בלאט 4 פון 12

נשלח: זונטאג יולי 03, 2016 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
[center]לעצטיגע קרישקעלעך איבערן זשורנאל "דער וועקער" #2.[/center]

בעז"ה קענען מיר שוין מעלדן פארן עולם, אז מיר האלטן שוין ב"ה לקראת הסוף, ווען אלע ארטיקלן וואס גייען אריין אינעם קומענדיגן וועקער, זענען שוין ביים גראפיקער נאכן אריבערגיין הגהה, און אפאר לעצט-מינוטיגע טוישונגען האבן געמאכט אז ס'זאל זיין נכנסים ויוצאים אין די ארטיקלן. אלזא, לאמיר מודיע זיין בערך וויאזוי ס'זעט אויס לעת עתה:


1. ווי פאריגעס מאל, באשטייט דער זשורנאל פון דריי קאטעגאריעס: מדור 'חדשות אני מגיד', מדור 'חדשים גם ישנים', און מדור 'מן הגנזים'. אלעס אינאיינעם באשטייט דער זשורנאל פון גאנצע דרייצן ארטיקלן! וואס צוזאמען פארעמען זיי אויס א זשורנאל וואס איז גרעסער פון פאריגעס מאל, און באשטייט פון לכה"פ 60 בלעטער [דער שטערן/שפאקטיוו סייז].


2. אינעם מדור 'מן הגנזים', האבן מיר צוויי ארטיקלן: איינס פון החכם [tag]יידל[/tag] זכרו לברכה [המשך פון פריערדיגן זשורנאל], און איינס פון החכם [tag]יאיר[/tag] זכרו לברכה [בשייכות מיטן ארטיקל פון יידל'ן].


3. אינעם מדור 'חדשים גם ישנים', האבן מיר פיר ארטיקלן: צוויי זענען ווי א דיאלאג צווישן החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] און החכם [tag]קאווע טרינקער[/tag], א דריטע איז פון החכם [tag]יואב[/tag], א פערטע איז פון אני הקטן.


4. אינעם מדור 'חדשות אני מגיד', האבן מיר אריינבאקומען זיבן עקסקלוסיוו ארטיקלן:
א' - א חודש'ליכער 'עדיטאריעל' דורך אני הקטן.
ב' - 'לייענער רעאגירן' [אויף פריערדיגע ארטיקלן], דורך החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
ג' - 'דעת הקהל' [שארפע מיינונגען, ארטיקלן פאר זיך], דורך החכם [tag]רימון[/tag].
ד' - אן ארטיקל איבער אלי וויזעל וואס איז געשטארבן דעם שבת, דורך החכם [tag]העניך[/tag].
ה' - א פארזעצונג איבערן שפאנענדן דראמא 'דער ראדימנער פראצעס', דורך החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].
ו' - א הערליכע ביאגראפיע/אנשי שם, דורך החכם [tag]געוואלדיג[/tag].
ז' - אחרון אחרון חביב, א מאסיווער ארטיקל - דערווייל 'א סוד' - מעשי ידי אומן פון החכם [tag]אבטולמוס[/tag].


5. צוליב צופיל לעצטיגע ערשינענע ארטיקלן, האבן מיר געמוזט ארויסנעמען איין לענגערער ארטיקל מחוסר מקום, און וועט אי"ה ערשיינען אינעם קומענדיגן 'וועקער'. אזוי אויך אלע וואס האבן זיך געמאלדן צו שפעט, וועלן מוזן צואווארטן ביז קומענדיגן חודש, והחכם עיניו בראשו זיך איינצומעלדן וואס פריער מיטן ארטיקל, צו פארזיכערן פלאץ אינעם זשורנאל.


6. מיר האפן נאך ארויסצוקומען די וואך מיטן זשורנאל ברוב פאר והדר בעז"ה. א באזונדערע דאנק דארף איך דא אפגעבן פאר החכמים [tag]שלום שטיסל[/tag], געוואלדיג, [tag]קל וחומר[/tag], און אבטולמוס, פאר זייער הילף. און ווי פארשטענדליך, פארן העלד - החכם [tag]פיקאסא[/tag].


[center]אייער פריינט,
אדנירם.[/center]

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 12:33 am
דורך קל וחומר
די אינטרעסאנטע זאך איז, אז צווישן אזויפיל שרייבער האט זיך נישט געמאכט אפילו איין טיפוש!

