל ידי זה מקבל התורה שהיא שלימות האדם" (דרך חיים, אבות י)
While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for.
דאס איז וואר. מיר זוכן צו דינען דעם אויבערשטן, אבער מען קען נישט צוקומען צו קיין הויכע מדרגות דורך עצבות, נאר דורך שמחה.
אין רוח הקודש שורה אלא על לב שמח (ירושלמי סוכה ה,א)
דער גרויסער מדרגה פון נבואה, זאגט די הייליגע רמב"ם אין הִלְכוֹת יְסוֹדֵי הַתּוֹרָה פֵּרֶק ז'. שְׁאֵין הַנְּבוּאָה שׁוֹרָה לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, אֵלָא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה. לְפִיכָּךְ בְּנֵי הַנְּבִיאִים, לִפְנֵיהֶם נֵבֶל וְתֹף וְחָלִיל וְכִנּוֹר, וְהֶם מְבַקְּשִׁים הַנְּבוּאָה; וְזֶה הוּא שֶׁנֶּאֱמָר "וְהֵמָּה מִתְנַבְּאִים" (שמואל א י,ה)
לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור
איז נישט דאס געווען א גרויסער ענין ביי די תלמידי בעש"ט? פון ברסלעוו איז שוין אפגערעדט אז שמחה איז דער יסוד פון זייער חסידות.
אפילו דאווענען טאר מען נישט טרויעריגערהייט:
"תָּנוּ רַבָּנָן, אֵין עוֹמְדִין לְהִתְפַּלֵּל, לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ שְׂחוֹק, וְלֹא מִתּוֹךְ שִׂיחָה, וְלֹא מִתּוֹךְ קַלּוּת רֹאשׁ, וְלֹא מִתּוֹךְ דְּבָרִים בְּטֵלִים, אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה שֶׁל מִצְוָה. (ברכות לא)
ביי אונז איז שמחה נישט געווען קיין ארטיקל? יעדעס קינד קען דער מאמר חז"ל:
"מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו" (סוכה נא)
דאס איז נאר וואס ליגט מיר אויפ'ן שפיץ קאפ. יעדער איינער דא קען אין צוויי מינוט זיך דערמאנען א צוויי צענדליג מאמרים אויף שמחה, מן התורה, מן הנביאים ומן הכתובים. פון משנה, גמרא, ספרי ראשונים ואחרונים, חסידות וכו'.
איך בין זיכער אז די אויפגעקלערטע לעידי האט זיך אויך אנגעשטויסן אין די מאמרים אדער א חלק פון זיי במשך איר לעבן אין די חסידישע געזעלשאפט. נאר וואס דען? אדער האט מען עס נאר געלערנט פון אויבן אויף און נישט מקיים געווען אין איר שטוב, און דערפאר האט זי געשפירט א דראנג צו גיין זוכן גליקן אנדערשוואו, אדער מאכט זי זיך כאילו זי ווייסט נישט דערפון, עשה עצמו כאילו לא ידע.
אבער אויף אייך מר. דבילה איז מיר שווער: איר ווייסט אויך נישט?
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:41 am
דורך newkave
ווען איך האב געזען דער אשכול די ערשטע מאל, האט עס אויסגעזען ווי:
שמעקעדיג, א תוצאה פון די אינטערנעט.
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:45 am
דורך שמעקעדיג
אוי, עס גיט מיר א ציפ אין הארצן!
עפעס אמת ליגט דערין
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:34 pm
דורך צלפחד
מיר דאכט זיך אז די צעטיל האט נישט קיין שייכות געהאט מיט דער וואס האט נאר וואס פארלאזט דעם וועג. עס איז אויך גווען דערמיט א פאנדרעיזער עווענט פאר א צווייטע געשיכטע. די צעטיל איז כנראה געווען א חלק פון יענער קאמפיין
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:55 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם צלפחד...
איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...
בכל אופן, יהא בואך לברכה
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:00 pm
דורך איך אויך
אפשר איז עס בנות צלפחד ,סיסטער טו סיסטער.