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
[center]לעצטע קרישקעלעך איבער דער וועקער #2.[/center]


1. די זשורנאל באשטייט פון אריבער 60 בלעטער, מיט 13 ארטיקלן, מגדולי חכמי 'קאווע שטיבל'.

2. גערייניגט פון טעותים, מסדר געווען מיט שיינע בילדער. הערליכע גרעפיקס, מעשה ידי אומן [tag]פיקאסא[/tag].

3. דער וועקער #2, איז ערווארטעט צו ערשיינען אין די קומענדיגע 24 שעה אי"ה. אין די זעלבע צייט וועט שוין האפנטליך זיין די מעגליכקייט עס צו קויפן אויף עמעזאן.


[center]סטעי טונד![/center]

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:35 pm
דורך כוכב
נעם אראפ ''דער'' רוף עס פלעין ''וועקער.''

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
אט האט איר די בילד פונעם דעקל פונעם "וועקער" [[tag]כוכב[/tag], גוט?...].

der veker #2.jpg

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:24 pm
דורך כוכב
צוויי מעכטיגע קאווער סטאריס!!!

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:44 pm
דורך Bpjew
קען מען שוין די ערשטע קויפן אויפ אמעזאן?

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 8:47 pm
דורך Bpjew
איך האלט מען זאל מאכן א פארזעצונג וועגען קאמפיטאארס, technology works עס גייט זיין אינטערסאנט

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 9:07 pm
דורך טאמבל סאס
אולי רצונך לומר, "איך האלט איך זאל מאכן"?

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 11:58 am
דורך [NAMELESS]
נו?

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 11:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שלום שטיסל האט געשריבן:נו?

איך בין א דיין, צו מיין פיהל טאלאנטען, און איך פאסקען אז דו זאלסט צוריק באקומען דיין געלט וואס דו האסט אויסגעגעבען דערויף

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 1:31 pm
דורך כוכב
אדנירם האט געשריבן:[center]לעצטע קרישקעלעך איבער דער וועקער #2.[/center]


1. די זשורנאל באשטייט פון אריבער 60 בלעטער, מיט 13 ארטיקלן, מגדולי חכמי 'קאווע שטיבל'.

2. גערייניגט פון טעותים, מסדר געווען מיט שיינע בילדער. הערליכע גרעפיקס, מעשה ידי אומן [tag]פיקאסא[/tag].

3. דער וועקער #2, איז ערווארטעט צו ערשיינען אין די קומענדיגע 24 שעה אי"ה. אין די זעלבע צייט וועט שוין האפנטליך זיין די מעגליכקייט עס צו קויפן אויף עמעזאן.


[center]סטעי טונד![/center]


פון מיין עקספערטיז האב איך מיך דערלערנט אז מ'טאר קיינמאל נישט געבן קיין צייט ווען מ'גייט ערשיינען, אלעמאל מאכט זיך לעצט מינוטיגע עיכובים און ס'איז כמעט אוממעגליך ריכטיג פאראויסצושאצן ווען מ'וועט פאקטיש ערשיינען.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 1:39 pm
דורך יעקב מענטש
כוכב, וואס זאל איך דיר זאגן ? ס'בושות. איך האב אלץ געמיינט אז אהן דיר קען גארנישט זיין, למעשה זעה איך די חברה טויגן, און נאך ווי!

דו מוזט טרעפן עפעס א וועג זיך אריינצודרייען אין די רעדאקציע, סעיוו דיין לעגעסי

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:12 pm
דורך קל וחומר
וואס דארפן מיר מער פון דעם פאקט אז ער האט גענומען אויף זיך אהערצושטעלן א פארטיגע 'עת לחננה' אויף ט"ו באב הבעל"ט.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:32 pm
דורך א איד
כוכב האסט שוין אנגעהויבן מיט די ארבעט?

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 4:46 pm
דורך [NAMELESS]
הנני בזה להודיע בשער בת רבים, אז די גאנצע זשורנאל שטייט שוין גרייט מיטן פולן פראכט צו ערשיינען [און איז שוין געווען גרייט היינט אינדערפרי], נאר וויבאלד מ'וויל עס ארויפלייגן אויף עמעזאן און עס מאכט דערווייל פראבלעמען, האלט דאס צוריק דעם זשורנאל פון ערשיינען אין שטיבל. אבער האפנטליך וועט עס בקרוב ווערן מסודר.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:07 pm
דורך ביליג
ס דארף ערשיינען תוך כדי דיבור דא און אויף עמעזאן ?

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:44 pm
דורך Bpjew
עס איז שוין ארויסגעקומען?

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
[center]צווייטער זשורנאל פון "דער וועקער" - שוין ערשינען![/center]

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 5:15 pm
דורך גר ותושב
די לבנה זעיט מען שוין בשלימות און קיין ווארט האט מען נישט געהערט וועיגן די קומענדיגע וועקער מיינט דאס עפעס?

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 6:11 pm
דורך פעינטער
זעיט אויס אז מעאיז אזוי ביזי שרייבן אז מען קען נישט אפדעיטען.....

דער וועקער נומער "דריי"...

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 5:41 am
דורך [NAMELESS]
מיט גרויס פרייד, עפנט די רעדאקציע אירע טויערן אויפצונעמען פרישע ארטיקלן פארן קומענדיגן זשורנאל, "דער וועקער" נומער דריי.

ב"ה אז די אפקלאנג פון די ערשטע צוויי וועקער'ס איז געגאנגען פיל ווייטער ווי גערישט, און מיר האפן אז דאס וועט זיין א ריכטיגער אויפוואכונג פאר פארשלאפענע בכל מקומות מושבותיהם.

ווי ערווענט ביז יעצט, גייט די פרישע זשורנאל באשטיין פון דריי חלקים, מדור 'חדשות אני מגיד' - עקסקלוסיוו ארטיקלן צום וועקער, מדור 'חדשים גם ישנים' - לעצטיגע ערשינענע ארטיקלן אין קאווע שטיבל, און מדור 'מן הגנזים' - אלטע אוצרות באגראבן אין ק"ש'ס קעלערן.


שטילערהייט ארבעט די רעדאקציע קעסל און כלים, און עס ליגט שוין ביים גראפיקער'ס טיש גאנצע פיר ארטיקלן! צוויי פון מדור 'חדשים גם ישנים', און צוויי פון מדור 'מן הגנזים'. החכם שלום שטיסל העלפט צו צו די מלאכה, ותשוחח"ל.

די וואס ווילן אריינשיקן ארטיקלן עקסקלוסיוו צום וועקער, זאלן זיך ביטע אונטעריאגן, ווייל פאריגעס מאל זענען געוויסע ארויסגעפאלן מחמת חוסר מקום, ווען מ'האט זיך דערמאנט צו שפעט.


אין די קומענדיגע טעג וועלן פרישע אפדעיטס געמאלדן ווערן בעז"ה, ווי אויך האפן מיר אז די חשוב'ע חברים וועלן זיך אנרופן ווארים מיט א באשטייערונג צום גראפיקער [tag]פיקאסא[/tag], וואס לייגט אריין אומצאליגע שעות ארבעט, און אפאר דאלער לאות הכרת הטוב וואלט געווען נישט מער פון פאסיג [מ'קען שיקן געלט צום פעיפעל אקאונט: info@derveker.com].


ידידכם,
אדנירם.

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 6:00 am
דורך [NAMELESS]
כ׳קען מעיד זיין אז אין די יעצטיגע שעות ווען רוב חברי השטיבל ווערן דירעקטירט דורכ׳ן בעל החלומות זייענדיג טועם טעם שינה איז די רעדאקציע נאך אויף, און לייגט אריין כוחות אויף די קומענדע אויסגאבע. שש זיצט נאך אין די ספאדיק, פיקאסא גייט נאך מיט די שבת׳דיגע נעקטיי, און שטיסל האט נאך אן די ווייסע וועסטל, געקעסטעלטע הויזן מיט ווייסע זאקן. און ס׳פארט אימעילס/אישי׳ס אהין און צוריק.

אצינד ווען די חברי המערכת ליינען קריאת שמע של שחרית ביים זמן משיכיר וואס שש האט ספעציעל אויסגעארבעט פאר אונז אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות דערקענט זיך שוין די קערענדליך פון די ׳וועקער נומבער דריי׳.

רבותי ס׳איז שוין א פאקט!

דא דארף איך לויפן ווייל שש האט געשיקט בליץ-פאסט...